בנאות דשא - די ווייסע בערג אין ניו העמפשיער

קעטסקילס, פלארידע, און האטעלן לענגאויס אמעריקע

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

שמאי והלל
שר מאה
תגובות: 166
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 29, 2023 11:05 pm

Re: בנאות דשא - די ווייסע בערג אין ניו העמפשיער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמאי והלל »

aitch האט געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2024 5:51 pm
העמיר אי"ה פארוויילן דעם שבת אין בעטלעהעם ניו העימפשעיר.
אויספירליכער באריכט נאך שבת אי"ה.
לאמיר הערן, קום אריין מיט א באריכט
aitch
שר מאה
תגובות: 150
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אקטאבער 22, 2023 4:04 pm

Re: דער קליינער שווייץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך aitch »

בס"ד

באמת א געווענדליכע יאר פאר איך פאר א שיינע שטיקל וואקאציע אזא ברייטע וויקענט אויב נישט מער, אבער דאס מכמת סיבות שונות זענען מיר געפארן גאר א קורצע נסיעה ממש פון דאנערשטאג נאכמיטאג ביז זונטאג פארנאכטס.

מען לאזט זיך ארויס!
דער ערשטער זאך האבן מיר געדאווענט מנחה פארדעם, נישט וויסענדיג ווען מ'גיימיר אנקומען.
מ'האב מיר שוין אריינגעקוועטשט אלע פעקלעך אין אויטא, נישט קיין גרינגע עבודה געווען, ענדלעך א שעה נאכן פלאנירן ארויסצופארן, זענען מיר שוין ברוך השם אויפן וועג.
דאס יאר האב איך אפגעמאכט אז מען גייט בשום אין אופן נישט מאכן מער ווי 1 סטאפ אויפן וועג, נאכן קומען צום מסקנא אז ווי ווייניגער סטאפס אלטס געזונטער און גרינגער פארט זיך.
נאך 3 שעה דרייווען האט דער עולם באשלאסן אז עס איז שוין געקומען דער צייט פאר דער אויסגעווארטעטער סטאפ, אקעי, מען שטעלט זיך אפ ביי א גאז סטאנציע, ציעט זיך אויס דו ביינער, גייט אין ביה"כ און מיר זעמיר גרייט צו גיין ווייטער, מיר זענען אין א שטיקל ראש צו פראבירן אנצוקומען פאר מעריב.

ברוך השם! עס אנפאנגט אונז שוין דעם 'וועלקאום טא בעטלעהעם ניו העמפשעיר' טאוועל ביים אריינגאנג צום שטאט, נאך 3 מינוט זענען מיר שוין ביי אונזער דעסטינאציע, דער קאר שלענגעלט זיך אויף דער געדרייטער הויפט גאס, מען מאכט א שארפע לינקס אריין צו אונזער דאס יעריגע אכסניה "ווייט טשערי קאטעדזשעס", מען זעמיר אנגעקומען!
וואה! ווער עס איז שוין געווען אמאל דארט פארן איבערבויען פארשטייט וואס איך מיין, מען זאגט אז דער פלאץ איז שוין אלט בערך 100 יאר, אבער יעצט קוקט עס אויס ניי, מיין קעבין איז געווען ממש נישט צום דערקענען, דער דאך איז אויסגעפליגט ביז אויבן עס איז דא נייע ווענט, פלארס. ווי איך האב שפעטער געזען האבן דער פארוואלטונג שוין איבערגעבויעט ביזדערווייל 7 קעבינס, מיטן חשבון אנצוקומען צו אלע מיט דער צייט.
מ'האב מיר געדאווענט מעריב ביי ביהמ"ד מחזיקי הדת, מ'האב מיר נאך אפילו געהאט צייט פאר מעריב זיך צו צוהערן צו דער אייקאנישער טעגליכער שיעור משניות, וואס איז פארגעלערנט געווארן יענער טאג דורך ר' משה חיים בערקאוויטש פון קרית יואל. און מען גייט זיך לייגן.

