די "(נייע) ציריכער צייטונג" מעלדט אז ווי זיי האבן געהערט פון א באגלייבטען בערלין מקור, אז אין די הויעכע נאצישע פענסטער ווירבעלען זיך פלענער אויסצוהרגענען אלע דייטשע אידן מענר ועד זקן היל"ת, צום ווייניגסטען גייען זיי פארטרייבען אלע אידן פון דייטשלאנד, היל"ת
אנטשולדיג אויב איך צווייפל, אבער פון ווי נעמסטו די נייעס, א לינק ביטע?
אביסל טיפער האט געשריבן:
אפריל 15 1935 די נאכווייען פון די נאצישע סוקסעס און דייטשלאנד פארשפרייט זיך און נאך, און נאך וואס זעהט זיך שטארק אן ביי די וואלן, און די קומענדיגע אויף די רייע איז טשעכאסלאוואקיי, ווי עס גייען אפגעהאלטן ווערן פארלאמענט וואלן און מאי 19, קודם די היסטאריע, די לאנד טשעכא-סלאוואקיי - א צוזאמשטעל פון די צוויי פראווינצן טשעכיי און סאלאוואקיי - איז פאר די גרויסע קריג געווען א חלק, פון די געוועזענע גרויסמאכט עסטרייך-אונגארין, די צוויי אחס עקסטרע פראווינצן האבן לאנג קאמפיינט פאר זעלבסשטענדיקייט און דורן אויס די גרויסע קריג האבן זיי אויפגעשטעלט די "טשעכאסלאוואקיי לעגיאן" ארויס צו העלפן די אליאירטע אקעגן עסטרייך-אונגארין, און אסאך זענען געגאנגן קיין רוסלאנד זיי ארויסצוהעלפן, פארן צוזאג פאר זעלבסשטענדיקייט, נאך בשעת די קריג האט איינער פון זייערע גרעסטע שטאאטסמענער - און יעצטיגער פרעזידענט - "טאמאס מאסאריק" אנגעפאנגן שטארק צו קאמפיינען צווישן די אליאירטע לענדער פאר זעלבסשטענדיקייט, וואס איז געווארן פראקלאמירט און אקטאבער 18 1918 און פראג די הויפט שטאט,
די לאנד איז צוזאמגעשטעלט פון עטליכע עטנישע גרופעס, וואס נעמט אריין טשעכיי 51% סלאוואקיי 16 דייטשן 22%. קארפאטהא רוסן 4%. די צוזאמשטעל האט געפירט צו היבש אנגעצויגנקייטן ובעיקר צווישן די דייטשן און אנדערע מינאריטעטן, אבער אויך א חלק סלאוואקן, די פילאזאפיע פון דעם פרעזידענט מאסאריק איז אז עס עקזעסטירט מער נישט די צוויי פראווינצן טשעכיי און סלאוואקיי, נאר איין לאנד טשעכאסלאוואקיי, מיט קיין שום פאליטישע אטאנאמיע פאר מינאריטעטן, די מינאריטעטן דארט בעיקר די דייטשן - קאנסערטריט און סודעטנלאנד פילן זיך זייער אונטערדריקט, און זיי דרוקן אויס זייער מיינונג זייער אפען, און יעצט פאר די קומענדיגע וואלן האבן זיי אויפגעשטעלט א נייע פארטיי "סודעטן דייטשע פארטיי" מיט די נאצישע פאשיסטישע אידעאלאגיע, און איז ערווארטעט אריינצוקומען אלס איינע פון די גרעסטע פארטייען פון לאנד, עקספערטן זאגן אז זייער שטיצע קומט נישט נאר פון די דייטשע מינאריטעט און לאנד נאר אויך פון די סלאוואקן וואס זענען אויך נישט צופריעדן פון די פעדעראלע רעגירונג, וועלן מיר ווארטן און זעהן.
