Re: דירעקטע פראגן צו בלא בלא בלא!
איש מבקש האט געשריבן:מטעמים האט געשריבן:חסד ורחמים האט געשריבן: סטעיטמענט פון דער כאניש קאמפיין:
ווי מיר האבן קלארגעשטעלט איינמאל און נאכאמאל שטיצט אונזער קאנדידאטור די קאנסטאטוציע און ווירדן פון אייוועלט, און מיר אנערקענען די רעכט פון יעדע קאנדידאט צו לויפן, חוץ וועמנ'ס קאנדידאטור איז נישט בארעכטיגט לויט די קאנסטואציע, אבער אין די זעלבע צייט האט זיך געשאפן א קאמפיין אינטערן נאמען "בלא בלא בלא" וועלכע האט גענומען פאר א מהלך אז אנשטאט אדרעסירן אייוועלט'ס זארגן און פראבלעמען, וועט ער פארשעמען, אראפ רייסן, געבן צו-נעמען פאר אנדערע, אויף א גרויליגע אופן.
ממילא ווילן מיר קלארשטעלן אז מיר וועלן האלטן אונזער שטאנד, און זיך נישט אראפלאזן צו פארענטפערן זיינע קינדערישע אטאקאקעס, נאר ווייטער פאראויס גיין מיט אונזער קאמפיין אויפן וועג צום ראש הקהל'שאפט.
הק' חסד ורחמים
מענעדזשער פון כפר"ה קאמפיין
דיין פראפעשנאליזעם גייט שטיין אין וועג צו באקומען די אינגע קיהלע וויילער, געב אבאכט מיט גרויס אכטונג.
זאגסט גוט מטעמים. בלא בלא אפעלירט צו די יונגע וויילער וועלכע ווילן א "טויש". עס אינטערעסירט זיי נישט שפראך, עטיק, מאראל, גארנישט! נאר א טויש! און דאס שפירן זיי אז בלא בלא ברענגט.
און טראץ וואס כאניש שטייט יעצט נאך העכער אין די אנקעטעס זעט מען אבער אז ער האט נישט קיין אנטוזיאזים אזוי ווי בלא בלא וועלכע האט גאר ווילדע און אגרעסיווע שטיצער וועלכע פארלאנגען א טויש אין די אלטע קארופטירטע פירערשאפט.
לויט עקספערטן איז דער סיבה פאר כאניש'ס שטארקייט יעצט אויף דער מינוט איז פשוט ווייל ער איז מער באקאנט אויף אייוועלט, אבער איינמאל דער ציבור וועט זיך באקענען מיט בלא בלא, און מיט זיין מעסעדזש פאר א טויש, וועט זיך אלעס ענדערן
פאר אלעם, איך בין מער באקאנט! נאר ס'דא מער וואס ווייסן פון אים, אבער דע טרוט איז אז איך בין מער באקאנט, אויף א פאקט האסטו נישט קיין פירכא, קעי?
נאכדעם, איך האב מאראל, כ'אב אלעס!!! (וואס מיינט מאראל?)
טענקס עניוועי איש מבקש!