פארלירן חוש הריח אדער טעם

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

ליידט איר פון א מאדנעם גערוך אדער טעם ביים עסן?

די וואלן האבן זיך געשלאסן מאנטאג יולי 13, 2020 9:56 am

יא
54
42%
ניין
76
58%
סך הכל שטימען: 130

פארשער
שר האלף
תגובות: 1847
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 16, 2009 7:20 pm

פארלירן חוש הריח אדער טעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשער »

רבותי, ס'איז צייט ארויסצוקומען פון די קלאזעט.
זעירא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 435
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2019 3:01 pm

Re: אנקעטע: ליידט איר פון א מאדנעם גערוך/טעם ביים עסן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זעירא »

איך פיהל בכלל נישט קיין טעם און ריח.
אוועטאר
maybeeynot
שר חמשת אלפים
תגובות: 5878
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע:ווי איך שטעק אריין מיין נאז

Re: אנקעטע: ליידט איר פון א מאדנעם גערוך/טעם ביים עסן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך maybeeynot »

ב"ה בכלל נישט געליטן
אוועטאר
מונאוויטש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3005
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 22, 2015 6:08 pm

Re: אנקעטע: ליידט איר פון א מאדנעם גערוך/טעם ביים עסן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מונאוויטש »

פארשער האט געשריבן: רבותי, ס'איז צייט ארויסצוקומען פון די קלאזעט.

וועלכע קלאזעט?
וועלכע גערוך?
וועלכע טעם?
קום אריין קלאר.
בעקעלע.הפוכה
שר חמש מאות
תגובות: 750
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 11, 2020 10:21 am

Re: אנקעטע: ליידט איר פון א מאדנעם גערוך/טעם ביים עסן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעקעלע.הפוכה »

עמך אנוכי
ב"ה אזוי ווי מזאגט ביי יוכ"ק
"יד פה ועין" איז ב"ה פיין
אבער "אין לי טעם וריח"

הודו לשם אז סאיז נישט ח"ו פארקערט - א אמת'דיגן חסד השם
השתדלות בפרנסה, מיט הכנסות, האבן נישט קיין שייכות - מדארף טוען ווייל מדארף טוהן לקיים גזירת המלך בזיעת אפך וכו', און דער בורא עולם האט שוין זיינע וועגן צו געבן - ב"ה וב"ש
כשר סעל
אנשי שלומינו
תגובות: 8
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 05, 2017 1:38 pm

Re: אנקעטע: ליידט איר פון א מאדנעם גערוך/טעם ביים עסן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כשר סעל »

איך האב געהאט קראנע אפאר חדשים צוריק, פארלוירן די שמעק דעמאלטס אבער צוריק באקומען אפאר וואכען דערויף

יעצט א נייע מעשה אנגעפאנגען א וואך צוריק האבן געוויסע מאכלים א געפערליכע טעם/שמעק. איך בין 99% סהאט מיט קראנע
עכט היימיש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4647
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

Re: אנקעטע: ליידט איר פון א מאדנעם גערוך/טעם ביים עסן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עכט היימיש »

איך שפיר א טעם אין געוויסע עסן, און אויך א שמעק ביי בשמים, און נאך עסן, אבער פארשידענע עסן האט א געפערליכע פארברענטע טעם, אזא מאדנע שמעק, אויך די קאווע צופרי, און נאך זאכן. ווייסעך נישט וואס עס מיינט, פארשידענע זאכן יא, און פארשידענע זאכן נישט, בינעך נייגעריג צי נאך האבן די סיפטאמען. אויכעט די פאות ווערט דינער און דינער.
איך האב מיט דעם קיין שיכות, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".

וואס מיינט היימיש? היימיש!
אוועטאר
צייט שטיפער
שר האלפיים
תגובות: 2258
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 17, 2016 12:50 pm
לאקאציע:וואו נישט וואו...

