שעראן ספרינגס

היסטאריע פון שטעט און ערטער

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
jewish explorer
שר העשר
תגובות: 38
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 19, 2022 11:15 pm

Re: שעראן ספרינגס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך jewish explorer »

פאר 5 יאר צוריק האב איך און מיינע נאנטע זיך ארויסגעלאזט צום שטעטל שעראן ספרינגס צו גיין באזוכן די הויז ווי רביה"ק מ'סאטמאר זי"ע פלעגט זיך אויפהאלטן בימי הקיץ.

מיר האבן זיך ארויסגעלאזט פון די קאנטרי און נאכ'ן פארן פאר ארום 2 שעה און 15 מינוט זענען מיר אנגעקומען קיין 'שעראן ספרינגס'.

עס האט נישט לאנג גענומען און מיר האבן אנגעטראפן דעם רבי'נס הויז (למען האמת האט די הויז נישט באלאנגט פאר'ן רבי'ן אבער דער רבי פלעגט זיך דארט אויפהאלטן אין די זומער וואכן). די אדרעס האב איך שוין פון פאראויס פארשאפט אזוי האבן מיר תיכף געוויסט וואו צו גיין.

ארויפטרעטנדיג אויפן שטח זענען מיר צוערשט געגאנגען באטראכטן די בעק יארד. אויף דעם פלאץ האט רבינו הקדוש געשריבן דעם ספר על הגאולה. קוקנדיג גרונטליכער האבן מיר אנגעטראפן די יסודות פונעם טעראסע וואס מען זעהט אויפ'ן פילם ווי רבינו הקדוש זי"ע זיצט דארט.

ביי דעם אונטערשטן חלק פונעם בעקיארד שטייט א קליינעם אפענעם סטרוקטשור וואו דארט געפינט זיך א מקוה וואו רביה"ק זי"ע האט זיך ווארשיינליך געטובל'ט. עס קוקט אויס ווי דאס פלאץ איז איבערגעמאכט געווארן אין די שפעטערע יארן פאר אידן צו קענען כאפן א טבילה.

נאכ'ן אויסשפיאנירן די בעקיארד האמיר זיך א לאז געטון צום הויז וואו דער רבי האט געוואוינט. די 2 שטאקיגע בנין איז אין א שווערע צושטאנד און מיר האבן געדארפט שטארק אכטונג געבן וואו מען שטעלט א טריט. אין דעם הויז האבן מיר געטראפן פארשידענע איבערבלייבענישן. א שטייגער ווי א צייטונג (די צייטונג) פון די נ' יארן. לויט ווי איך פארשטיי האט מען געוואוינט אין דעם הויז לאנג נאך דעם רבינ'ס פטירה.

ארויסקומעדיג פונעם הויז איז אונז אנטקעגן געקומען א גוי וואס האט זיך פארגעשטעלט אלץ דער מעיאר פון 'שעראן ספרינגס'. איינער פון די שכנים וואס האט אויפגעפאסט ווי א גרופע שפיאנען האבן זיך אראפגעלאזט אויף דעם חורבה האט שנעל ציוויסן געטון דעם מעיאר וועלכע האט גלייך רעאגירט.

די מעיאר האט אונז מסביר געווען אז דער בנין איז אין א שווערע צושטאנד און עס איז נישט ערלויבט אריינצוגיין צוליב די סכנה. דער מעיאר האט פונקטליך געוויסט דעם באדייט און היסטאריע פון דעם פלאץ און אונז געזאגט אז ער ארבעט צו דעזיגנירן דעם בנין אלץ א לענדמארק. אזוי אויך וויל ער עפלייען פאר געוויסע גרענטס וואס שטעלט צו געלטער צו פרעזערווירן אזעלכע פלעצער.

ער האט גע'טענה'ט אז די ערשטע שריט וואס דארף געטוהן ווערן איז אפצושטעלן דאס אריינרעגענען פונעם דאך און דערנאך זעהן ווי אזוי אוועקצושטעלן דעם פלאץ אויף ווייטער.

