נוסח פון תיקון חצות און קינות אין די אויבערלענדישע קהלות
אויב האט איר אזא רעקארדירונג, ביטע שטעלט עס ארויף ולמצוה גדולה יחשב.
די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער
סטאוו יא פיטא האט געשריבן: איך האב מיר מיט א צייט צוריק אנגעשטויסן אין דעם רעקארדירונג , ס'איז רעקארדירט געווארן 45 יאר צוריק ביים כותל בימי בין המצרים.
אין א משך פון עטליכע נעכט האט איינער רעקארדירט א איד מיטן נאמען ר' לייב זוסמאן, כ'ווייס נישט ווער דער איד איז, צי ער איז נאך אתנו חיים אדער נישט.
ער זעהט זיכער אויס צי זיין פון די ריכטיגע אנשי ירושלים של מעלה, אזאנס וואס מען זעהט נישט דא ביי אינז...
זיינע הארציגע בכיות קען צינעמען א שטיין ...
לכאורה האט געשריבן: אנהייב פון די רעקארדירונג, ביי אשמנו, הערט מען עטוואס אן אנדערע נוסח פון די ווערטער. פון וואו שטאמט דאס?
יידישע קהילות האט געשריבן: ביינאכט איז א הלכה פסוקה אין שו"ע "ראוי לכל..." וויפיל יידן טוהן דאס היינטיגע צייטן?
כ'מיין אז נאר ברסלב. ווער נאך?
מענטשאלע האט געשריבן: תיקון חצות ביי כ"ק מרן מהרי"ם דושינסקיא זצוק"ל גאב"ד ירושלם עיה"ק תובב"א, לכאורה אויבערלענדישע נוסח
https://drive.google.com/file/d/1e6nBOl ... sp=sharing
חתם סופר'ניק האט געשריבן: מיר זאגן עס אין די דריי וואכן וויפול סאיז שייך.
מזאגט עס נאך חצות אין די נאכמיטאג שעות, מזיצט אויף דער ערד, כהאב לאו דוקא געזעהן אז מזאל אויסטון די שיך.
אין נייטרא זאגט מען יעדע קינה לויט די טאג פון די וואך און נאכדעם זאגט מען די קינה פון עירה נא (פרייטאג זאגט מען נישט).
אין וויען מיינעך זאגט מען טעגליך דאס גאנצע (פרייטאג ווייסעך נישט).
א שאד אויף די ישיבות וואס זענען שוין נישטא, סאיז געווען אמאל א וועלט.
והרשות נתונה פאר יעדן יחיד צו גיין בדרכי אבות.
סטאוו יא פיטא האט געשריבן: כ'זעה יעצט פרישע פלאקאטן מיט התעוררות איבער ארגאנאזירטע תיקון חצות מנינים כחצות היום אין אלע היימישע געגענטער
- איז דאס אן אלטע זאך צי זאגן תיקו"ח בציבור?
- וואס איז דער פשט פון אינמיטן טאג?
סטאוו יא פיטא האט געשריבן: כ'זעה יעצט פרישע פלאקאטן מיט התעוררות איבער ארגאנאזירטע תיקון חצות מנינים כחצות היום אין אלע היימישע געגענטער
- איז דאס אן אלטע זאך צי זאגן תיקו"ח בציבור?
- וואס איז דער פשט פון אינמיטן טאג?
סטאוו יא פיטא האט געשריבן: ייש"כ גדול פאר אייך ביידע.
מגירסא דינקותא וכ"ה בשו"ע איז דער דגוש נאר אויף חצות הלילה און אזוי איז מבואר אין גמרא.
וויל איך וויסן צי ס'איז דא א עדיפות פון זאגן קודם אור היום נישט בחצות דהיינו בין אשמורה שני' לשלישית
ווי אויך איז דא אן ענין פון זאגן סיי ווען אינמיטן טאג ווען מען האט צייט דערפאר?
להודיע האט געשריבן:סטאוו יא פיטא האט געשריבן: כ'זעה יעצט פרישע פלאקאטן מיט התעוררות איבער ארגאנאזירטע תיקון חצות מנינים כחצות היום אין אלע היימישע געגענטער
- איז דאס אן אלטע זאך צי זאגן תיקו"ח בציבור?
- וואס איז דער פשט פון אינמיטן טאג?
אין אלע אויבערלענדישע ישיבות, און אין אסאך קהילות, האט מען זיך אזוי געפירט בימי בין המצרים.
עס לוינט זיך צו באטייליגן, ס'האט א באזונדערע אייגנארטיגע אידישע חן און עס גיט א נייע געפיל אין די אבילות אויפן בית המקדש.
יוסיף דעת האט געשריבן: איינער קען אפשר ארויפלייגן א קלארע ריקארדינג פון תיקון חצות אז מען זאל זיך קענען אויס לערענן די נוסח? איך האב קיינמאל נאך נישט געזאגט, איך וויל זיך דאס אויסלערענען.
יידישע קהילות האט געשריבן: דער נוסח איז נישט מעכב. וואס איז דער נוסח פון פרייטיג-צו-נאכט שטילע שמו"ע ווייסטו? און דאך זאגסטו עס.