Re: אנקעטע: ליידט איר פון א מאדנעם גערוך/טעם ביים עסן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייט שטיפער »

איך האב באקומען א שרעקליכער אנגעלייגטער טריקענער נאז, און ווען מען מאכט ביעור חמץ דארף מען מקיים זיין כיסו הדם,
נאך עמיצער דערמיט?
איש חשוב
שר מאה
תגובות: 228
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 24, 2018 3:48 pm

Re: אנקעטע: ליידט איר פון א מאדנעם גערוך/טעם ביים עסן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש חשוב »

כשר סעל האט געשריבן: איך האב געהאט קראנע אפאר חדשים צוריק, פארלוירן די שמעק דעמאלטס אבער צוריק באקומען אפאר וואכען דערויף

יעצט א נייע מעשה אנגעפאנגען א וואך צוריק האבן געוויסע מאכלים א געפערליכע טעם/שמעק. איך בין 99% סהאט מיט קראנע


איך האב די זעלבע אישו האסט אן אהנונג עפעס מער? איינער געפרעגט א דאקטער?
בר דעת
שר האלף
תגובות: 1517
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 25, 2011 1:00 pm

Re: אנקעטע: ליידט איר פון א מאדנעם גערוך/טעם ביים עסן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בר דעת »

יאפ, אזא מאדנע אלקאהאל/ געזעלין גערוך.

איך ווייס נישט וויאזוי עס מסביר צו זיין, די חוש הטעם והריח האבן מער ווייניגער געמערדזשט, און זיי שפאצירן צוזאמען געמיטלעך פונעם נאז צו די האלז...
כשר סעל
אנשי שלומינו
תגובות: 8
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 05, 2017 1:38 pm

Re: אנקעטע: ליידט איר פון א מאדנעם גערוך/טעם ביים עסן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כשר סעל »

איש חשוב האט געשריבן:
כשר סעל האט געשריבן: איך האב געהאט קראנע אפאר חדשים צוריק, פארלוירן די שמעק דעמאלטס אבער צוריק באקומען אפאר וואכען דערויף

יעצט א נייע מעשה אנגעפאנגען א וואך צוריק האבן געוויסע מאכלים א געפערליכע טעם/שמעק. איך בין 99% סהאט מיט קראנע


איך האב די זעלבע אישו האסט אן אהנונג עפעס מער? איינער געפרעגט א דאקטער?


נאך קיינעם נישט געפרעגט
פארשער
שר האלף
תגובות: 1847
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 16, 2009 7:20 pm

Re: אנקעטע: ליידט איר פון א מאדנעם גערוך/טעם ביים עסן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשער »

כשר סעל האט געשריבן: איך האב געהאט קראנע אפאר חדשים צוריק, פארלוירן די שמעק דעמאלטס אבער צוריק באקומען אפאר וואכען דערויף

יעצט א נייע מעשה אנגעפאנגען א וואך צוריק האבן געוויסע מאכלים א געפערליכע טעם/שמעק. איך בין 99% סהאט מיט קראנע

ביי מיר איז עס געווען אויפן זעלבן אופן, ס'איז געשען לאנג נאכדעם וואס מיין חוש הריח איז שוין צוריקגעקומען.
צי ס'האט מיט קאראנע? דערווייל פון אלע מענטשן וועם איך האב געפרעגט און זיי האבן געזאגט אז זיי האבן דעם פראבלעם האבן 100% פון זיי געהאט קאראנע.
שטיגליץ
שר חמש מאות
תגובות: 750
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 01, 2016 11:23 am

Re: אנקעטע: ליידט איר פון א מאדנעם גערוך/טעם ביים עסן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטיגליץ »

געשטימט יא.

דערווייל בלויז ביי די קאווע, געמיינט קודם אז די קאווע איז נישט גוט האב איך געקויפט א נייע פלעשל, ווען דאס איז אויך נישט געווען גוט האב איך שוין געוואלט ארגאניזירן א מאסן דעמאנסטראציע פארנט פון די באקאנטע טעיסטערס טשויס הויפטקווארטיר. פונקט דאן האט עמיצער דערמאנט דא אויפן וועלטל אז זינט קאראנע פילט ער א מעטאלענע טעם אין די קאווע, האב איך מיר געכאפט אז ביי מיר האט זיך עס אויך אנגעהויבן ערגעץ אין די קאראונע עפאכע נאכן צוריקבאקומען די טעם און ריח פון אלעס חוץ די קאווע.