פון דארט זענען מיר צוגעפארן צום נעקסטן גאס וואו עס שטייט (איז געשטאנען) דעם בנין הישיבה. מיר האבן נישט באוויזן זיך אריינצוזעהן אינעווייניג האבן מיר יוצא געווען מיט'ן עס באטראכטן פונדרויסן.

לעצט פארראכטן דורך jewish explorer אום פרייטאג יולי 07, 2023 1:48 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
הארזים
שר ששת אלפים
תגובות: 6201
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אקטאבער 24, 2020 11:20 pm

Re: שעראן ספרינגס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארזים »

@jewish explorer שכח פאר די באריכט מיט די בילדער!
’מסורה’ איז ביי מיר די ערשטע זאך!

ווייכע ברויט
שר העשר
תגובות: 37
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 12, 2023 1:14 pm

Re: שעראן ספרינגס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווייכע ברויט »

די מעשה איז אז די הויז האט באלאנגט פאר א איד מיט'ן נאמען קליין (איך געדענק שוין נישט די ערשטע נאמען) אבער אין שנת תשכו-כ"ז האט מען אפגעקויפט די הויז פאר'ן רבי'ן. ווען עס איז געקומען א יאר שפעטער ביים פארקויפן די חמץ, האט ד רעביצין דערמאנט דעם רבי'ן אז מ'דארף אריינשרייבן די הויז אין שעראן ספרינגס, האט די רבי רעאגירט: "וואס? מיר האבן א הויז?" "אויב אזוי, וויאזוי קען איך נאך נעמען געלט פון אידן?"
וואס עס איז געווארן נאכדעם וואס די רבי איז אוועק ווייס איך נישט. קען זיין אז איינער האט עס אפגעקויפט.
די שיינקייט פון די וועלט איז אז ס'דא אלע סארט מענטשן, פארלאנג נישט א צוויטער זאל זיין פונקט ווי דיר
אוועטאר
רעדנער
שר חמש מאות
תגובות: 792
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 23, 2013 6:11 pm

Re: שעראן ספרינגס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעדנער »

ווייכע ברויט האט געשריבן: פרייטאג יולי 07, 2023 2:28 am
די מעשה איז אז די הויז האט באלאנגט פאר א איד מיט'ן נאמען קליין (איך געדענק שוין נישט די ערשטע נאמען) אבער אין שנת תשכו-כ"ז האט מען אפגעקויפט די הויז פאר'ן רבי'ן. ווען עס איז געקומען א יאר שפעטער ביים פארקויפן די חמץ, האט ד רעביצין דערמאנט דעם רבי'ן אז מ'דארף אריינשרייבן די הויז אין שעראן ספרינגס, האט די רבי רעאגירט: "וואס? מיר האבן א הויז?" "אויב אזוי, וויאזוי קען איך נאך נעמען געלט פון אידן?"
וואס עס איז געווארן נאכדעם וואס די רבי איז אוועק ווייס איך נישט. קען זיין אז איינער האט עס אפגעקויפט.
דער איד האט געהייסן ר' יעקב קליין ע''ה שפעטער ווען די רבי זי''ע פלעגט שוין נישט קומען קיין שערן ספרינגס, פלעגט ר' יעקב זיין זוממער אין בעטלעהעם ניו העמפטשער ביי פארק וויא האטעל פון ר' יוסף מרדכי כהנא ז''ל,
טאקע א מאדיאר אבער דאך א חסידישער רעדנער
אוועטאר
הארזים
שר ששת אלפים
תגובות: 6201
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אקטאבער 24, 2020 11:20 pm

Re: שעראן ספרינגס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארזים »

בילדער פון די אדלער האטעל אין 2010 נאכן שטיין ליידיג עטליכע יאר, בילדער דורך: Walter Arnold Photography LLC.