ויהי ערב ויהי בוקר יום שישי.
אהה, דער פרישקייט וואס עס איז דא דא אויף דער בערג! מה רבו מעשך!
שחרית איז געווען פרי, ביי ר' פישל דאווענט מען שוין 8:00 פארטאגס.

נאכן דאווענען האט זיך אנגעהויבן דער פלענער, ווי גייט מען גיין היינט, דער וויל דא דער וויל דארט, מען נעמט ארויס מאפעס, ענדליך נאך אסאך ישוב הדת איז באשלאסן געווארן אז מען וועט נעמען דער 'טרעם' ארויף דו קעינאן מאונטענס, דו מעלה פון דעם איז אז עס איז גאנץ נאנט, קארגע 15 מינוט דרייוו פון בעטלעהעם.
דער טרעם פארט ארויף יעדע 15 מינוט, א 8 מינוטיגע רייזע ארויף ביזן סאמיט.
בד"וו אז מען פרעגט מיר, איך האלט אז קעינאן מאונטענס אז שענער און אינטערסאנטער ווי מאונט וואשינגטאון, עס האט סאך שענערע פאנאראמעס, עס האט אויבן א אבזערוואציע דעק וואס מען וואקט ארויף בערך צוויי שטאק טרעפ, וואס דו האסט דארט א אפנארמאלע וויאו צו אלע פיר זייטן. עס איז אויך דא דארט עטליכע שיינע טרעילס וואס אז מען וויל קען מען אראפ הייקן דעם גאנצן בארג, א וועג וואס נעמט בערך צוויי און א האלב שעה.
דער דארט וואס פירט דער טרעם האט אנגעוויזן אויף געוויסע בארג אז דאס איז אין ווערמאנט דאס אין קאנאדע און געוויסע גאר געפונט זיך ביי אונז אין ניו יארק.

עס ווערט שוין שפעט, עס איז שוין באלד שבת, עס איז נאך דא אסאך זאכן צו טון, קודם האב מיר אריינגעפלאטשעקט אין שווים באסיין, געלויבט צו השם איז געווען א פיינע זון.
רוב עסן פאר שבת האב איך זיך אליין אינזינען געהאט אבער פיש האב איך יא געהאט אין פלאן צו קויפן ביי PMR, סא מ'גיימיר אריבער צום גראסערי.
דאס יאר איז דא א חידוש אז דער גראסערי איז אויפן זעלבן פלאץ ווי פאריאר. נעבן דער פיטינג זא וואס דו קינדער האבן עכט הנאה געהאט (נישט צו אויסזאגן הויעך האב איך עס נאך אינדזשויעד מער ווי זיי)
אין גראסערי האבן זיי אלע מאכלי שבת צוגעשטעלט דורך אפריון קעטערינג. מיט אסאך אנדערע גוטע זאכן ווי סענוויטשעס, סעלעדס פאר פרישטאג, אייז קרים, נאש, א ברייטע אויסוואל פון טועמה.
קוים וואס איך האב נאך געהאט צייט פאר א מקוה, כ'ווייס נישט וואספארא דזשאק איז מיר אריין אין קאפ אז איך גיי נאך האבן צייט צו שלאפן נאכמיטאג, אבער במציאות איז עס נישט געווען אזוי.. גראדע איך ווייס יא, עס איז דער זעלבער דזשאק וואס איך האב יעדע וואך..
דער מקוה האבן מיר געהאט דא לאקאל ביי ווייט טשערי, א קליינע שיינע מקוה מיט פיינע האנטוכער און שויערס, פאריאר געדענק איך אז מען האט זיך געדארפט אראפבייגן ביז דער פלאר זיך צו קענען טובלן…
עס איז שוין דער זמן.

בא שבת בא מנוחה!