מאי 19 1935 היינט איז פארגעקומען די וואלן און טשעכאסלאוואקיי, און מיט 100% אפגעציילט שטעלט זיך ארויס אז די דייטשע סודעטן פארטיי איז אריינגעקומען די גרעסטע פארטיי מיט 15.2% שטימען צו 14.3% פאר די ביז איצטיגע גרעסטע פארטיי "די רעפאליקן פארטיי פון די פארמערס און די פויערן" אבער און צאהל בענקלעך באקומט די רעפאבליקן פארטיי די מערסטע, 45 פון די 300 בענקלעך פון די "טשעמבער אף דעפויטיס" און די דייטשע סודעטן פארטיי באקומט 44 בענקלעך, און די סאנאט האט די דייטשע סודעטן פארטיי באקומען אויך די מערסטע שטימען, 15% צו די רעפאבליקן פארטיי פון די פארמערס און פויערן, 14.4% און צאהל בענקלעך באקומען ביידע 23 פון די 150 און סענאט,
אויבנאויף קוקט עס אויס ווי א שטארקע געווינס פאר דייטשלאנד, ווייל זיי וועלן יעצט האבן אן אפעציעלע שטימע און טשעכאסלאוואקיי וואס רופט צוזאמצישטעלן סודעטן געביט מיט דייטשלאנד, אבער דער פירער פוןדי פארטיי "קאנראד הענליין" איז בכלל נישט און שטיצע פון דעם, נאר ציהט מער צו די עסטרייכישע ווערסיע פון פאשיזם, וואס זיכט אפעציעל צי פאראייניגן די לאנד העכער פאליטיק און סאציאלע ציטיילונג, און זיינע רעדעס האט ער קלאר אויסגעדריקט לאיאליטעט צו טשעכאסלאוואקיי (אנדערש ווי דער ווילן פון היטלער) און איז און שטיצע פון אונדעווידואלע פרייהייט (אנדערש פון דייטשע פאשיזם) ער באצייכנט די פארבינדונגן מיט דייטשלאנד אלס "בלויז טאקטיש" במילא גיס דאס קאלט וואסער פאר די וואס ווילן פאראייניגן די סודעטן געביט מיט דייטשלאנד, סיי און טשעכאסלאוואקיי און אין דייטשלאנד,
בערלין- היינט האט זיך די רייכסטאג צוזאמגענומען - ווטס איז די פיפטע מאל זייט היטלער איז געקומען צו די מאכט - ווי היטלער האט געהאלטן א רעדע, ארויסשטעלענדיג א פלאן זיך צו אנטוואפענען און פארבעסערן די באציהונגן מיט אויסלענדישע רעגירונגן, גלייכצייטיג האט ער קלאר געמאכט אז ער האלט זיך נאך פון זיין שטעלונג אז דייטשלאנד איז גרייט צו באגרעניצן די מיליטער, אבער נאר צי די זעלבע שטאפל פון אנדערע לענדער,
גלייכצייטיג האט היטלער געטוישט די נאמען פון די ארמיי פון רייכסוועהר צו וועהרמאכט (אויב איינער קען מסביר זיין די פונקטליכע חילוק ביטע?) און פארבאטן מיליטערלייט צו חתונה האבן מיט נישט-אריערס, און גלייכצייטיג וויל היטלער פארבאטן צו ארייננעמען אויסלענדישע און מינאריטעטן און די ארמיי, וועלענדיג עס זאל זיין בלויז פון ריינע אריענס אזויווי זיין חלום.
אידן אין דאנציג האבן געשיקט א פעטעציע צו די פעלקער ליגע, זיך צו באקלאגען וויאזוי די נאצישע סענעט באהאנדעלט זיי.
זיי האבן ארויסגעלייגט פיר זאכן וואס זיי האבן געבעטען אז די ליגע זאל פארלאנגען אז די דאנציג סענעט זאל זיי נאכגעבען
1. מען זאל צוריקדרייען 9 אומקאנסטיצינאלע אנטי-סעמיטישע געזעצען. 2. אז מען זאל טוישען געוויסע מענטשען אינערהאלב די דאנציג גאווערמענט, אזוי אז זיי זאלן נישט מאכן קיין נייע אנטי-סעמיטשע געזעצען. 3. צוצושטעלן מער זיכערהייט פאר די אידישע געמיינדע פון די שטייגענדיגע אנטי-סעמיטשע אטאקעס. 4. צו נעמען שטרענגע שריט קעגן די אנטי אידישע באיקאט וואס איז דא אין דאנציג.