The Adler Hotel was a 150-room, five-story hotel in Sharon Springs, New York that was operated from 1929 until 2004. Known for its therapeutic sulfur baths, it catered primarily to a Jewish clientele who travelled to Sharon Springs in the summers. Ed Koch (congressman and former mayor of NY) worked as a busboy at the hotel in 1946.” Over the last few years a company has purchased the location with plans to renovate it, but lack of recent news/plans may indicate that the renovation has been put on hold for reasons unknown. –From Wikipedia
אטעטשמענטס
Abandoned-Hotel-Adler-41.jpg
Abandoned-Hotel-Adler-41.jpg (262.59 KiB) געזען 1283 מאל
Abandoned-Hotel-Adler-43.jpg
Abandoned-Hotel-Adler-43.jpg (357.32 KiB) געזען 1283 מאל
Abandoned-Hotel-Adler-14.jpg
Abandoned-Hotel-Adler-14.jpg (117.47 KiB) געזען 1283 מאל
לעצט פארראכטן דורך הארזים אום פרייטאג יולי 07, 2023 10:10 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
’מסורה’ איז ביי מיר די ערשטע זאך!

אוועטאר
הארזים
שר ששת אלפים
תגובות: 6201
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אקטאבער 24, 2020 11:20 pm

Re: שעראן ספרינגס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארזים »

נאך פון אדלערס האטעל

מערקט די גוט שבת קארטל
אטעטשמענטס
Abandoned-Hotel-Adler-42.jpg
Abandoned-Hotel-Adler-42.jpg (117.6 KiB) געזען 1277 מאל
Abandoned-Hotel-Adler-31.jpg
Abandoned-Hotel-Adler-31.jpg (123.69 KiB) געזען 1277 מאל
Abandoned-Hotel-Adler-43 (1).jpg
Abandoned-Hotel-Adler-43 (1).jpg (73 KiB) געזען 1277 מאל
’מסורה’ איז ביי מיר די ערשטע זאך!

אוועטאר
הארזים
שר ששת אלפים
תגובות: 6201
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אקטאבער 24, 2020 11:20 pm

Re: שעראן ספרינגס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארזים »

נאך
אטעטשמענטס
Abandoned-Hotel-Adler-05.jpg
Abandoned-Hotel-Adler-05.jpg (169 KiB) געזען 1274 מאל
Abandoned-Hotel-Adler-16.jpg
Abandoned-Hotel-Adler-16.jpg (195.22 KiB) געזען 1274 מאל
Abandoned-Hotel-Adler-06.jpg
Abandoned-Hotel-Adler-06.jpg (221.77 KiB) געזען 1274 מאל
’מסורה’ איז ביי מיר די ערשטע זאך!

אוועטאר
הארזים
שר ששת אלפים
תגובות: 6201
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אקטאבער 24, 2020 11:20 pm

Re: שעראן ספרינגס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארזים »

נאך עטליכע בילדער, איך גלייך זייער די בילדער, עס קוקט אויס ווי טשערנאביל...

מערקט די ווייער צימער פאר די טעלעפאונען.
אטעטשמענטס
jpg.jpeg
jpg.jpeg (166.37 KiB) געזען 1264 מאל
Abandoned-Hotel-Adler-15.jpg
Abandoned-Hotel-Adler-15.jpg (159.75 KiB) געזען 1264 מאל
Abandoned-Hotel-Adler-36.jpg
Abandoned-Hotel-Adler-36.jpg (255.94 KiB) געזען 1264 מאל
’מסורה’ איז ביי מיר די ערשטע זאך!

סטראשעלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 491
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 16, 2011 9:49 pm

Re: שעראן ספרינגס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטראשעלע »

דער רבי האט קיינמאל נישט גענוצט די מקוה וואס איז אין הויף, מ'האט עס געבויעט דאס לעצטע יאר וואס דער רבי איז דארט געווען, תשכ"ז, און דער רבי האט עס נישט געוואלט נוצן.