איך האב עכט שטארק געוואלט כאפן א דרימל פונעם זמן ביזן דאווענען אבער דאס איז אויך נישט געווען באשערט..
דאווענען איז דארט א דריי פערטל שעה נאכן זמן. עס איז היפש א קליינע ביהמ"ד אבער שיין און קאוזי.
וויאזוי מיין סעודה איז געווען איז אייך נישט נוגע, אמת? נו שוין לאמיר אנדערשט נישט רעדן דערפון…
אפיציעל הייסט עס אז 9:30 איז ברכות, איך האב זיך געווינדערט אזוי פרי צו דאווענען? אבער למעשה האט מען זיך סייוויסיי נישט געשטעלט בעפאר 10:00,
איך האלט זיך אזוי אינמיטן טובלן האלב פארשלאפן ווען איינער פרעגט מיר 'האלאו וואס טוט מען מיט א טיק?' איך קוק אים אזוי אן, וואס? יענער האט באמערקט א טיג אויף זיין פיס, נאכן עס באטראכן איז דער עולם געקומען צום מסקנה אז ער איז נאכנישט אריין גענוג טיף מען קען דעם חיה נאך גרינג ארויסציען, אומר ועושה אנגאכאפט אין ארויס פון דא, יעצט שטעלט זיך דער שאלה וואס ברויכט מען מיט אים טון? הרג'ענען קען מען דאך נישט, עס איז דאך שבת היינט, דא איז אנגעקומען א צווייטער מיט זיין מבינות, ער האט געוויסט צו זאגן אז טיקס זענען זייער פוילע בהמות וואס דורך אויס זייער גאנצע לעבן קריכן זיי בערך 1 פיס, סא האט מען אים אריינגעווארפן אין וואלד מיטן חשבון אז מער וועט ער זיך מיט א מענטשליכע גוף נישט באטרעפן פאר דער רעסט אף היס לייף.
ביי אונז אין ביהמ"ד איז דער וואך געווען רב ר' משה חיים בערקאוויטש א ברודער מיטן קרית יואל'ן דיין, ער האט געדאווענט מנחה פרייטאג צונאכטס, עולה געווען שישי, געבענטשט ראש חודש און געזאגט של"ש תורה ווי ער האט מוחה געווען אויף דו מדינה הטמאה..
שבת נאכמיטאג האט אביסל גערעגנט, אזוי יעדע שטיק צייט אן אין אף.
מוצ"ש האבן מיר געהאט א שיינע קעמפ פייער, מען האט געבראטן מארשמעלאוס וואס מרת בערקאוויטש האט צוגעשטעלט..
מען גייט זיך לייגן. מארגען פארט מען שוין אהיים, מ'האפט אויף א שיינע וועטער מארגן ווייל קודם דארף מען פארשטייט זיך נאך כאפן א פיינע שווים, און דערנאך ווילן דו חברה נעמען א שטיקל שיף אויפן וועג אהיים. דער וועטער הייסט יעצט אז עס גייט זיין שיין נאר ביז אנפאנג נאכמיטאג, וואס דאס מיינט צו זאגן איז אז מען דארף זיך אביסעלע יאגן מארגן.

