אייוועלט ניק אינטערוויא - לכאורה
א גוטן רבי לכאורה.
איר זענט שוין דא אויפן וועלטל עלף יאר צום גוטן! פון די עלטסטע שרייבער דא, וויאזוי זענט איר דא אנגעקומען צו דעם ארט צום ערשטן מאל עלף יאר צוריק?
איך בין שוין דא געווען פארדעם אויך, מיט אן אנדערע ניק נאמען, וואס האט זיך נאך געדרייט אויף די אור אלטע היידפארק.
וואס האט אייך געברענגט צו אויסוועלן דער נאמען? אלעס וואס איר זאגט איז נאר לכאורה?
איין שיינעם טאג האב איך מיך געכאפט אז דאס איז א ווארט וואס איך נוץ גאנץ אפט, און איך האב שנעל געגרינדעט א ניק אויף דעם ווארט, איידער א צווייטער כאפט מיך אויס...
פאר עלף יאר צוריק איז דא נאך געווען א אנדערע וועלט, לייג אראפ אביסל וויאזוי אייוועלט האט אויסגעקוקט ווען דו ביסט דא אנגעקומען?
ווי נאכ'ן חורבן, געווען קוים אחד בעיר ושנים במשפחה, אלעס איז געווען מער היימיש און געשמאק, בבחינת קלענער דער עולם גרעסער די שמחה...
און וואס איז היינט די מצב דא פון דיין פערספעקטיוו? לייג עס אראפ פאר אונז.
היינט איז דאס גרענד סענטרעל סטעישאן, דער גרעסטער היימישער וועבזייטל לכאורה (נישט די ניק..). עס פליען אריין תגובות שנעלער ווי א צונאמי, און עס איז מסתמא אוממעגליך פאר איין מענטש צו ליינען אלעס!
און וואס איז די עיקר חילוק צווישן אמאל און היינט?
ביי מיר פערזענליך איז דער דיפערענץ אז אמאל האב איך געהאט מער צייט, סיי צו ליינען און סיי צו שרייבן.
בעסער אדער ערגער?
עס איז אלץ בעסער צו זיין פארנומען.
*
און וויאזוי זענט איר דא געווארן מנהל?
ביי דעפאולט.
איר האט הנאה פון דער ארבעט?
אביסל.
איר שפירט זיך נישט אמאל שלעכט פארן מעקן א צווייטנס תגובה?
ווי דער דאקטער וואס שניידט אויס עפעס כאטש עס טוהט וויי.
פארוואס בכלל טוט איר עס טאקע?
די שונאים וועלן זאגן ווייל איך האב ליב צו דיקטירן, אבער דער אמת איז ווייל עס איז א שטיקל אחריות, און ווילאנג מען ברויך מיך און איך קען, פרוביר איך אנצוהאלטן.
דערציילט אונז עפעס א געשיכטעלע ארום זיין מנהל.
איין גאר ווייטאגליכע געשיכטע האב איך געהאט מיט יארן צוריק, ווען איינער האט מיך פרובירט צו בלעקמעילן ביים געוואויר ווערן מיין טעל. נומער. ב"ה מ'איז אפגעקומען מיט שרעק, אבער עס איז געווען א שווערע דורכגאנג.
ווי האלט איר מיטן ווייס מאכן די קרעטשמע?...
לאחר היאוש.
*
אויב מען מעג פרעגן, ווי וואוינט איר?
ספרינג וואלי, ניו יארק.
און וועלכע יארגאנג זענט איר?
ארבעים לבינה.
און וויאזוי בכלל קוקט איר זיך אן אין טאג טעגליכן לעבן? בעל בתיש, חסידיש, פרום, נארמאל, באזעצן, רוטין, פריש וכו'?
קובע עתים לתורה, בזיעת אפיך תאכל לחם.
ווייסן מענטשן ארום דיר אז דו ביסט אקטיוו אויף אייוועלט און קענען דיין ניק?
ווייניג.
וויפיל אקטיווע ניקס דא קענסטו פערזענליך?
גאר אסאך.
האט איינער אמאל אייך דערקענט פון אייוועלט? אויב יא, וויאזוי איז עס צוגעגאנגען?
איך געדענק נישט איינער זאל ממש כאפן פון מיין שרייבעריי ווער איך בין, אבער מסתמא געדענק איך נישט גוט.
דערצייל עפעס א אינטערעסאנטע געשיכטע מיט דיר וואס האט זיך אפגעשפילט אין אדער ארום אייוועלט.
קומט מיר נישט אויפ'ן געדאנק אויפ'ן מאמענט.
פון וועלכע ניק/ניקס היינטיגע צייטן האסטו ספעציעל הנאה און אז דו זעסט זייער תגובה איז עס דיר אינטערעסאנט צו ליינען?
פון גאר אסאך. כ'ציטער אויסצורעכענען נעמען, ווייל איך וועל זיכער אויסלאזן און מענטשן וועלן זיך באליידיגן. איך וועל אבער יא שרייבן געציילטע: יש ברירה, צל עובר, מילכיגער (בעיסיקלי מענטשן וואס טראכטן און שרייבן לויט מיין געדאנקנגאנג..)
פון וואס האסטו די מערסטע הנאה, תורה, ידיעות, מוזיק, נייעס, פארברענגען וכו'?
נייעס, פארברענגען, תורה.
וואס האלסטו דארף זיך אייוועלט פארבעסערן?
אנהייבן רעכענען געלט פון די שרייבערלעך פער תגובה, און פון דעם געלט אויפנעמען אחראים צו מעקן וכו'.
און בכלל, זאג עפעס גוטס רבי לכאורה'לע.
געווענליך ווען איינער בעט מיר פאר א גוט ווארט, זאג איך טשאקאלאדע.
און אז מען רעדט שוין, דערצייל עפעס א ספעציעלע געשיכטע אדער איבערלעבעניש אין סיי וועלכע הינזיכט וואס דו האסט געהאט אין דיין לעבן, קיין שייכות מיט אייוועלט.
די הויכפונקט פון מיין לעבן, דערווייל, איז די ניר נדבה מיינע. איך האב א טאגבוך פון יענע עפאכע. (אויסערדעם האב איך נאך טאגביכער אין שופלאד, פון ווען איך האב מיך צובראכן א פוס, נסיעות קיין לאנדאן, אנטווערפן).
און אלס קרישקעלע, צו וועלכע ספר (מוסר וחסידות וכו') שפירט איר א ספעציעלע קשר?
הלכה איז אויך גוט? "אוצר הלכות". במשך דריי יאר האב איך ב"ה אדורכגעלערנט אלע בענדער (כ'האלט יעצט אינמיטן דעם "במצות שבת" פונעם זעלבן מחבר. דארף נאך לערנען די הל' נישואין און הל' יוצא לדרך).
און צום לעצט, אלץ לאנגיעריגע שרייבער דא פון טויזנטער תוכנ'דיגע תגובות, וואס האט איר צו זאגן פאר אונזערע היינטיגע שרייבער דא?
ליינט גוט איידער איר זענט מגיב, קלערט איבער איידער איר שלח'ט.