Re: דרך הלימוד עפ"י שיחת הר"ן - שיחה ע"ו
געהערט א שיעור פון הרה"ח ר' ישראל מאיר גאלינסקי שליט"א ווי ער זאגט טאקע דעי נקודה אז די רבי גיבט פאר "יעדעם איינעם" אין "יעדע" מצב וואס ער איז וואס ער זאל טוהן אויב קען ער יעצט לערנען בעיון זאל ער יעצט לערנען בעיון און אויב איז ער יעצט נישט אין די מוחין פון פארשטיין זאל ער זאגן! און אויב קען ער לערנען פשוט זאל ער לערנען פשוט.וויל וועלן האט געשריבן: ↑ דאנערשטאג יולי 30, 2020 2:36 pmשכוח פאר'ן אפטייפן די תוכן פון די צוויי ריקארדינגס.
וואס זאל איך טון ווען איך בין נישט אין א מצב פון "הלא צריכין להבין מה שלומדים", אדער פון "יכניס מחו בהלימוד"?
צווייטענס, פארוואס מאכסטו נישט רויט און אנדערליינד נאך ווערטער פון די שיחה, למשל: "שֶׁאֵין צְרִיכִין בְּלִמּוּד רַק הָאֲמִירָה לְבַד" , אדער "וְאִם יִשָּׁאֲרוּ אֵיזֶה דְּבָרִים, שֶׁאַף עַל פִּי כֵן לֹא יוּכַל לַעֲמֹד עַל כַּוָּנָתוֹ - מַה בְּכָךְ?"
עס זעט אויס אז צווישן די שרייבערס אין דעם געהענגל בין איך דער איינציגסטער וואס האט פראקטיצירט דעם סדר דרך הלימוד ודי.
ער איז עס מסביר מורא'דיג קלאר כדרכו.
קאפיטל: ט"ז, ל"ב, מ"א, מ"ב, נ"ט, ע"ז, צ', ק"ה, קל"ז, ק"נ!