א גוט מארגן.
איך טשעק נאכאמאל דער וועטער, און יא! זאכן גייען צום בעסערן דער וועטער אויסקוק קוקט אויס בעסער ווי נעכטן, לאמיר האפן אז אלעס וועט גיין טאקע כשורה.
היינט דאווענט מען ביי PMR 10:00 שטעלט מען זיך האט דער עולם באשלאסן, א שיינע דאווענען געווען, מען קויפט איין עסן פארן וועג צוריק, דער קינדער האבן געהאט א פיינע וואסער באלאן רייד דא אין ווייט טשערי, מ'האמיר געכאפט א פיינע שווים וואס גלייך ווען איך בין ארויס פון פאל האט טאקע אנגעהויבן רעגענען פאר אביסל. וואס אזוי איז אויך געווען דער גאנצע טאג.
ענדלעך בערך 3:30 לאזט מען זיך ארויס אויפן וועג צום שיף וואס געפינט זיך אין שערלאט ווערמאנט, א וועג וואס נעמט בערך 2 שעה וואס אידערמיט איז דא א ראוד וואס מען האלט אינמיטן איבערמאכן צוליב דעם איז גרויסע חלקים אומגעפעיווט, יענע מין רייזע געווען... מען איז אנגעקומען בערך 5:30, אונז גלייבן נישט וואס דא קומט פאר, עפעס א אבנארמאלע הארליכע וועטער, וואס דארט האט קיינמאל נישט גערעגנט על אף וואס 10 מינוט אוועק פון דארט מבול'ט יעצט. דער שיף פארט איינמאל א שעה וואס דאס מיינט אז מען גייט דארפן ווארטן ביז 6:00 צו פארן, פרייזן זענען רעלאטיוו ביליג, 11 דאלאר פארן דרייווער און נאך 5 פאר יעדע פאסאנדזשיר, ביזדערווייל האבן מיר געגעסן נאכטמאל. דריי מינוט נאך זעקס האבן דו קארס אנגעהויבן ארויפפארן אויפן פערי פאר א 25 מינוטיגע רייזע, ביז דער אנדערע זייט ווי מען קומט אן קיין עסעקס ניו יארק,
אונז ראולן אראפ פונעם פערי, אבער אונז האבן נאך א לאנגע וועג פאר אונז, נא היידא געגאנגען. מען לאז מיר זיך ארויס, עטליכע מינוט אריין אין דער וועג האבן מיר זיך באגעגנט מיט א הערליכער וואסער פאל, דער עולם האט זיך גענומען פארפירן 'מען דארף סטאפן דו קאר' א ברירה האב איך נישט געהאט, מ'האב מיר זיך אפגעשטעלט געכאפט עטליכע שיינע בילדער, און מען זעצט זיך ארויף אויפן I-87 פאר רעסט פונעם וועג, דער וועג איז געווען ממש ליידיג אויסער וואס אינמיטן האב איך זיך באגעגנט פנים אל פנים מיט א הערשל, וואה האב איך געמאכט אזא שארט סטאפ אז דער עולם איז געפלויגן צוזאמען מיטן הערש וואס האט אפגעפוצט צוריק אין וואלד אריין, מנחה האבן מיר געדאווענט אין א רעסט עריע אויפן וועג.
און מען זעמיר צוריק דא!!

עטליכע טיפס פארן רייזע. (דער עולם ווערט געבעטן צוצילייגן.)

1. כדי צו האבן א גרינגע רייזע איז ראטזאם צו נוצן ווי מער הייוועס ווס לאקאל ראודס וואס מאכט אסאך מער אויפגעשאקלט (כדי זיך פארצוקוקן דער וועג פארן זיך ארויסלאזן). בעסער איז צו מאכן דו ווייניגסטו סטאפס וואס איז שייך.
אז דו ווילסט שפארן געלט, עס איז נישט אזוי שווער מיטצוברענגן אייגענע עסן, פארשאף דיך א אייז בעג און דו ביסט מסודר. איך לייג דא א לינק פאר א אייז בלאק וואס איך האב גענוצט
https://www.amazon.com/Igloo-Corporatio ... 00CWL3M96/

2. אויב האסטו אין פלאן צו גיין צו אסאך אטראוקציעס אין דער ווייט מאונטענס קענסטו קויפן א פעס וואס קענטס שפארן אסאך געלט, מען קען עס קויפן אדער אויף זייער וועבסייט אבער אויפן פאון, דער פרייז איז $399 מען באקומט פארדעם 2 טיקעטס אין יעדע פלאץ.
https://www.visitwhitemountains.com/ 800-346-3687 603-745-8720