שנית, "דעם" הויז האט מען קיינמאל נישט אפגעקויפט פארן רבי'ן, אזא ענליכע מעשה איז געווען מיט א פריערדיגע הויז אויף דיוויזשאן (וואס שטייט נאך עד היום אקעגן איבער די מקוה וואס דער רבי האט געבויעט), וואס דעם רבי'נס חסידים (הרה"ח ר' אליעזר הארפענעס און ר' אברהם ווערצבערגער ע"ה) האבן געקויפט פאר אים פארן סכום פון 5 טויזנט דאלער, און ווען דער רבי איז געוואר געווארן דערפון האט ער עס געהייסן פארקויפן און נישט געוואלט מער קומען אהין. די מעשה איז געווען לעצטנס געדרוקט באריכות אין "דער איד" פון די שמועסן מיט ר' אברהם ווערצבערגער ע"ה.
אוועטאר
הארזים
שר ששת אלפים
תגובות: 6201
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אקטאבער 24, 2020 11:20 pm

Re: שעראן ספרינגס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארזים »

ווער דערקענט?
פארענט פון די Roseboro Hotel.
אטעטשמענטס
שערן ספרינגס.jpg
שערן ספרינגס.jpg (97.04 KiB) געזען 1237 מאל
’מסורה’ איז ביי מיר די ערשטע זאך!

ווייכע ברויט
שר העשר
תגובות: 37
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 12, 2023 1:14 pm

Re: שעראן ספרינגס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווייכע ברויט »

סטראשעלע האט געשריבן: פרייטאג יולי 07, 2023 10:12 am

איך האב געליינט די מעשה וועגן די הויז אין ספר "אילנא דחיי" אבער אזוי ווי איך בין נישט יעצט אין שטאט, קען איך נישט נאכקוקן אלע דעטאלן. אבער די מעשה מיט מכירת חמץ געדענק איך אויף 100 פראצענט. יעצט קען מען אנהייבן לערנען פשטים. אי"ה ווען איך וועל נאכאמאל האבן די געלעגנהייט נאכצוקוקן וועט מען אי"ה שרייבן וואס עס שטייט דארט. (איך געדענק אויך נישט וועלכע זקן עס פארציילט די מעשה-אפשר רבי משה יאזאפאוויטש וואס פלעגט פארקויפן די חמץ. אדער ר' יחזקאל שטיין די הויז בחור. איך געדענק שוין נישט).
גראדע די מקוה האט געבויט ר' פנחס ישעי' קארנבלי ע"ה וועם מ'פלעגט נוצןצו טוהן פארשידענע מלאכות בבית רבינו זי"ע. ווען ער האט געמאכט די מקוה אין חצר איז די רבי דארט געווען און עוסק געווען מיט'ן מסדר זיין על הגאולה מיט רבי נתן יוסף ע"ה. ר' פנחס ישעי' האט מכבד געווען די רבי זאל קומען זעהן די מקוה. אבער די רבי איז געווען אזוי טרוד אין די הייליגע ארבעט, און האט מכבד געווען רבי נתן יוסף זאל עס גיין קוקן (די מעשה פארציילט ר' פנחס ישעי' ע"ה אין זיין שמועס אין "באילנא דחיי").
די שיינקייט פון די וועלט איז אז ס'דא אלע סארט מענטשן, פארלאנג נישט א צוויטער זאל זיין פונקט ווי דיר
אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6809
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

Re: שעראן ספרינגס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יציב פתגם »

הארזים האט געשריבן: פרייטאג יולי 07, 2023 10:23 am
ווער דערקענט?
פארענט פון די Roseboro Hotel.
הג"ר יעקב שמעון דאכנער זצ"ל אב"ד בערהאמעט
אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6809
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

Re: שעראן ספרינגס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יציב פתגם »

