Re: הָרַחֲמָן הוּא יְבָרֵךְ אוֹתִי וְאֶת אִשְׁתִּי וְאֶת זַרְעִי
לב בשר האט געשריבן: מענין לענין, וואס איז די טייטש פון ׳הָרַחֲמָן הוּא יִמְלךְ עָלֵינוּ לְעוֹלָם וָעֶד׳?
וואס איז די כוונה, מיר בעטן אז די אייבישטער זאל זיין אונזער מלך אייביג? קען דען זיין אנדערש? איז דען דא ערגעץ אנגערש אזא מין בקשה?
אזוי זאגט מען אויך ביי מעריב, יעדע נאכט 'קל חי וקים, תמיד, ימלוך עלינו לעולם ועד'. און אין חו"ל זאגט מען נאכאמאהל 'המלך בכבודו, תמיד, ימלוך עלינו לעולם ועד ועל כל מעשיו'.
לכאורה איז די כוונה אויף התגלות מלכותו, אזוי ווי ס'שטייט (כמדומני) אין מדרש אז כלל ישראל האט געזאגט ה' ימלוך לעולם ועד, און נישט ה' מלך, ווייל זיי האבן געזען אז ס'גייט נאכנישט זיין התגלות כבוד ה' ביז'ן גאולה העתידה.