די דאנציג נאציס האבן מיאוס צוריקגעענטפערט צו דעם פעטיטציע
זייער ענטפער איז געווען אזוי, אז די אידן באגאנדיגען זיך נישט מיט דעם צוריקדריי פון די אנטיסעמיטישע געזעצן און פארשיקן געוויסע פון די גאווערמענט, זיי פארלאנגען נאך זיכערהייט אויך, זיי זאגן אז ס'איז נישט זייער שילד דאס וואס די באפעלקערונג האט פיינט אידן, און ס'איז נישט זייער פליכט צוצושטעלען מער זיכערהייט, זיי שטעלען שוין צו גענוג, זיי האבן אויך אריינגעלייגט א באהאלטענע סטראשע, זיי שרייבן, מיינען דען די אידן אז מיט'ן שיקן א פעטעטציע צו די פעלקער ליגע, וועט די דאנציג באפעלקערונג וויינגער פיינט האבן די אידן? (מיינענדיג צו זאגן מיט דעם אז די פעטעציע וועט נאך מער מאכן אנטי-סעמיטיזם, ווי כאילו דאס איז נישט די נאציס אליין וואס דרייען אן די אנטיסעמיטיזם, און ווי כאילו זיי גייען נישט יעצט ניצן די פעטעציע אלץ פראפאגאנדע כדי צו מאכן נאך מער אנטיסעמיטיזם)
די ליגע האט קוים אנגעפאנגען באהאנדלען די איטאליער-אביסיניע געפעכט, אבער די געשפרעכען הינקען שוין אונטער, איטאליע פארלאנגט אז מען זאל ביי די געשפרעכען נאר באהאנדלען די אינצידענט ווען אביסיניע איז באפאלען די איטאליענער קאלניעס אין אפריקע, אבער אביסיניע פארלאנגט אז מען זאל אלעס באהאנדלען אויף איין מאל.
סוף טאג נאך די געשפרעכען איז איטאליע ארויסגעקומען מיט א שטוינדיגע קלאגע, זיי טענה'ן אז ענגלאנד שיקט געווער קיין אביסיניע, כדי אז אביסינע זאל זיין גרייט פאר א מלחמה אין פאל אז מלחמה ברעכט אויס צעווישיען אביסיניע און איטאליע, ענגלאנד לייקענט דאס מיט א שטארקקייט.
אין אנדערע נייעס פון ענגלאנד, טענה'ט די פריים מיניסטער אז אין ליכט פון היטלער'ס דרשה, אז ער זוכט שלום, און אז ער איז גרייט זיך צו אנטוואפענען, דארף ענגלאנד אויך זיך אנטוואפענען, און מען זאל נישט בויען מער קריגס ערעפלאנען.
בבקשה האט געשריבן:
אין אנדערע נייעס פון ענגלאנד, טענה'ט די פריים מיניסטער אז אין ליכט פון היטלער'ס דרשה, אז ער זוכט שלום, און אז ער איז גרייט זיך צו אנטוואפענען, דארף ענגלאנד אויך זיך אנטוואפענען, און מען זאל נישט בויען מער קריגס ערעפלאנען.
לויט ווי איך געזעהן האט ער געזאגט און א רעדע און די פארלאמענט, אז די עיר פארס וועט טריפלן די צאהל קריגס עראפלאנען ביז צוויי יאהר (וואס דאס וועט אויסקומען די זעלבע צאהל ווי דייטשלאנד האט געמאלדן אז זיי ווילן פראדוציהרן ביז דעמאלטס) און ער האט צוגעלייגט, אז ער האט געהערט היטלערס רעדע נעכטן, און ער וועט עס נעמען און פולע קאנסידורעישן,
בבקשה האט געשריבן:
אין אנדערע נייעס פון ענגלאנד, טענה'ט די פריים מיניסטער אז אין ליכט פון היטלער'ס דרשה, אז ער זוכט שלום, און אז ער איז גרייט זיך צו אנטוואפענען, דארף ענגלאנד אויך זיך אנטוואפענען, און מען זאל נישט בויען מער קריגס ערעפלאנען.
