טשאדעלע אדמיניסטראציע - נייעס אין נאטיצן
אלעס איבער לאקאלע אייוועלט וואלן
- טשאדעלע באדעלע
- שר תשעת אלפים
- תגובות: 9184
- זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
- לאקאציע:לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

Re: טשאדעלע אדמיניסטראציע - נייעס אין נאטיצן
מ'האלט שוין נענטער ווי ווייטער.. הגם מ'איז קוים אריינגעשפרינגען אינעם פארמעסט (אויכמער געשפרינגען.. אריינגעוואקט!) קעמען אבער נישט זיצן מיט פארלייגטע הענט בעת וואס די פיס זענען פארנומען צו לויפן. א ראה"ק איז טייטש אז ער נעמט די זאך אין די הענט אריין תיכף ומיד! זיין פארנומען בלויז מיטן פארמעסט, און פליצלונג טרעפט מען זיך אין אפיס אהן א קאבינעט.. דאס קען זיך ענדיגן מיט ביזע בזיונות.. און עווענטעל צווינגן די הנהלה צו ענוואקן דעם 25'סטן עמענדמענט. אייטש!
העפטיגע זיצונגען קומען פאר אינערהאלב אונזער טשאדעלע קאמפיין ווי מיר פירן אדורך טעגליכע געשפרעכן מיט קאנדידאטן צו זעהן ווער פון זיי איז קוואלאפעצירט אריינגענומען צו ווערן אינעם צוקונפטיגן אדמיניסטראציע און אויף וועלכע פאסטן זיי זאלן געשטעלט ווערן.
און מיט דעם ווילן טאקע אפציעל מעלדן מטעם דעם קאמפיין פירערשאפט, ווער עס וויל באקומען א פאסטן אינעם טשאדעלע אדמיניסטראציע קען אריינגעבן א אפליקאציע מיט זיין רעזאמעי בייגעלייגט צום טשאדעלע קאמפיין הויפטקווארטיר, אדער אין אישי, שפעטסטענס ביז קומענדיגע וואך דינסטאג פר׳ דברים, ולמספ' יולי 22, זעקס אזייגער נאכמיטאג. אפלעקאציע'ס וואס וועלן אריינגעשיקט ווערן נאך דעם באשטומטן זמן וועט נישט באקומען קיין אנטווארט.
צו זיין קוואלאפעצירט אינעם טשאדעלע אדמיניסטראציע ברויכמען האבן לכה"פ 5 פון די פאלגענדע סקילס:
1) געעפענט לכה"פ 3 אשכולות במשך די לעצטע 24 חדשים.
2) לכה"פ 30% פון די ס"ה תגובות אינדרויסן פון די פארברענגען פארום.
3) לכה"פ 10 ולא יותר מ'200 תגובות וואס קומען נישט ארויף ביים ניקס תגובות זיכעניש.
4) אריינגעטשעקט 10 מאל, אדער מער, אינעם "נאך 2 אזייגער פארטאג'ס אשכול" במשך די לעצטע 6 חדשים.
5) אריינגעטשעקט 13 וואכן, אדער מער, אינעם "ליל שישי אשכול" במשך די לעצטע 36 חדשים.
6) טאר נישט האבן מער ווי 180 תגובות אינעם "אקטועלע נייעס" פארום.
7) באגריסט לכה"פ 5 חבירי קהלתינו אינעם "מז"ט פאר אונזערע מערסטע שרייבער'ס" אשכול.
8) טאר נישט האבן מער ווי 5 תגובות וואס פרעגן "מקור?" / "לינק?" / "סארס?" וכדו'.
9) זיך משתתף געווען מיט לכה"פ $36 ביים גרינוויל קאמפיין לטובת די פערענץ פאמיליע.
10) מיז ארויס פון שלאף קענען וויסן וואס עס זענען די באדייטן פון "נדנ, ידנ, צ/ק און אהאנגז"א".
11) טאר נישט וויסן וואס לכאורה'ס ערשטע ניק איז.
אויב טרעפט איר זיך צו זיין אויסגעצייכענט אין פינעף פון די אויסגערעכענטע פארלאגנטע סקילס, זענט איר אטאמאטיש קוואלאפעצירט איינצוגעבן א אפליקאציע. יעדע איינגעגעבענע אפליקאציע וועט ווערן געענפערט, און אונזער שטאב וועט דערנאך פאראויסגיין מיטן פראצעדור וואס נעמט אריין א בעקראונד טשעק. ווינאר א אפליקאציע ווערט באשטעטיגט וועלן הויכ'ראנגל'דיגע פון אונזער שטאב שוקל וועלכע פאזיציע וואלט געווען דאס מערסטע פאסיג פאר יענעם.
אלע באשטעטיגטע פאזיציע׳ס צום אדמיניסטראציע וועלן אפציעל געמאלדן ווערן ווינאר עס ווערט באשטעטיגט.
ע"כ דעם היינטיגן באריכט.