3. וויכטיג!!! ניו העימפשעיר איז א פלאץ ווי עס איז דא אסאך טיגס, מאך זיכעך יעדן טאג זיך צו באקוקען און באקוקען דו קינדער זיכער צו מאכן אז מען האט נישט קיין טיגס. אין דער וואכן אויב מען טרעפט א טיק דארף מען ארויסציען מיט א טוויזער זיכער מאכן אז עס איז גארנישט איבערגעבליבן, און עס אראפלאשן, עס איז נישט דא קיין שום סיבה צו עס טראגן צום דאקטער. אויב זעהט מען שפעטער סיי וועלכע סימפטאמען זאל מען ווי שנעלער זעהן א דאקטער.

4. אויב ווילסטו גיין אויף דער פערי: מען דארף נישט בוקן קיין טיקעטס. זיי האבן צוויי פעריס, דאס וואס פארט פון שערלאט איז א קלענערע אומוועג,
https://ferries.com/vt-ny-ferry-routes/ ... -essex-ny/

5. קעינאון מאונטעינס איז א באקאנטע אטראקציע, איינער פון דו זאכן וואס עס איז דא דארט איז דער טרעם, עס פארט ארויף יעדע 15 מינוט, דער אדרעס פאר דער קענאון מאנטעינס איז
260 Tramway Dr, Franconia, NH 03580

ווייט טשערי קאטעדזשעס
ווייט טשערי קאטעדזשעס
ווייט טשערי קאטעדזשעס.jpg (388.78 KiB) געזען 864 מאל
טעגליכע שיעור משניות, ווערט געזען ר' פישל פארקאש ר' משה חיים ואחיו ר' מנחם אשר בערקאוויטש
טעגליכע שיעור משניות, ווערט געזען ר' פישל פארקאש ר' משה חיים ואחיו ר' מנחם אשר בערקאוויטש
imresizer-1720056503034.jpg (288.92 KiB) געזען 864 מאל
PMR פידטינג זא
PMR פידטינג זא
imresizer-1720056732111.jpg (315.35 KiB) געזען 864 מאל
לעצט פארראכטן דורך aitch אום מאנטאג יולי 08, 2024 4:10 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
aitch
שר מאה
תגובות: 150
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אקטאבער 22, 2023 4:04 pm

Re: בנאות דשא - די ווייסע בערג אין ניו העמפשיער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך aitch »

cannon mountains_1.jpg
cannon mountains_1.jpg (326.33 KiB) געזען 863 מאל
cannon mountains_2.jpg
cannon mountains_2.jpg (344.31 KiB) געזען 863 מאל
פערי.jpeg
פערי.jpeg (178.54 KiB) געזען 863 מאל
אוועטאר
וואסאפשט
שר חמש מאות
תגובות: 682
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 03, 2024 10:48 pm

Re: בנאות דשא - די ווייסע בערג אין ניו העמפשיער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואסאפשט »

הממ..
די רייצט מיר סיריעס אן !!
בכורות
שר העשר
תגובות: 41
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 30, 2024 11:11 pm

Re: בנאות דשא - די ווייסע בערג אין ניו העמפשיער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בכורות »

@aitch
Pmr גראסערי איז געווען פולי סטאקט מיט עסן? און וואס איז מיט שבת עסן איז געווען בריווח אלע שבת עסן?
אוועטאר
למשל
שר האלף
תגובות: 1175
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 25, 2023 1:19 pm
לאקאציע:אין מיינע חלומות

Re: בנאות דשא - די ווייסע בערג אין ניו העמפשיער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למשל »

איך פלאן מיך ארויסצולאזן אי"ה מארגן קיין ניו העמפשיר, אבער קוקנדיג אויף די וועטער זעה איך אז פון מארגן דינסטאג איז ערווארטעט צו זיין רעגנדיג ביז מוצש"ק...
א לייק קאסט נישט קיין געלט, געב וויפיל דו קענסט!

