יוי די סיין פאלט אראפ פון ד- דו זעסט נישט אז איך דארף העלפ?? קום אהער דו דארט.. שטעל דיך אויף אויפ'ן בענקל, אזוי! אקעי, יעצט דו גיב אים די טעיפ. אזוי... צי עס אויס די מערסטע וואס דו קענסט, און מאך זיכער אז דו לייגסט די טעיפ גראד. מיר קענען נישט אנהייבן מיט א דורכפאל!
היי חברה! זעמיר דא לייוו אין קאמענד צענטער. מיט די וואקי טאקיס, און די ראולס טעיפ. אלעס ראַקט דא... קומטס אהער, אפילו פאר אביסל עסק'נען, ס'דא פיינע זאכן דא..
קלאצי האט יעצט געענדיגט רייכערן דאס לולקע ציבעך, דאס שטיבל איז נאך פאררויכערט, א חלק עולם האלט אינמיטן שאשקענען די קאָלעי וואסער פון די סינקס.. די איבעריגע חלק עולם זיצט אין גאלף קארס מיט ספיקערס אויפן דאך, די מעסעדזש הערט זיך כזה: "קלאצי!! קלאצי!! קלאצי!!" (בניגון הידוע לאנ"ש) ותו לא מידי.