Re: הָרַחֲמָן הוּא יְבָרֵךְ אוֹתִי וְאֶת אִשְׁתִּי וְאֶת זַרְעִי
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער
מונאוויטש האט געשריבן: ישר כח למדן וצדיק פארן צונעמען דעם אקטועלן נושא אזוי מייסטערהאפטיג. הערליך!
איך האב מיר איינגעוואוינט צו זאגן:
הָרַחְמָן הוּא יְבָרֵךְ אוֹתִי וְאֶת אִשְׁתִּי וְאֶת זַרְעִי וְאֶת כָּל אֲשֶׁר לִי, אֶת אָבִי מוֹרִי וְאֶת אִמִּי מוֹרָתִי, (אין דער פרעמד בין איך מוסיף: אֶת בַּעַל הַבַּיִת הַזֶּה וְאֶת בַּעֲלַת הַבַּיִת הַזֶּה) אוֹתָם וְאֶת בֵּיתָם וְאֶת זַרְעָם וְאֶת כָּל אֲשֶׁר לָהֶם אוֹתָנוּ וְאֶת כָּל אֲשֶׁר לָנוּ כְּמוֹ שֶׁנִּתְבָּרְכוּ וכו'
אוראייניקל האט געשריבן:
אין דעם מחזור ויטרי זעהט מען נאך א אינטערעסאנטע זאך, וואס איז נישט געדרוקט אין רוב סידורים, וואס שטייט אויך אין קיצור של"ה
'ואם המה בבית עכו"ם יאמר כן יברך אותנו בני ברית יחד בברכה שלמה ונאמר אמן'.
לכאורה די טעם פארוואס ס'ווערט נישט געברענגט אין די היינטיגע סידורים, איז ווייל היינט איז כמעט נישט מצוי צו עסן בבית עכו"ם, אזוי ווי אמאהל ווען מ'האט זיך אפגעשטעלט אונטערוועגנס ביי גוים וכדו'.
אבער דאס איז נאכאלץ נוגע טאקע ביי חתונות וכדו' ווי ס'דרייען זיך ארום במקום הסעודה אויך נישט-יודן, וואס ווי מזעהט אין מחזור ויטרי, דארף מען דעמאלטס ארויס זאגן 'כן יברך אותנו בני ברית'.
און העיקר שכחתי, צום עצם מאמר, הערליך און באלערנד, כה לחי!
נו גוט נו שוין האט געשריבן:אוראייניקל האט געשריבן:

ביינונז אין חדר, איז איינמאל געווען אז דער גוי איז אריינגעקומען אין עס זאל אינמיטן בענטשן, און דער רבי וואס האט געבענטשט אויפן מייק, האט געזאגט אז יעדער זאל גוט אויסהערן ווייל מ'גייט זאגן אביסל אנדערש ווי געוויינטלעך, און ער האט צוגעלייגט די ווערטער "אותנו בני ברית", און פארשטייט זיך אז ס'איז אריין אין די ביינער, און זייט דעמאלטס ווייס איך אז ס'איז דא אזא נוסח, אויף אזא פאל
דניאל אויערבאך האט געשריבן: זייער א שיינע הערליכע ארבעט, א זאך וואס האט מיר שוין לאנג געוואונדערט.
ייש"כ למדן וצדיק!
veltsman האט געשריבן: שמעתי אומרים את אבי מורי בגן עדן
וגם שמעתי ממורי שהיה מוסיף ברבים אצל שלחנו ״ואת כל המסובין כאן״
ואני נוהג לומר בביתי כך:
הָרַחְמָן הוּא יְבָרֵךְ אוֹתִי וְאֶת אִשְׁתִּי וְאֶת זַרְעִי וְאֶת כָּל אֲשֶׁר לִי, ואת כל עמך בית ישראל, כְּמוֹ שֶׁנִּתְבָּרְכוּ וְכוּ'
פארוואס ״ואת כל עמך בית ישראל״ האט דער בעל האשכול נישט דערמאנט בכלל ווייס איך נישט, אין מיין סידור שטייט עס זיכער, דאכט זיך אז אין נאך סידורים אויך
nemtudom האט געשריבן: Wow! Wonderful work! -- In tosh sider says V'es kol amchu beis yisruel kmoi shenisborchi etc. Probably comes from zidichov
צדיק בן צדיק האט געשריבן: איך האב ביי מיר אינדערהיים א בענטשער׳ל וואס ווי ס׳זעהט אויס האט מען עס פארטיילט ביי א ליובאוויטשע שמחה, שטייט דארט דאכט זיך מיר אזוי, אם יש אינו יהודי בבית אומרים ״אותנו בני ברית״.