לויט ווי איך געזעהן האט ער געזאגט און א רעדע און די פארלאמענט, אז די עיר פארס וועט טריפלן די צאהל קריגס עראפלאנען ביז צוויי יאהר (וואס דאס וועט אויסקומען די זעלבע צאהל ווי דייטשלאנד האט געמאלדן אז זיי ווילן פראדוציהרן ביז דעמאלטס) און ער האט צוגעלייגט, אז ער האט געהערט היטלערס רעדע נעכטן, און ער וועט עס נעמען און פולע קאנסידורעישן,
א דאנק פאר די קלארע באריכטן ביז אהער
ריכטיג, איך האב א דאפעלטע טעות געמאכט, ווייל איך האב געמיינט צו רעדן איבער די לארד פרעזידענט סטענלי באלדווין, נישט די פריים מיניסטער רעמסי מעקדאנעלד, אבער ער האט אויך בלויז געזאגט אז ער וויל זיין די זעלבע ווי אנדערע מדינות, און ער איז גרייט מיטצוארבייטען מיט אנדערע מדינות צו שניידען די לופט קרעפטען. ער האט באגריסט די דרשה אלץ אן טריט אין די ריכטיגע וועג.
בערלין- היינט האט זיך די רייכסטאג צוזאמגענומען - ווטס איז די פיפטע מאל זייט היטלער איז געקומען צו די מאכט - ווי היטלער האט געהאלטן א רעדע, ארויסשטעלענדיג א פלאן זיך צו אנטוואפענען און פארבעסערן די באציהונגן מיט אויסלענדישע רעגירונגן, גלייכצייטיג האט ער קלאר געמאכט אז ער האלט זיך נאך פון זיין שטעלונג אז דייטשלאנד איז גרייט צו באגרעניצן די מיליטער, אבער נאר צי די זעלבע שטאפל פון אנדערע לענדער,
גלייכצייטיג האט היטלער געטוישט די נאמען פון די ארמיי פון רייכסוועהר צו וועהרמאכט (אויב איינער קען מסביר זיין די פונקטליכע חילוק ביטע?) און פארבאטן מיליטערלייט צו חתונה האבן מיט נישט-אריערס, און גלייכצייטיג וויל היטלער פארבאטן צו ארייננעמען אויסלענדישע און מינאריטעטן און די ארמיי, וועלענדיג עס זאל זיין בלויז פון ריינע אריענס אזויווי זיין חלום.
מאי 31 1935
היינט האט היטלער צוגעלייגט צו די ליסטע וואס זענען פארבאטן און די מיליטער, אויך. אידן (אינטרעסאנט ער האט עס נישט געטוהן ביז יעצט) אידן וועלן פון היינט זיין פארבאטן צו דינען און די דייטשע מיליטער, איך בין נישט באקאנט צו די פארבאט איז נאר אויף נייע רעקרוטן, אדער עס איז חל אוית אויף יעצטיגע מיליטערלייט, (גיי פארשטיי וועלכע איד זאל בכלל וועלן דינען און דייטשע ארמיי אינטער היטלער ביז יעצט? א קשי' אויף דייטשע אידן, וואס בעטן בכלל נישט אז משיח זאל קומען)
פולין זאגט צו צו האלטען די דייטשע גרעניץ פארמאכט, און זיי פארשטערקערן זייער וואך ביים גרעניץ, דאס איז שלכעטע נייעס פאר די אידן אין דייטשלאנד וואס האבן זיך פארהאנקערט מיט די נאצי רעזשים, און ווילן אנטלויפן קיין פוילן, גלייכצייטיג, זאגט פוילן אז יעדער דייטשע וואס איז אנטלויפן קיין פוילן אומלעגאל, וועט צוריקגעשטיקט ווערען קיין דיישטלאנד, דאס איז גאר שלעכטע נייעס פאר די אידן וואס זענען שוין אנטלויפן פון דייטשלאנד קיין פוילן.
מאי 26 1935
די דאנציג סענעט, פארשפרעכט צוריקצודרייען די אנטיסעמיטשע געזעצען, אויב וועט דאס געפינען ווערען אומקאנסטוצינאל לויט די דאנציג קאנסטוטציע, דורך די פעלקער ליגע ריכטער.
מאי 27 1935
די שעכטער ברידער און זייער שלאכט הויז האבן געווינען זייער קעיס קעגן די אמעריקאנע רעגירונג, ריזיגע חלקים פון פרעזידענט רוזוועלט'ס ניו דיעל איז געטראפן געווארען אומקאנסטאצינאל דורך די אמעריקאנע סופרום קארט.
