Re: פארלירן חוש הריח אדער טעם
פארצייטיש האט געשריבן:eller האט געשריבן: א נאנטע מיינע שפירט זייער א שלעכטע טעם און גערוך פון אייער.
האט איינער די עקספעריענס ? און אויב יא וואס ס'קען העלפן ?
שכח
איך האב עס שוין פאר א לענגערע צייט.
אסאך זאכן שפירן זיך אנדערש, אבער בפרט אייער איז ממש שרעקליך.
לעצטענס איז עס אביסל בעסער געווארן.
פרעגט מיר איינער וואס האט געהאט קאוויד תשרי צייט, די טעם וריח האט ער צוריקבאקומען תיכף ווען ער האט זיך אויסגעהיילט, אבער לעצטענס ניסן צייט פארנעמט ער נישט קיין געפילטע פיש, געמיינט האט ער קודםצ אז ס'האט צו טון מיט זיין פיש סטאר, אבער ער האט דערנאך אויספרובירט פסח פיש וכו' און געזען אז ס'האט מיט די פיש נישט מיט די סטאר.
האט איינער ערפארונג דערין, און וואס די סיבה איז, האט עס מיט די צוויבל אדער קנאבל? אדער מיט די פיש (ביינער פיש פארנעמט ער יא).