פאר אלע נייע מוזיק דרוקט דא

מיינע קאלעקציעס:
עזרא באדאנסקי שמילי-קעסט לעיטעסט טאלקס
אוועטאר
פרישער בחור
שר האלף
תגובות: 1883
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 23, 2017 2:59 pm
לאקאציע:אין די נייע ישיבה כאלעטעל

Re: בנאות דשא - די ווייסע בערג אין ניו העמפשיער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרישער בחור »

יישר כח @aitch '
זייער אינטערסאנט און אינפארמארטיוו
גראדע אינטערסירט מיך יא וועגן דיין סעודה....
מסע הבונים" ל"ג -ל"ד בעומר תשפ"ד -מיט א פריש"קייט- פרישע אפדעיט, פרייטאג צונאכטס
viewtopic.php?p=5226026#p5226026

א זיסע קארטון אויפן דף טעגליך
viewtopic.php?t=66242
אוועטאר
סאדיגורה
שר חמש מאות
תגובות: 569
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג סעפטעמבער 01, 2023 10:15 am

Re: בנאות דשא - די ווייסע בערג אין ניו העמפשיער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדיגורה »

איז דא א וועבזייטל/נומבער ווי מ'קען האבן א הויז דארט פאר עטליכע טעג?
פון סאדיגורה אין אוקריינא ביז סאדיגורה אין בני ברק ציעט זיך די גאלדענע הנהגה בתפארתה!!
aitch
שר מאה
תגובות: 150
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אקטאבער 22, 2023 4:04 pm

Re: בנאות דשא - די ווייסע בערג אין ניו העמפשיער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך aitch »

פרישער בחור האט געשריבן: מאנטאג יולי 08, 2024 3:49 pm
יישר כח @aitch '
זייער אינטערסאנט און אינפארמארטיוו
גראדע אינטערסירט מיך יא וועגן דיין סעודה....
וואס קען שוין זיין?... יעדער איז מיד, מען וויינט...
אוועטאר
בטלן
שר חמש מאות
תגובות: 629
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 17, 2011 2:24 pm

Re: בנאות דשא - די ווייסע בערג אין ניו העמפשיער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בטלן »

סאדיגורה האט געשריבן: מאנטאג יולי 08, 2024 3:50 pm
איז דא א וועבזייטל/נומבער ווי מ'קען האבן א הויז דארט פאר עטליכע טעג?
Airbnb
טייערע אידן אין אמעריקע:(ווי אויך אידן אין מאנסי...) דרייווט מיט א רוהיגקייט וועט אייך גיט זיין!
בכורות
שר העשר
תגובות: 41
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 30, 2024 11:11 pm

Re: בנאות דשא - די ווייסע בערג אין ניו העמפשיער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בכורות »

וואס איז די מעשה מיט די PMR גראסערי און רעסטעראונט? קען איך מיך פארלאזן אז איך וועל האבן אלעס פון זיי אדער מדארף מיטשלעפן,
איך טראכט פון גיין פאר 5 טעג אינקלאדינג שבת, קען איך מיך פארלאזן סיי מיט שבת עסן סיי מיט וואכן עסן?
nishtkushe
שר חמש מאות
תגובות: 512
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 07, 2014 9:28 pm

Re: בנאות דשא - די ווייסע בערג אין ניו העמפשיער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nishtkushe »

בכורות האט געשריבן: מאנטאג יולי 08, 2024 7:29 pm

יא, אבער נעם ארויס א מארטגעדזש אויף דיין הויז.
חייםדערבעקער
שר מאה
תגובות: 206
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 05, 2020 12:44 pm

Re: בנאות דשא - די ווייסע בערג אין ניו העמפשיער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חייםדערבעקער »

whats the number of white cherry cotages?
אוועטאר
איך הייק
שר האלף
תגובות: 1840
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 22, 2023 7:21 pm
לאקאציע:הויעך אויף די בערג צווישן די ביימער

Re: בנאות דשא - די ווייסע בערג אין ניו העמפשיער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך הייק »

חייםדערבעקער האט געשריבן: מאנטאג יולי 08, 2024 8:58 pm
whats the number of white cherry cotages?
(845) 328-0808
טייערע אידן אין אמעריקע גייטס הייקן וועט אייך גיט זיין....