מאי 29 1935
אין די לעמבערג (לאדז) סיטי קאנסיל האט אויסגעבראכען א געשלעג צעווישען א.ג. אידישע פארטרערטער און פארטרעטער פון די אנטי-סעמיטישע נאצינאלע דעמעקראטישע "ענדעק" פארטיי, די געשלעג האט זיך אנגעפאנגען ווען איינער האט אויסגעשריגען "נידער מיט די פוילישע היטלעריסטען", א צאל שטאט פארטרעטער זענען אנגעקומען אין שפיטאל נאך די געשלעגען.
מאי 31 1935
פון האללענד קומט די גוטע בשורה אז די קעניגען האט אפגעווארעפן די פריוו צו פארבאטען שחיטה, וועלעכע איז געברענגט געווארען דורך חיות רעכטען גרופעס.
אין אנדערע נייעס פון די וואך: אין עסטרייך הערט מען פון פארשידינע עלעמענטען אין לאנד, אז מען דארף "איבערקוקן" אלע בירגער וועלעכע זענען געווארען בירגער זינט סוף פון די גרויסע מלחמה, פארשטייט זיך אליין אז דאס מיינט צו זאגן אז סיי וועלעכע איד איז געווארען א בירגער נאך די מלחמה, גייט פארלירן זיין בירגערשאפט, די רוף קומט נאך דעם וואס אין דיישטלאנד האט מען אויך מודיע געווען אז מען גייט "איבערקוקן" די בירגערשאפט פון די "נייע" בירגער.
אין מינכען האבן די נאציס זיך צוזאמגענומען און פארשטעלט די טירן פון אידישע געשפעטען, כדי אז קונים זאלן נישט קענען אריינגיין, געשלעגן האבן זיך אויסגעבראכן, ווען טייל גוים האבן פרובירט מיט דעם אלעם גיין קויפן אין אידישע געשפעטען.
די סוכנות יהודית האט אריינגעבען א ביטע צו די פעלקער ליגע, אז מען זאל אריינלאזען מער אידן אין ארץ ישראל (פעליסטינע), זיי טענה'ן אז פון 1923 ביז 1934, זענען צוגעקומען בלויז 55,000 אידן, כמעט 10,000 פון זיי זענען געקומען פון דייטשלאנד, די אידן זענען געקומען פון 50 פארשידענע מדינות, און האבן צוגעגעבן צו די פאליסטינע עקענאמיע $35 מיליאן דאללער.
אין מעקיסקאו האט די נאצישע פארטיי (די גאלדענע העמדער) אריינגעגעבן א פעטעטציע צו די רעגירונג אז מען זאל צונעמען די בירגערשאפט פון די 16,000 אידן וואס וואוינען דארט, די פעטעטציע האט געהאט 200,000 חתימות, זינט פובראר לאזט מען שוין נישט אריין קיין אידן אין מעקסיקאו.
עס קומען אריין באריכטען פון די דייטשע דיסטריקט קאלון (Cologne), אז אין געוויסע דערפלעך דארט האבן זיך פארמערט אנטי-סעמיטישע אטאקעס, און איין דערפעל האט מען געהייסען אלע אינגע אידן זאלן ארויסגיין פון די שטעטל, בלויז די עלטערע האט מען געלזאט בלייבען, אין די שטעטל ערנפעלד, האט מען געהאנגען טאוולען אז אידן זענען פארבאטען פון אריינקומען אין שטעטל, עס וואוינען דארט בערך 3000 אידן.
יוני 3 1935
די דייטשע אינער מיניסטער ווילהעלם פריק, האט געגעבען היינט א דרשה פאר 20,000 נאצי פארטיי אקטיוויסטען, ער האט געבעטען אויפצוהערען מיט די אנטי-סעמטישע אטאקעס, ער זאגט אז די אידישע פראגע קען נישט געלעזט ווערען דורך צוברעכען פענסטער, מען דארף צייט צו לייזען די פראבלעם.