נאכאמזל איך בין דאס געוואויר געווארן, האב איך כאטש געסעיווט די געלט פון טאוולען, מעדזשיק מארקערס, און א טראק אייער ביים קארנער.
אמאל פלעגן מאנכע פראבירן איבערצושרייבן היסטאריע, היינט פראבירט מען דיר צו איבערצייגן אז אפילו דאס וואס דו זעהסט, הערסט, און שפירסט איז אויכעט פאלטש......
אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4181
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

Re: אנקעטע: ליידט איר פון א מאדנעם גערוך/טעם ביים עסן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

געשטימט ניין. מ'האמיר פיין טועם געווען דעם בייזן קושמאר, און ס'איז ב"ה פאריבער!
פליטה גדולה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 449
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 06, 2019 6:01 pm

Re: אנקעטע: ליידט איר פון א מאדנעם גערוך/טעם ביים עסן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פליטה גדולה »

שפיר אויך לעצטענס א מאדנע טעם אין די קאווע, איך האב עס תולה געווען אין די מילך וואס לעצטענס דער עולם ברענגט די איבריגע אין ביהמ"ד אמאל גאר פון פריזער מיט עקספייערטע דעיט'ס, אבער יעצט פאנג איך אהן טראכטן אז יש דברים בגו.
ס׳וועט זיין בעסער
שר חמש מאות
תגובות: 687
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 12, 2020 11:58 pm

Re: אנקעטע: ליידט איר פון א מאדנעם גערוך/טעם ביים עסן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ס׳וועט זיין בעסער »

עכט היימיש האט געשריבן: איך שפיר א טעם אין געוויסע עסן, און אויך א שמעק ביי בשמים, און נאך עסן, אבער פארשידענע עסן האט א געפערליכע פארברענטע טעם, אזא מאדנע שמעק, אויך די קאווע צופרי, און נאך זאכן. ווייסעך נישט וואס עס מיינט, פארשידענע זאכן יא, און פארשידענע זאכן נישט, בינעך נייגעריג צי נאך האבן די סיפטאמען. אויכעט די פאות ווערט דינער און דינער.

קאפי פעיסט. ביי מיר די זעלבע מעשה, מער וויניגער צוריק באקומען די טעם וריח אבער ביי די קאווע און נאך אפאר זאכן איז די טעם ומפעם לפעם די שמעק אזוי טעריבעל, איים גאוינג קרעזי. אויך די פאות פאלט ארויס ווי פון פריש ביי יעדע שויער.
ס׳שוין געוועהן גוט, ס׳שוין געוועהן בעסער, ס׳וועט זיין נאך בעסער.
פארשער
שר האלף
תגובות: 1847
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 16, 2009 7:20 pm

Re: אנקעטע: ליידט איר פון א מאדנעם גערוך/טעם ביים עסן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשער »

פליטה גדולה האט געשריבן: שפיר אויך לעצטענס א מאדנע טעם אין די קאווע, איך האב עס תולה געווען אין די מילך וואס לעצטענס דער עולם ברענגט די איבריגע אין ביהמ"ד אמאל גאר פון פריזער מיט עקספייערטע דעיט'ס, אבער יעצט פאנג איך אהן טראכטן אז יש דברים בגו.

ביטע שמעק א באטל קאווע און קום צוריק מיט די רעזולטאטן.
אוועטאר
לעגאו מענטשעלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3709
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
לאקאציע:פאר מער דרוקט נומער 7

Re: אנקעטע: ליידט איר פון א מאדנעם גערוך/טעם ביים עסן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעגאו מענטשעלע »

עני שארפע עסן פארמאגט אן אומדערטרעגליכע גרוך, וכן א מאדנע עקלהאפטיגע טעם. בשמים שמעקט זיך בדוחק, גאר זיסע גרוכן לדוגמא באנאנעס, שמעקן זיך די מערסטע נארמאל.
איך נעם שוין זינק פאר עטליכע וואכן, און דערווייל נאכנישט דא קיין גרויסע שינוים, איין זאך יא, עס פלעגט זיך מיר פלוצלינג קענען אנטוויקלען א גרויזאמע גרויליגע טעם אין מויל. דאס האב איך שוין נישט בקומען זינט איך נעם זינק.
אוועטאר
בראנפן גלעזל
שר מאה
תגובות: 142
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 19, 2019 1:13 pm
לאקאציע:אין שענק

Re: אנקעטע: ליידט איר פון א מאדנעם גערוך/טעם ביים עסן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בראנפן גלעזל »

צייט שטיפער האט געשריבן: איך האב באקומען א שרעקליכער אנגעלייגטער טריקענער נאז, און ווען מען מאכט ביעור חמץ דארף מען מקיים זיין כיסו הדם,
נאך עמיצער דערמיט?