מיין באזיך אויפן עיר פארס 1

בכורות
שר העשר
תגובות: 41
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 30, 2024 11:11 pm

Re: בנאות דשא - די ווייסע בערג אין ניו העמפשיער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בכורות »

nishtkushe האט געשריבן: מאנטאג יולי 08, 2024 8:03 pm
בכורות האט געשריבן: מאנטאג יולי 08, 2024 7:29 pm
וואס איז די מעשה מיט די PMR גראסערי און רעסטעראונט? קען איך מיך פארלאזן אז איך וועל האבן אלעס פון זיי אדער מדארף מיטשלעפן,
איך טראכט פון גיין פאר 5 טעג אינקלאדינג שבת, קען איך מיך פארלאזן סיי מיט שבת עסן סיי מיט וואכן עסן?
יא, אבער נעם ארויס א מארטגעדזש אויף דיין הויז.
ממש אזוי? וויפיל בערך קאסט א נאכטמאל? וויפיל פאר א שבת פעקדעש בערך?
nishtkushe
שר חמש מאות
תגובות: 512
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 07, 2014 9:28 pm

Re: בנאות דשא - די ווייסע בערג אין ניו העמפשיער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nishtkushe »

בכורות האט געשריבן: מאנטאג יולי 08, 2024 9:29 pm
nishtkushe האט געשריבן: מאנטאג יולי 08, 2024 8:03 pm
בכורות האט געשריבן: מאנטאג יולי 08, 2024 7:29 pm
וואס איז די מעשה מיט די PMR גראסערי און רעסטעראונט? קען איך מיך פארלאזן אז איך וועל האבן אלעס פון זיי אדער מדארף מיטשלעפן,
איך טראכט פון גיין פאר 5 טעג אינקלאדינג שבת, קען איך מיך פארלאזן סיי מיט שבת עסן סיי מיט וואכן עסן?
יא, אבער נעם ארויס א מארטגעדזש אויף דיין הויז.
ממש אזוי? וויפיל בערך קאסט א נאכטמאל? וויפיל פאר א שבת פעקדעש בערך?
איך האב באצאלט $150 פאר 3ַ פארציעס מיט אביסל זאכן אין די זייט. איי געסס טשיקן איז בערך $40 און ביעףַ מן הסתם 50ַ דאלארַבערךַ +/-. איך האב נישט געגליכן די עסן. פרישטאג רעכן בערך 15ַ דאלער א מענטש.
בכורות
שר העשר
תגובות: 41
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 30, 2024 11:11 pm

Re: בנאות דשא - די ווייסע בערג אין ניו העמפשיער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בכורות »

וואס איז די מעשה מיט ארלינגטאן האטעל דעי יאר? איינער מיט עקספיריענס וויאזוי זיי פירן זיך אויף מיט אידן ובפרט שבת ?
אוועטאר
גראסערי מענטש
שר מאה
תגובות: 108
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 09, 2023 5:33 pm

Re: בנאות דשא - די ווייסע בערג אין ניו העמפשיער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראסערי מענטש »

איך וויל אויך וויסן, קען מען זיין אין ארלינגטאן פאר שבת? וואס טיט מען מיט צינדען שבת ליכט?
אפגעהיטן
שר מאה
תגובות: 107
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אפריל 09, 2024 4:53 pm

Re: בנאות דשא - די ווייסע בערג אין ניו העמפשיער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפגעהיטן »

אויב וויך איך זיין שבת מיט סאטמארן רבין קען איך זיך ערגעץ איינשרייבן?
ביטע זיי פאזיטיוו און רעד נישט קיין לשון הרע
לעבא
אנשי שלומינו
תגובות: 2
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 08, 2024 2:59 pm

Re: בנאות דשא - די ווייסע בערג אין ניו העמפשיער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעבא »

וואס זענען די מעלות פון דינגען א אייגענע הויז קעגן גיין אין א קאלאני(מאטעל) אדער פארקערט ?
בכורות
שר העשר
תגובות: 41
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 30, 2024 11:11 pm

Re: בנאות דשא - די ווייסע בערג אין ניו העמפשיער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בכורות »

גראסערי מענטש האט געשריבן: דינסטאג יולי 09, 2024 2:32 pm
איך וויל אויך וויסן, קען מען זיין אין ארלינגטאן פאר שבת? וואס טיט מען מיט צינדען שבת ליכט?
און מיט א האטפלעיט וכדומה
אוועטאר
גראסערי מענטש
שר מאה
תגובות: 108
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 09, 2023 5:33 pm

Re: בנאות דשא - די ווייסע בערג אין ניו העמפשיער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראסערי מענטש »

בכורות האט געשריבן: דינסטאג יולי 09, 2024 3:39 pm
גראסערי מענטש האט געשריבן: דינסטאג יולי 09, 2024 2:32 pm
איך וויל אויך וויסן, קען מען זיין אין ארלינגטאן פאר שבת? וואס טיט מען מיט צינדען שבת ליכט?
און מיט א האטפלעיט וכדומה
געלייענט דא אינעם אשכול אז די הייסע עסן האלט מען אין שול, די שמש שטעלט צו א פלאץ, מיין שאלה איז נאר פאר הדלקות הנירות
מקוה בעג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 489
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 12, 2021 9:13 pm

Re: בנאות דשא - די ווייסע בערג אין ניו העמפשיער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מקוה בעג »

גראסערי מענטש האט געשריבן: דינסטאג יולי 09, 2024 3:42 pm
בכורות האט געשריבן: דינסטאג יולי 09, 2024 3:39 pm
גראסערי מענטש האט געשריבן: דינסטאג יולי 09, 2024 2:32 pm
איך וויל אויך וויסן, קען מען זיין אין ארלינגטאן פאר שבת? וואס טיט מען מיט צינדען שבת ליכט?
און מיט א האטפלעיט וכדומה
געלייענט דא אינעם אשכול אז די הייסע עסן האלט מען אין שול, די שמש שטעלט צו א פלאץ, מיין שאלה איז נאר פאר הדלקות הנירות
פאריאר האבן זיי געהאט א צימער אין די בעיסמענט מיט אזאנע שעלפ'ס מיט פלאגס'ס ספעציעל פאר בעטי קראקער'ס, האט-פלעיט'ס ווארמערס וכדומה די אפעצילע רול איז געוועהן אז מען קען דארט אנווארעמען עסן ווילאנג איינער האלט אן אויג דערויף
אוועטאר
גראסערי מענטש
שר מאה
תגובות: 108
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 09, 2023 5:33 pm

Re: בנאות דשא - די ווייסע בערג אין ניו העמפשיער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראסערי מענטש »

אין ווי צינדט מען שבת ליכט?
מקוה בעג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 489
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 12, 2021 9:13 pm

Re: בנאות דשא - די ווייסע בערג אין ניו העמפשיער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מקוה בעג »

גראסערי מענטש האט געשריבן: דינסטאג יולי 09, 2024 3:53 pm
אין ווי צינדט מען שבת ליכט?
ווייסעך נישט
כ'בין דארט געווען אין דערוואכן

אבער מען קען זיי רופן אויפ'ן טעלעפאון פרעגן די אלע פראגעס
שרייב תגובה

צוריק צו “וואקאציע”