אביסל טיפער האט געשריבן:
קוועלער ווייסן צו פארציילן אויף אן אייגענע אפמאך צווישן דייטשלאנד און ענגלאנד אויף גרויס פון זייערע מיליטערן, וואס לויט די קוועלער די דייטשע מיליטער זיך מעגן אויסברייטערן מער פון וואס איז באשטימט געווארן און די ווערסיי טריטי, עס איז נישט באקאנט אויב זיי ארבעטן אויף די גאנצע מיליטער-ארמיי נעיווי און עיר פארס- אדער נאר איין אפטיילונג
יוני 18 1935
היינט איז געווארן אינטערגעשריבן די אפמאך צווישן ענגלאנד און דייטשלאנד, באקומענדיג די נאמען "ענגלא-דייטשע ים אפמאך" די נייע פאקט איז אויף די נעיווי, באשטימענדיג די דייטשע נעיווי זאל זיין 35% פון די ענגלישע נעיווי,
נאך די גרויסע קריג האבן די לענדער איינגעשטימט אויף די ווערסיי טריטי און 1919 און איינע פון די סעיפים איז צו צוימן שטארק די דייטשע ארמיי צווישן זיי די נעיווי וואס איז נאר ערלויבט צו האבן 6 קריגס שיפן, 6 לייכטע קרוזערס, צוועלף דעסטרויערס, און צוועלף טארפידאו שיפן, און די אלע שיפן אויף א זייער באגרעניצטע פארנעם,
די דייטשןנזענען אוודא קיינמאל געווען צופריעדן פון די סעיף, און אלס פארלענג גלייכבארעכטיגונג אויף באוואפענונג, פארלאנגעדיג, אדער זאלן אלע לענדער רעדוצירן זייער מיליטערן צו די זעלבע שטאפל, אדער זאל דייטשלאנד זיך מעגן באוואפענען אויף א גרעסערע פארנעם,
און 1932 איז פארגעקומען א קאנפערענץ מיטן ציהל אז לענדער זאלן רעדוצירן זייער מיליטערן, און דארט האט דייטשלאנד פארלאנגט גלייכבארעכטינגונג און באוואפענען, פראנקרייך האט פארלאנגט אנציהאלטן די ווערסיי טריטי, די עגלענדער האבן געטרייט צו זיי די פארמיטלער, אבער א חלק פון זייערע פשרות איז אפגעווארפן געווארן סיי דורך פראנקרייך און דייטשלאנד, און סעפטעמבער 1932 האט די דייטשע דעלעגאציע ארויסשפאצירט פון די קאנפרענץ טענה'דיג אז מען וועט במילא נישט דערגרייכן קיין גלייכבארעכטינגונג, און די זעלבע צייט האט די נאצישע געווינסן און די פארלאמענט אלאמירט ענגלאנד, האלטנדיג חוץ אויב די דעמאלטדיגע רעזשים וועט דערגרייכן א שטארקע אפמאך, וועט היטלער קומען צו די מאכט, און כדי צוריקצישלעפן דייטשלאנד צום קאנפרענץ, האבן די דעלעגאציעס - נאך שטארקע דריק פון ענגלאנד - געשטימט אויף א רעזילוציע פון די "טעארישע גלייכקייט פון רעכט, און א סיסטעם וואס וואלט צוגעשטעלט זיכערהייט פאר אלע פעלקער". דייטשלאנד האט מסכים געווען צוריקציקומען צום קאנפרענץ און עס איז געווארן באשטעטיגט אז דייטשלאנד וועט מעגן אויסברייטערען זייער מיליטער, אבער עס איז נישט באשטימט געווארן פונקטליך וויפיל,
ווען היטלער איז דעקומען צי די מאכט האט ער איבערגענומען די פארהאנדלונגן, און אנגענימען א סטראטעגיע פון פארשלאגן אזאלכע פארשלאגן וואס פראנקרייך וועט זיכער אפווארפן, און אזוי. וועלן זיי זיך קענען ארויסציען און זיך פארברייטערן די מיליטער אן קיין אפמאך, פראנקרייך איז אלאמירט געווארן פון דייטשלאנדס נאצינאליסטישע נויגונגן, און געלייגט די ווייניגסטע מעגליך טייטש און די ווערטער "טעארישע גלייכקייט פון רעכט", וואס האט אריינגעשפילט און דייטשלאנדס הענד, און אקטאבער 1933 האבן די דייטשן ווידער