סטראשעלע האט געשריבן: פרייטאג יולי 07, 2023 10:12 am
אזא ענליכע מעשה איז געווען מיט א פריערדיגע הויז אויף דיוויזשאן (וואס שטייט נאך עד היום אקעגן איבער די מקוה וואס דער רבי האט געבויעט),
איר קענט אפשר אנווייזן וועלכע הויז אויף דיוויזשאן סטריט שטייט נאך? איך בין דארט געווען לעצטענס 2 מאל און נישט געטראפן דאס ארגינעלע הויז

יא די מקוה שטייט נאך קעגן איבער (אבער דער גוי לאזט נישט אריין בשום אופן)
אוועטאר
הארזים
שר ששת אלפים
תגובות: 6201
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אקטאבער 24, 2020 11:20 pm

Re: שעראן ספרינגס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארזים »

נאך א בילד, ווער דערקענט?
אטעטשמענטס
45932-02.jpeg
45932-02.jpeg (140.89 KiB) געזען 1144 מאל
’מסורה’ איז ביי מיר די ערשטע זאך!

אוועטאר
הארזים
שר ששת אלפים
תגובות: 6201
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אקטאבער 24, 2020 11:20 pm

Re: שעראן ספרינגס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארזים »

מען פארקויפט אלע סארטן צייטונגען
אטעטשמענטס
45935.jpeg
45935.jpeg (169.66 KiB) געזען 1140 מאל
’מסורה’ איז ביי מיר די ערשטע זאך!

ליבי ובשרי
שר האלפיים
תגובות: 2832
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 15, 2019 1:41 pm

Re: שעראן ספרינגס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליבי ובשרי »

@הארזים wow!
בעיקר פאר די טשערנאבלע בילדער....
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13960
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

Re: שעראן ספרינגס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

דארף אויך צו זיין בילדער פון די צייטן פון די ברך משה ז"ל
OFFLINE
שר חמישים ומאתים
תגובות: 262
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 26, 2023 12:43 pm

Re: שעראן ספרינגס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך OFFLINE »

איינער האט בילדער פון די ניו יארק האטעל, אדער די אנדערע האטלען
סטראשעלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 491
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 16, 2011 9:49 pm

Re: שעראן ספרינגס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטראשעלע »

יציב פתגם האט געשריבן: פרייטאג יולי 07, 2023 11:14 am
סטראשעלע האט געשריבן: פרייטאג יולי 07, 2023 10:12 am
אזא ענליכע מעשה איז געווען מיט א פריערדיגע הויז אויף דיוויזשאן (וואס שטייט נאך עד היום אקעגן איבער די מקוה וואס דער רבי האט געבויעט),
איר קענט אפשר אנווייזן וועלכע הויז אויף דיוויזשאן סטריט שטייט נאך? איך בין דארט געווען לעצטענס 2 מאל און נישט געטראפן דאס ארגינעלע הויז

יא די מקוה שטייט נאך קעגן איבער (אבער דער גוי לאזט נישט אריין בשום אופן)
108 Division St, Sharon Springs, NY 13459
אוועטאר
אני-הק'
שר האלף
תגובות: 1858
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 29, 2020 8:01 pm
לאקאציע:בתוך עמי אנכי יושבת

Re: שעראן ספרינגס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אני-הק' »

די טיש ווי דער רבי האט געשריבן על הגאולה ליגט היינט דאכט זיך אין בית רבינו אויף 500 בעדפארד עוועניו
אני הק' - קטן הרוצה להיות קדוש
איך פרוביר נישט צו גיין "אויף יענער וועלט" פריצייטיג,
אוועטאר
הארזים
שר ששת אלפים
תגובות: 6201
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אקטאבער 24, 2020 11:20 pm

Re: שעראן ספרינגס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארזים »

א חסידיש אינגל אין שערן ספרינגס.
אטעטשמענטס
46003.jpeg
46003.jpeg (84.57 KiB) געזען 973 מאל
’מסורה’ איז ביי מיר די ערשטע זאך!

דער רעקרוטער
שר מאה
תגובות: 119
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 01, 2023 6:46 pm

Re: שעראן ספרינגס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער רעקרוטער »

וואס איז דער אדרעס פונעם רבי'ן ז''ל הויז אין שעראן ספרינגס?
זוכט איר א גוטע ארבעטער אדער ארבעט?

