פלעגט מען רעדן דערפון דא אויפן וועלטל בראש גלוי?..
בעפאר די קומזיצן פלעגט מען דאס אפשמועסן ברבים, און פאר די פאר פאראינטערעסירטע האט מען געשיקט אין אישי דעם צייט און פלאץ נאך די קומזיצן פלעגט מען רעדן ברבים בלויז ברמז, שלא לבייש מי שלא היה שם
פלעגט מען רעדן דערפון דא אויפן וועלטל בראש גלוי?..
בעפאר די קומזיצן פלעגט מען דאס אפשמועסן ברבים, און פאר די פאר פאראינטערעסירטע האט מען געשיקט אין אישי דעם צייט און פלאץ נאך די קומזיצן פלעגט מען רעדן ברבים בלויז ברמז, שלא לבייש מי שלא היה שם
דאס איז זייער אמת, למשל נעכטן האט א - גראדע א אינהאלטסרייכער פון וועם איך האב געווענליך שטארק הנאה - ניק מגיב געווען אפאר מאל הין און צוריק אויף מיינס א תגובה, ממש ביז צירקלען, אן אפילו געהעריג ליינען מיין תגובה אויף וואס ער האט זיך באצויגן, ער האט נישט געוואוסט אפילו וואס מיין פעני דארט איז.
קיינער זאל נישט מיינען אז איך מיין אים, איך האב יענעם גע'אישי'ט אז ער זאל איבערליינען מיין תגובה.
דאס איז בנוגע די ערשטע האלב, בנוגע די צווייטע, היפש מאל שיק איך נישט שוין געשריבענע תגובות, הגם עס איז אודאי דא נאך וואס איך שיק יא, און עס וואלט בעסער געווען ווען נישט.
צוריק צו די קרישקעלעך.
איך בענק מיך צו זייער אסאך פיינע שרייבער פון אמאליגן אייוועלט, אבער עס האלטן ב"ה אין איין צוקומען חדשים לבקרים מעכטיגע שטארקע ניקס. (אזא 'יענג2020' האבן מיר שוין אמאל געהאט? אזא 'דייקן'? אזא 'סטיטשינער'? אזא 'כאניש'ל... אזא 'סטאוו יא פיטא'? אזא 'חבקוק', ואטו כי רוכלא.. אזא 'קענטאקי', אזא 'הכל הבל', אזא 'נקדימון', וכו' וכו'. מעגליך אז זיי זענען גלגולים פון אמאל, אבער הויפטזעכליך איז אלעס פרישע ניקים, וממילא וועט מען יארן ארום בענקן צו אט די תש"פ יאר, און אזוי כסדר, דור הולך ודור בא ולכאורה לעולם עומד...
ב"ה שמסר עולמ"ו לשומרים
לכאורה האט געשריבן:
די הנהלה פראבירט עס צו דערגיין ביים אננעמען, למשל דורך גילוי גייט אן אויך צווישן די חברי הנהלה נישט יעדער אחראי ווייסט ווער דער אנדערער איז. ער קען זיין ניק נאמען, אבער נישט מער פון דעם. דאפעלטע ניקס קען מען צומאל זעהן אויפ'ן איי.פי. אדרעס, אבער זייער אסאך מאל נישט. מיר האבן נישט קיין פראבלעם מיט דאפעלטע ניקס, נאר אויב יענער איז נארוואס ארויסגעשטעלט געווארן צוליב א סיבה, און ער קומט צוריק און הייבט אן מיט די זעלבע פראבלעמען.
אז מען רעדט שוין פון דאפלטע ניקס, איך האב באקומען שטארקע היעט א וויילע צוריק, און איך פארשטיי בשם די גאנצע הנהלה, פארן ברמז דערמאנען איינעמס צווייטע ניק, בו בזמן וועןדא אין פיפטן שולחן ערוך שרייבט @געלעגער..