ווי אויך שטייט דארט אן עקסטערע ״הרחמן הוא יברך את אדונינו ורבינו מלך המשיח לעולם ועד״ אפשר איז כדאי צו מאכן א ספעציעלע אשכול פאר דעם...איך ביך מכבד כבוד הרב ׳למדן וצדיק׳ מיט פתיחה!
צדיק בן צדיק האט געשריבן: איך האב ביי מיר אינדערהיים א בענטשער׳ל וואס ווי ס׳זעהט אויס האט מען עס פארטיילט ביי א ליובאוויטשע שמחה, שטייט דארט דאכט זיך מיר אזוי, אם יש אינו יהודי בבית אומרים ״אותנו בני ברית״.
Amazing האט געשריבן: און וואס זאגט די ווייב?
מנחם אבראמאוויטש האט געשריבן:מונאוויטש האט געשריבן: איך האב מיר איינגעוואוינט צו זאגן:
הָרַחְמָן הוּא יְבָרֵךְ אוֹתִי וְאֶת אִשְׁתִּי וְאֶת זַרְעִי וְאֶת כָּל אֲשֶׁר לִי, אֶת אָבִי מוֹרִי וְאֶת אִמִּי מוֹרָתִי, (אין דער פרעמד בין איך מוסף: אֶת בַּעַל הַבַּיִת הַזֶּה וְאֶת בַּעֲלַת הַבַּיִת הַזֶּה) אוֹתָם וְאֶת בֵּיתָם וְאֶת זַרְעָם וְאֶת כָּל אֲשֶׁר לָהֶם אוֹתָנוּ וְאֶת כָּל אֲשֶׁר לָנוּ, כְּמוֹ שֶׁנִּתְבָּרְכוּ וכו'
אזוי איז ריכטיג, אבער פשטות מקדים זיין טאטע און מאמע צו זיך.
Kollel האט געשריבן: לגבי אבי "מורי" ואמי "מורתי" איז אויכט דא א גאנצע מבוכה
שמחת עולם האט געשריבן: נישט בחינם לעשט יעדער אויס די מאטאר ביי דעם שטיקל…
farshlufen האט געשריבן: אין לוח ארש שרייבט ער ילמדו [חירי"ק, שו"א, שו"א, מלאפו"ם] עלינו
"כך שמעתי מפה קדוש אמ"ה ז"ל בהיותי תינוק יושב בחיקו" [אגב למדנו אז מ'מעג בענטשן מיט א קינד אויפן שויס]
לעכטיגער האט געשריבן: אין בריסק זאגט מען די יהי רצון וואס אן אורח זאגט, גלייך נאך אל יחסרינו. והטעם, ווייל ווי דערמאנט דא זענען די אלע הרחמן'ס שפעטער ציגעקומען, אבער די יה"ר איז מדינא דגמרא. ממילא איז דאס א חלק פונעם עצם ברכת המזון. זאגט מען עס תיכף נאך די ברכה, ווי מ'איז מאריך די ברכה מיטען יה"ר, אין מען ענטפערט הערשט אמן נאכען ענדיגען די יה"ר מעתה ועד עולם.
אוראייניקל האט געשריבן: ווי אויך שטייט דארט ' ואם יש עוד מסובין מוסיפין: אותנו ואת כל אשר לנו.
farshlufen האט געשריבן: אגב, דער יעב"ץ אין לוח ארש גייט איבעראל ארויף אויפן "בית תפילה" פון ר' זלמן הענא'ס, אם איני טועה האט מען עס נאך נישט געברענגט דא, קענטליך אז אזוי ווי אלע זיינע נוסחאות איז עס אין אלגעמיין שטארק אנגענומען געווארן.
בית תפילה
לאדז'ער האט געשריבן: קיינער איז נשיט מעיר אז אין עמוד 11 פון די קישור פון למדן וצדיק סאיז דא א צילום פון סידור השל"ה וואס סשטייט ויברך לכל אחד בשמו. איך האב קיינמאל ניטש געהערט איינער פירט אזוי.