יום ד' פרשת בא תשפ"ד - קאסא גראנדע אריזאנע/טוסאן אריזאנע.
א גאר דערהויבענעם טאג איז געווען אין תלמוד תורה כנסת יהושע ד'קאסא גראנדע אריזאנע ווען די קינדער זענען געפארן מיט די חשובע מנהל שליט"א און די מלמדים זיך מסתופף זיין בצל כ"ק מרן אדמו"ר מסקולען שליט"א וואס וויילט די טעג אין טוסאן אריזאנע (אינעם שוין היינט ברייט באקאנטן בראונער'ס ישוב).
די תלמידי הת"ת זענען ארויסגעפארן אינאיינעם מיט די מלמדים 7:30 צופרי, צו אנטייל נעמען אין תפילת שחרית אינאיינעם מיטן רבי'נס מנין, מען איז אנגעקומען צום ביהמ"ד ד'קהל חרדים ד'טוסאן שע"י בראונער'ס ישוב ווי די תלמידי הת"ת האבן מיטגעדאוונט מיטן רבי'נס מנין, דער רבי האט שטארק הנאה געהאט אז די קינדער זענען געקומען און געבעטן אנהויב דאווענען אז די קינדער זאלן עקסטער זאגן הויעך די ברכות אז דער רבי שליט"א זאל קענען ענטפערן אמן אויף אלע ברכות.
תפילת שחרית אין ביהמ"ד קהל חרדים שע"י בראונער'ס ישוב אין טוסאן
IMG_6930.jpg (243.49 KiB) געזען 4671 מאל
נאכן דאווענען האבן די קינדער זיך ארומגעזעצט ארום דעם טיש, דער רבי האט צוערשט געזינגען אינאיינעם מיט די קינדער עטליכע סקולענער ניגונים (אבינו מלכינו, באלקים בטחתי), דערנאך האט דער רבי שליט"א געהערט פון די מלמדים א באריכט איבער דעם תלמוד תורה און דער רבי האט פערזענליך געפרעגט עטליכע פון די קינדער וויאזוי עס גייט אין חדר און וויאזוי זיי האבן הנאה אינעם נייעם אויפבליענדן ישוב אין קאסא גראנדע אריזאנע, אזוי אויך האט דער רבי זיך שטארק נאכגעפרעגט ביי דער מנהל שליט"א און די מלמדים איבער דער הלוך ילך אין חדר און וויאזוי מען איז מחנך די קינדער על דרך ישראל סבא.
דער רבי שליט"א האט שפעטער גערעדט אפאר ווערטער פאר די קינדער, דער רבי האט ארומגערעדט איבער שמירת עינים ווען מען וואוינט מער צווישן גוים, און אזוי אויך האט דער רבי עקסטער באדאנקט די קינדער פארן קומען באזוכן זאגנדיג אז שוין עטליכע וואכן וואס דער רבי האט נישט געהערט דעם הבל פיהם של תינוקות של בית רבן און אריינקומענדיג היינט אין בית המדרש האט דאס אום ממש צוגעגעבן א שטיק געזונט הנאה האבנ'דיג צו קענען דאווענען אינאיינעם מיט די קינדער.
דערנאך האט דער רבי שליט"א געטיילט מזונות פאר אלע קינדער, די קינדער זענען אריבער איינס ביי איינס איבערצונעמען די מזונות פונעם רבי'ן, (בשעת ווען דער עולם זינגט אונטער עטליכע שיינע סקולענע ניגונים) און דערנאך האט דער רבי געטיילט פאר די מלמדים און די איבעריגע אידן וואס זענען געווען אנוועזנד און וויילן יעצט אינעם בראונער'ס ישוב, בעיקר האט דער רבי שטארק הנאה געהאט צו טרעפן זיין נעפיו הרב משה ברוינשטיין שליט"א מלמד מומחה בת"ת כנסת יהושע ד'קאסא גראנדע אריזאנע, אזוי אויך האט דער רבי געבענטשט מטבעות וואס מען זאל שפעטער אויסטיילן פאר אלע קינדער.
דערנאך איז דער רבי ארויס אין באגלייטונג פון די קינדער אהיימצוגיין צום מקום האכסניא, ווען דער עולם זינגט ווייטער ניגוני סקולען ווי חסדי ה' כי לא תמנו וכדומה, די קינדער האבן באגלייט דעם רבי'ן צום אכסניא ווי דער רבי שליט"א האט זיך געזעגנט מיט די קינדער און די קינדער האבן געוואונטשן דעם רבי'ן א רפואה שלימה (דער רבי האט עקסטער געבעטן די קינדער צו זאגן אז דער באשעפער זאל שיקן א רפואה שלימה).
יום ד' פרשת בא תשפ"ד - קאסא גראנדע אריזאנע/טוסאן אריזאנע.
א גאר דערהויבענעם טאג איז געווען אין תלמוד תורה כנסת יהושע ד'קאסא גראנדע אריזאנע ווען די קינדער זענען געפארן מיט די חשובע מנהל שליט"א און די מלמדים זיך מסתופף זיין בצל כ"ק מרן אדמו"ר מסקולען שליט"א וואס וויילט די טעג אין טוסאן אריזאנע (אינעם שוין היינט ברייט באקאנטן בראונער'ס ישוב).
די תלמידי הת"ת זענען ארויסגעפארן אינאיינעם מיט די מלמדים 7:30 צופרי, צו אנטייל נעמען אין תפילת שחרית אינאיינעם מיטן רבי'נס מנין, מען איז אנגעקומען צום ביהמ"ד ד'קהל חרדים ד'טוסאן שע"י בראונער'ס ישוב ווי די תלמידי הת"ת האבן מיטגעדאוונט מיטן רבי'נס מנין, דער רבי האט שטארק הנאה געהאט אז די קינדער זענען געקומען און געבעטן אנהויב דאווענען אז די קינדער זאלן עקסטער זאגן הויעך די ברכות אז דער רבי שליט"א זאל קענען ענטפערן אמן אויף אלע ברכות.
IMG_6930.jpg

בדברות קודש לילדי הת_ת (1).jpg

PXL_20240117_183305520.jpg
דער באזוך האט געלאזט א טיפן איינדרוק אויף די תלמידי התלמוד תורה צו מיטטיילן די געהויבענע שעות צוזאמען מיטן צדיק דא אין אריזאנע.

זייער שיין.
ווי לאנג נעמט צו פארן פון קאסא צו ברוינערס?
ווענדט זיך וועלכע צייט אין טאג אבער ארום א שעה מיט אביסל.
דאס וועט אי״ה פארקומען דעם מוצש״ק אין פארעם פון אן אפענע לייוו שמועס צווישן תושבים פון ביידע פּלעצער, און עס וועט נאכפאלגען מיט א לייוו Q&A פון די באטייליגטע.