ארויסשפאצירט, זאגענדיג, אדער זאל אלע לענדער זיך אנטוואפענען צו די ווערסיי שטאפל, אדער לאזן דייטשלאנד זיך צו באוואפענען מער ווי די ווערסיי שטאפל, ענגלאנד האט געלייגט די שולד אויף פראנקרייך, און נאכאנאנד פראבירט צוריקציברענגן דייטשלאנד צום קאנפרענץ, אבער דייטשלאנד האט נאכאנאנד סאבאטאזשירט די קאנפרענץ, מיט פארשלאגן וואס האבן געצילט צופריעדן צושטעלן ענגלאנד אבער נישט געווען אקצעפטירט ביי פראנקרייך, און די ענדע האט די פראנצויזישער אויסערן מיניסטער "לואיס בארטהאו" געשריבן און א נאטיץ, אז דייטשלאנדס פארשלאג איז נישט אקצעפטירבאר, און פראנקרייך ענדיגט זייער באטייליגונג און די קאנפרענץ, שרייבענדיג "פראנקרייך וועט קוקען אויף איהר זיכערהייט און יעדע וועג וואס איז וויכטיג" נאכדעם האט היטלער געשיקט א פארשלאג דירעקט קיין ענגלאנד אויף א אפמאך, דאס די דייטשע נעיווי וועט זיין 35% פון די ענגלישע נעיווי, און נאך לענגערע פארהאנדלונגן און זיצונגן איז די אפמאך אינטעגעשריבען געווארן און לאנדאן דעם היינטיגע טאג,
דער ים אפמאך צעווישען ענגלאנד און דייטשלאנד איז די ערטשע אפיציעלע קלאפ צו די סטרעסע אפמאך, וועלעכע איז גע'חתמ'ט געווארען בלויזצוויי חדשים צוריק, ביים סטרעסע אפמאך, האבן ענגלאנד, פראנקרייך, און איטאליע אפגעשמועסט צו ארבייטען אין איינעם וועגען די דייטשע צוריק באוואענען זיך. דער ענגלישע אפמאך איז א בגידה אין פראנקרייך און איטאליע, די בגידה קען נישט קומען אין קיין ערגערע צייט, אין די צייט איז איטאליע פארמישט אין פראבלעמען מיט אביסיניע, יעצט נאך די בגידה פון ענגלאנד אין די סטרעסע אפמאך, וועט איטאליע האבן ווייניגער צוטרוי אין ענגלאנד, אויב ענגלאנד זאל וועלען העלפען טרעפען א לעזונג צו די אביסיניע און איטאליע פראבלעם.
איטאליע און פראנקרייך האבן טאקע געשיקט שטרענגע בריוו צו ענגלאנד איבער די אפמאך, אין פראנקרייך איז די אפמאך גענומען געווארען אלץ א פערזענליכע באליידוגונג, דערנאך וואס ס'איז גע'חתמ'ט געווארען אויף די 120סטע יאר טאג פון די טאג וואס דייטשע (באמת פרייסישע, אבער פרייסן איז א גרויסע חלק פון דייטשלאנד) און ענגלישע זעלנער האבען באזיגט נאפוליען ביי די שלאכט פון וואטערלאו.
רודעלף העס, די דעפיוטי פירער פון די נאצי פארטיי, האט געגעבען א דרשה, אז יעדער נאצי וואס וועט קויפן א אידישע געשעפט, וועט ארויסגעשטויסען ווערן פון די נאצי פארטיי. אויב איז א נאצי איינגעשטעלט ביי א איד, דאן טאר ער נישט טראגען די נאצי סימבאל אין דער צייט וואס ער איז ביי די ארבייט. אלפרעד ראזענבערג, די נאצי פארטיי אויסערען מיניסטער (די אויסערען מיניסטער פון די נאצי פארטיי, נישט די אויסערען מיניסטער פון דייטשלאנד), האט זיך אפגערדעט אז די נייע נאציס ווילן אביסל נאכלאזן פאר די אידן, מצד הומעניטעריען סיבות, ער האט דאס שטארק אראפגעריסן, זאגענדיג, מען קען נישט מיט די אידן מאכן קיין פשרות, און אז זיי פארשטייען נישט אז די אידישע פראגע איז נישט קיין פרעזנליכע פראגע, נאר א יסודות'דיגע פראבלעם