נישט ממש ביז כיסוי הדם, אבער זינט קאראנע לייד איך פון א היבש טרוקענע נאניע...
ביזן קרעטשמע דארף מען אויך א טרונק
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10326
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע:ערגעץ אנדערש

Re: אנקעטע: ליידט איר פון א מאדנעם גערוך/טעם ביים עסן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

חוח בין השושנים האט געשריבן: געשטימט ניין. מ'האמיר פיין טועם געווען דעם בייזן קושמאר, און ס'איז ב"ה פאריבער!
הערשקא
שר האלף
תגובות: 1679
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 14, 2016 1:47 pm

Re: אנקעטע: ליידט איר פון א מאדנעם גערוך/טעם ביים עסן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערשקא »

איך האב געמיינט אז נאר איך האב די פראבלעם,
יעצט זעה איך אז די עולם איז געווען באהאלטען אין די קלאזעטס.
רוב עסן / טרינקען וואס האס האבן אן אנדערע טעם, האבן באקומען כמעט די זעלבע גאנג טעם,
איך וועל דא אויסרעכענען א קורצע ליסטע ביי וועלעכע עסן די טעם אדער שמעק עס האט זיך געפילט מאדנע, און די עולם ווערט געבעטן צוצילייגען,

קאווע,
מינט, ציין פוץ,
פינאט באדער,
פאפקארען, (נאר די שמעק)
עני סמאוק שמעק, (ציגרעטל, פייער, סתם רויעך)
עני סאדע,
אראנזש זשוס,
וויין,
וויסקי/שליוואוויץ,
ועוד.
שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2921
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

Re: אנקעטע: ליידט איר פון א מאדנעם גערוך/טעם ביים עסן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאהן הענניטי »

מײן פיאות איז מיר געווארן האלב די דיקקייט, און איינער האט מיר געזאגט אז קאראנע קען גורם זיין צו פארלירן האר. נאך איינער?
אוועטאר
יוד אלף
שר האלף
תגובות: 1684
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2015 9:34 pm

Re: אנקעטע: ליידט איר פון א מאדנעם גערוך/טעם ביים עסן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוד אלף »

בעיקר ביי פראטין
פיש, פלייש, אייער, וכדו' עני וואן עלס?
אוועטאר
בראנפן גלעזל
שר מאה
תגובות: 142
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 19, 2019 1:13 pm
לאקאציע:אין שענק

Re: אנקעטע: ליידט איר פון א מאדנעם גערוך/טעם ביים עסן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בראנפן גלעזל »

הערשקא האט געשריבן: איך האב געמיינט אז נאר איך האב די פראבלעם,
יעצט זעה איך אז די עולם איז געווען באהאלטען אין די קלאזעטס.
רוב עסן / טרינקען וואס האס האבן אן אנדערע טעם, האבן באקומען כמעט די זעלבע גאנג טעם,
איך וועל דא אויסרעכענען א קורצע ליסטע ביי וועלעכע עסן די טעם אדער שמעק עס האט זיך געפילט מאדנע, און די עולם ווערט געבעטן צוצילייגען,

קאווע,
מינט, ציין פוץ,
פינאט באדער,
פאפקארען, (נאר די שמעק)
עני סמאוק שמעק, (ציגרעטל, פייער, סתם רויעך)
עני סאדע,
אראנזש זשוס,
וויין,
וויסקי/שליוואוויץ,
ועוד.

וועך! א שוידער און א גרויל...
ביזן קרעטשמע דארף מען אויך א טרונק
אוועטאר
די דיזיינער
שר מאה
תגובות: 238
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש נאוועמבער 28, 2015 10:36 pm
לאקאציע:Boro Park

Re: אנקעטע: ליידט איר פון א מאדנעם גערוך/טעם ביים עסן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די דיזיינער »

25C8D77E-F573-4396-AA63-42195462B950.jpeg
25C8D77E-F573-4396-AA63-42195462B950.jpeg (325.99 KiB) געזען 12481 מאל



טוט עפעס צו אייער האר ווי לאנג מען קען נאך, די בעסטע צייט איז קער נעמען ווען מען האט נאך עפעס.

Find it in your local Health Food Stores and Pharmacies.

Get $10 off the Kit + Free shipping when you shop on lavenluv.com add code myhair


Shop on Amazon https://rebrand.ly/qhtdfuq
שרייב תגובה

צוריק צו “קאראנא וויירוס”