די אמת איבער ספר קדושת ציון – באבוב
היות די מוציא לאור איז געווען מיין רבי הרה"ק ר' שלמה מ'באבוב זצוק"ל האב איך זיך גענומען די מיה אראפצושרייבן דאס פאלגענדע.
די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד
ראש הקהל האט געשריבן: איך וויל ח"ו נישט מערער זיין, און נישט מאכען א שטורעם בעולם התורה וחסידות,
כ'האב זיך עטליכע מער צוריקגעהאלטן פון עס מפרסם זיין, אבער אז ס'יעצט ארויפגעברענגט געווארן די אשכול
פיל איך עס מפרסם צו זיין,
בעיני איז דער ספר קדושת ציון להרה"ק רבי בנציון מבאבוב זצ"ל הי"ד א שיינע ליקוט ספר
כידוע האט ער עס נישט אליין געשריבען אדער געדריקט, נאר פון וואס תלמידים האבען געדענקט,
און נאכדערצו נאך א מלחמה פון זעקס יאר (און פולין גאליציע), און ס'מאכט זיך מ'זאל הערן א שמועס
אבער פארגעסן אויב האט ער עס נאכגעזאגט בשם איינער, אדער האט איינער געזעהן א שיין ווארט וואס איז עים איינגעקריצט
געווארן אינעם זכרון, און נאכן מלחמה נישט געדענקט ווי ער האט געזעהן דער ווארט, האט ער געזאגט אז ער האט עס געהערט
פון זיין רבי, וזהו הקדושת ציון שיש לנו בימינו,
איך האב ביי מיר שוין א רשימוא פון איבער דרייסיג תורות (וואס איז זייער אסאך פרעצענטועל), וואס איז שוין געדרוקט
געווארן און גאר באקאנטע חסידשע ספרים און אויך ליקוטים ספרים, נאך פארן מלחמה, און נאכאמאל דייקא באקאנטע ספרים
ממילא ביי מיר איז דער ספר קדושת ציון קוק איך עס אן ווי א שיין ליקוט ספר, און וואס א טאג עס גייט פארביי טרעף איך נאך און נאך
וואס ווערט שוין געברענגט און חסידישע ספרים, והוא פליאה נשגבה
ס'איז ביי מיר טאקע א חידוש אז קיינער האט עס נאכנישט באמערקט, אדער ארויפגעברענגט
ישלהוסיף האט געשריבן: איהר דארף מיר אנטשולדיגען אבער כ'מיז געבען רעכט פאר דעם ראש הקהל, היות ביי די מועדים האט מען שוין געוויסט אז דאס איז א 95% א ליקוט, האט מען דאס כאטש דאס געדארפט ערגץ ווי מרמז זיין אין די הקדמה, (חו"ץ אויב די מתעסקים האבען דאס פארהוילען פונעם מו"ל).
דאס אז דער מהות ותכונת נפשו הקשפתו ליגט גיט איינגעוויקעלט אין די תורות פון דעם ספר, איז עס נאך אלס נישט "זיינע" תורות.
אין עס איז א גרויסע נפק"מ ווען לאחר המעשה זעהט מען אז עס איז א ליקוט ווי ווען נאך איידער מ'דריקט עס אין דאך פארהוילט מען דאס אין מ'גייט ווייטער כאילו לא היה. וואס איז געוועהן דער תירץ ביי דעם דפוס שניה מהדורת שנת תשנ"ד?
ישלהוסיף האט געשריבן: א טיפיקעל ביישפיל וואס כ'האכ לעצטנס באגעגנט, אין קדושת ציון פרשת ויחי ברענגט ער די מעשה פון רבי ר' אלימלך וואס האט נישט געוואלט אריין נעמען רבי נפתלי מראפשיץ אין זיין חבורה ווייל ער איז געוועהן א יחסן וכו' וכו', טייטשט דער קדושת ציון דערמיט וכו' עי"ש. גענוי דער זעלבע טייטש שטייט שוין בסה"ק נועם אלימלך פרשת פנחס.
נאר וואס? מן הסתם האט דאס דער קדושת ציון אויך נאך געזאגט דעם טייטש פונם נועם אלימלך, נאר ביז דער 'תורה' איז אנגעקומען צום מלקט ומוציא לאור פון דער ספר קדושת ציון איז דאס שוין געווארען א אייגענע ווארט.
איך וויל דא באטוינען לגבי וואס אב"צ האט געשריבען בנוגע מרן מהר"ש מבאבוב, אז דער באבוב רב האט כמעט נישט געדענקט קיין תורות פון זיין פאטער, ער האט דאס נישט באהאלטן, מעשיות פלעגט ער אסאך נאך דערציילען בשם זיין פאטער אבער נישט קיין תורות, עס איז זעלטן געוועהן א תורה וואס ער זאל האבן ארויס געזאגט בפירוש "כ'האב געהערט פון טאטן", ער פלעגט נאך צוזאגען פון דער ספר קדושת ציון, ער האט זיך שטארק פארלאזט אויף די מלקטים אין ומוציאם לאור אז זיי האבן געמאכט א פארלעסליכע ארבעט.
שארף און קליג האט געשריבן: אויב איז 'חמרא טבא' א באבוב אינגערמאן (אזוי שמעקט פון זיינע בילדער...)
וואלט איך זייער נייגעריג געווען וואס זיין מיינונג איז דערוועגן?!