די ערשטע כלל וואלט איך עס געזאגט אין איין ווארט 'שכל טיילט מען נישט דא' וואס איך מיין איז למשל לאמיר רעדן פון איינער וואס האט צוויי ניקס דא ביי אונז. איך פערזענליך האלט אז ס'איז נישט קיין שום פראבלעם צו פארמאגן מער פון איין ניק, אויב געדענק איך גוט האט דער מייסד קרעמער פארמאגט מער ווי איין ניק אונעם אלטן שטעטל, הגם היינט גלייב איך אז ער פארמאגט נאר איין. אבער ס'איז קיין פראבלעם אויב איינער שפירט אז א געוויסע ענין וויל ער נישט שרייבן מיט זיין געהעריגע ניק און ער עפענט א צווייטע ניק פארדעם. אבער דא קומט א ריזיגע אבער..... דער יעניגער זאל וויסן אז ס'איז דא א גרויסע שאנס אז מ'זאל דערגיין אז ער איז דער וואס שטייט אונטער די צווייטע ניק, צו איז דאס אלס די לשון וואס ער ניצט אדער די ספעלינג מיסטעקס וואס ער מאכט מיט ביידע ניקס אייניג וכו' וכו' און ווען מען דערגייט ווער דער איז אך און וויי פאר אים, די בושה איז גרויס. אויב האט ער געניצט איין ניק פראפעסאנאל, אבער די צווייטע ניק האט ער געניצט ווי א לונעטיק און משוגע געמאכט דעם עולם, אך און וויי איז פאר אים, די וואס ווייסן זיין צוויי ניקס וועלן קיינמאל נישט קוקן אויף אים ער פארלירט זיין טראסט און זיין נאמען פאר אייביג!!
אלזא נאכאמאל, קיינעם גייט נישט אן ווען איינער איז דא מיט צוויי ניקס אבער זאל יענער וויסן אז ריסק איז גרויס און אויב וועט מען אים פאקן און ער האט געניצט איין ניק צו נערווירן דעם ציבור וועט די בושות זיין ציפעדיג. און ער זאל קיין טענות נישט האבן צו קיינעם. (אז איך רעד שוין דערפון קען איך נישט דורך גיין אן דערמאנען יענטאש'ס אויסדרוק אויף דעם. " קענסט אנטון וועלכע מאסק דו ווילסט, אבער דיין מויל גרויך בלייבט די זעלבע")
וואס פון דעם איז קלאר משמע אז מען מעג לכתחילה מגלה זיין ניקס פון אנדערע, און איך זעה נישט אין ערגעץ קיין שמץ תקנה אז מען טאר נישט?
דאס איז אלעס בדרך אגב, און ברויך נישט ווערן געענטפערט.
די נעקסטער סעיף איז די וויכטיגסטער לדעתי. אין דעם זעהט זיך שטארק אן די ירידת הדורות.
"נאך איין זאך וואס איך וויל זאגן איז דאס ענין פון דרך ארץ, יא פשוט און פראסט דרך ארץ. קוק מיך נישט אן מיט אזאנע שטוינענדע בליקן. איך רעד פון ניצן די שכל און וויסן וויאזוי צו רעדן צו א מענטש וואס קען מער פון דיר און ווייסט מער פון דיר און איז לכאורה אין יארן עלטער פון דיר, און די עיקר איז ער דרייט זיך דא לענגער פון דיר.
די סיסטעם דא ביי אונז ארבעט בערך אזוי: סיינט זיך אויף א נייע ניק, מ'גיט אים די שלום עליכם און מ'נעמט זיך קוקן אויף אים. וואסערע סארט מענטש איז ער.. איינער ציט צו היסטאריע, איינער צו חסידות, א צווייטער צו וועלטליכע נייעס א דריטער סתם צו פארברענגען און זיך אויסשמועסן. אלעס פיין און וואויל.
די ניק איז ספעשל, די אינטערוויאו? סופער ספעשל, זייער הנאה געהאט.
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט.וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא:(שבת קד.) בלאג - מיינע ארכיוון
ס'מיר אזוי אינטערעסאנט דער פאקט אז מענטשן האבן הנאה פון דעם אינטערוויו (איינער איז מיר צוגעקומען אין ביהמ"ד מיט א טאמבס-אפ, אנדערע אין אישי, און רוב טאקע דא ברבים), דען איך האב מיך איינגערעדט אז די אלע זאכן זענען דברים פשוטים וואס מען האט שוין אויסגעדראשן מערערע מאל אויף די שפאלטענעס פון אייוועלט.
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט.וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא:(שבת קד.) בלאג - מיינע ארכיוון