יוני 10 אין א שטעטל אין פולין זענען 30 גוים און 8 אידן ארעסטירט געווארען,דערנאך וואס עס זענען פארגעקומען רייאטען ווי 60 אידן זענען פארוואונדעט געווארען, איין איד איז געשטארבן און 8 זענען אנגעקומען אין שפיטאל,די רייאטען האבן אויסגעבראכען דערנאך וואס צוויי אידישע אונטערוועלטניקעס האבן געשטאכען א פאללאק צום טויט אין א געפעכט. די רעגירונג זאגט צו צו מאכן א פולשטענדיגע אינוועסטיגאציע אין די ראיאאטען
יוני 11 1935
די קרוין פרינץ פון ענגלאנד, פרינץ אלבערט (פולע נאמען: עדווארד אלבערט קריסטשען דזשארדזש אנדרו פעטריק דעוויד, די קעניג און זיין משפחה האבן נישט קיין לעצטע נעמען) די פרינץ פון וועילס, רופט פאר שלום צעווישען ענגלאנד און דייטשלאנד. אלבערט, איז א שטיקל פאשיסט וואס האט נאנטע באציענגען צו אסוועלד מאסלעי, די פירער פון די BUF (בריטשער פאראיין פון פאשיסטען) פארטיי. זיין פאטער דזשארדזש די פיפטע, האט נארוואס אפגעצייכענט צוויי וויכטיגע געשענישען. 1. 25 יאר אלץ קעניג, 2. זיין 70'סטע געבורטסטאג, די 2 זאכן דערמאנט אבער אז די קעניג איז שוין נישט קיין אינגע מענטש, און די קעניג איז אויך נישט קיין געזונטע מענטש, אויב זאל די קעניג שטארבען, וועלען די פאשיסטען אין ענגלאנד באקומען א פריינט אלץ קעניג, און דא זעט מען אז ער וועט נישט מורא האבן אריינצורעדען אין פאליטיק.
די דייטשע דעלעגאציע צו די פעלקער ליגע פעדעראציע פון סאסייעטיס (די דייטשע דעלעגאציע פארטרעט נישט באמת דייטשלאנד, זינט דייטשלאנד האט פארלאזט די פעלקער ליגע, זי פארטרעט די דייטשען וואס וואוינען אין פולין און טעשכיסלאווקיע, די דעלעגאציע ווערט אומאפיציעל געפירט דורך די נאציס) האט ארויסגעוואקט היינט, דערנאך וואס אידישע דעלעגאטען פון פאליסטינע (ארץ ישראל) האבן פארלאנגט א פארדאמונג קעגן די אנטי-סעמיטשע געפירעכטס פון דייטשלאנד.
יוני 12 1935 א רעזולציע צו פארדאמען דייטשלאנד פאר אנטיסעמיטשע געזעצען איז בעשטעטיגט געווארען אין די פלעקער ליגע, אלע מדינות חוץ אונגערען האבן געשטימט יא אויף די רעזולאציע.
די פעלקער ליגע רעזולציע האט געשריבן:
דעם ניינצענטער יערליכע קאנגרעס פון די פעדאראציע פון די ליגע פון פעלקער סאסייעטיעס רופט ווידער די רעזאלציע איבער די מצב פון די אידן אין דייטשלאנד פון די זיבצענטע יערליכע קאנגרעס און די ביטע געוואנדען און צוזאמהענג מיט [די רעזולאציע פון די 17'טע קאנגרעס] דורך די לארד סעסיל אין די נאמען פון די פעדאראציע צו די דייטשע ליגע פון פעלקער סאסייעטי.
דער קאנגרעס האט חרטה אז דער ביטע האט נישט געברענגט די געווינטשענע רעזולטאטען אין די מצב פון די אידן אין דייטשלאנד, פארקערט, די געזעצען און פירענגוען געמאכט געווארען דורך די דייטשע רעגירונג קעגן די אידישע בירגער פון דייטשלאנד בלויז צו דעם ווייל זיי זענען א חלק פון די אידשע ראסע זענען בלויז זאכליך שטערקער געווארען.
8 צייטונגען אין פולין זענען קאנסיפקערט געווארען דורך די פולישע רעגירונג, ווייל זיי האבן געוואלט שרייבן פאקטן בנוגע די ראייטען פון יוני 10
יוני 14
די אראבער אין ארץ ישראל פארלאנגען א סוף צו די ענגלישע מאנדאט איבער ארץ ישראל (פאליסטענע), זיי בעטן אויך אז מען זאל אפשטעלן גענצליך דאס אריינלאזן אידן קיין א"י, אויך ווילן זיי אז מען זאל אויפהערען פארקויפן לאנד פאר אידן אין א"י.