שיק א אימעיל צו
[email protected]
אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6809
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

Re: שעראן ספרינגס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יציב פתגם »

סטראשעלע האט געשריבן: פרייטאג יולי 07, 2023 3:53 pm
108 Division St, Sharon Springs, NY 13459
ביי דעם אדרעס שטייט היינט א אנדערע הויז (בילד גענומען זומער תשע"ט)
IMG_3487.JPG
IMG_3487.JPG (381.04 KiB) געזען 794 מאל
OFFLINE
שר חמישים ומאתים
תגובות: 262
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 26, 2023 12:43 pm

Re: שעראן ספרינגס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך OFFLINE »

סטראשעלע האט געשריבן: פרייטאג יולי 07, 2023 3:53 pm
יציב פתגם האט געשריבן: פרייטאג יולי 07, 2023 11:14 am
סטראשעלע האט געשריבן: פרייטאג יולי 07, 2023 10:12 am
אזא ענליכע מעשה איז געווען מיט א פריערדיגע הויז אויף דיוויזשאן (וואס שטייט נאך עד היום אקעגן איבער די מקוה וואס דער רבי האט געבויעט),
איר קענט אפשר אנווייזן וועלכע הויז אויף דיוויזשאן סטריט שטייט נאך? איך בין דארט געווען לעצטענס 2 מאל און נישט געטראפן דאס ארגינעלע הויז

יא די מקוה שטייט נאך קעגן איבער (אבער דער גוי לאזט נישט אריין בשום אופן)
108 Division St, Sharon Springs, NY 13459
איך דערמאן מיך טאקע פון מיין באזוך אין שעראן ספרינג'ס א שיינע פאר יאר צוריק, אז איך בין געגאנגען באזוכן אין א מקוה וואס מ'האט מיר געזאגט אז דער רבי האט עס געבויעט, מ'האט געזעהן אזעלכע שטיבעלעך אין די זייט א סימן אז ס'איז אויך גענוצט געווארן אלס מקוה טהרה, אויב געדענק איך גוט האט מען נישט גענומען רשות פון קיינעם בעפארן אריינגיין.
ווייכע ברויט
שר העשר
תגובות: 37
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 12, 2023 1:14 pm

Re: שעראן ספרינגס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווייכע ברויט »

סטראשעלע האט געשריבן: פרייטאג יולי 07, 2023 10:12 am
דער רבי האט קיינמאל נישט גענוצט די מקוה וואס איז אין הויף, מ'האט עס געבויעט דאס לעצטע יאר וואס דער רבי איז דארט געווען, תשכ"ז, און דער רבי האט עס נישט געוואלט נוצן.

שנית, "דעם" הויז האט מען קיינמאל נישט אפגעקויפט פארן רבי'ן, אזא ענליכע מעשה איז געווען מיט א פריערדיגע הויז אויף דיוויזשאן (וואס שטייט נאך עד היום אקעגן איבער די מקוה וואס דער רבי האט געבויעט), וואס דעם רבי'נס חסידים (הרה"ח ר' אליעזר הארפענעס און ר' אברהם ווערצבערגער ע"ה) האבן געקויפט פאר אים פארן סכום פון 5 טויזנט דאלער, און ווען דער רבי איז געוואר געווארן דערפון האט ער עס געהייסן פארקויפן און נישט געוואלט מער קומען אהין. די מעשה איז געווען לעצטנס געדרוקט באריכות אין "דער איד" פון די שמועסן מיט ר' אברהם ווערצבערגער ע"ה
אטעטשמענטס
20230708_224748_2_1_400.jpg
די שיינקייט פון די וועלט איז אז ס'דא אלע סארט מענטשן, פארלאנג נישט א צוויטער זאל זיין פונקט ווי דיר
שרייב תגובה

צוריק צו “עיר ועיר”