!!!NEVER SURRENDER
Re: טשאדעלע אדמיניסטראציע - נייעס אין נאטיצן
נאר די צוויי וואס קוואליפיצירען כאניש און סטאווי, איך מיין אז טשאדעלע דער ראש הקהל לויפער אויך נישט.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
- וואס טוט זיך
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7301
- זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
- לאקאציע:איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס
Re: טשאדעלע אדמיניסטראציע - נייעס אין נאטיצן
איך מיין איך טוע קוואליפיצירן 1, 2, 6, 7, און 10.
מיין רעזומעי, געווען פון די ערשטע טשאדי שטיצער....
ויי אויך געשריבן אסאך שטותים אויפן וועלטעל...

אני מאמין באמונה שלימה, שהבורא יתברך שמו, הוא בורא ומנהיג לכל הברואים, והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים.
- סטיטשינער
- שר עשרים אלף
- תגובות: 22967
- זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 3:49 pm
- לאקאציע:50°18′N 21°4′E
וואס טוט זיך האט געשריבן: איך מיין איך טוע קוואליפיצירן 1, 2, 6, 7, און 10.
מיין רעזומעי, געווען פון די ערשטע טשאדי שטיצער....
ויי אויך געשריבן אסאך שטותים אויפן וועלטעל...
3 אויך.
11 נישט? אפשר זאגסטו מיר אויס????
גראדע ווען איך וואלט נישט געהאט וועם צו שטיצען וואלט איך אויך געווען פון טשאדי'ס ערשטע...
רשעות'דיגע קאלטע סעלצער
- וואס טוט זיך
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7301
- זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
- לאקאציע:איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס
Re: טשאדעלע אדמיניסטראציע - נייעס אין נאטיצן
????
אז איך שטיץ טשאדי, האבעך שוין וועם צו שטיצען...
אז איך שטיץ טשאדי, האבעך שוין וועם צו שטיצען...
אני מאמין באמונה שלימה, שהבורא יתברך שמו, הוא בורא ומנהיג לכל הברואים, והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים.
Re: טשאדעלע אדמיניסטראציע - נייעס אין נאטיצן
איך מיין אז איך בין קוואלפצירט אויף 1, 2, 5, 6, און 7,
איך בין נישט זיכער
איך בין נישט זיכער
אויב די ווילסט מיר עפעס זאגן ציטיר מיר
[email protected]
- וואס טוט זיך
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7301
- זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
- לאקאציע:איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס
Re:
סטיטשינער האט געשריבן: וויבאלד דיין צווייפריערדיגע האבען געהאט גרויס הצלחה.... קום אריבער צו די איינציגסטע שטארקער קאנדידאט וואס איז דא פון די ערשטע רגע. עס זאגט עפעס.
??
אני מאמין באמונה שלימה, שהבורא יתברך שמו, הוא בורא ומנהיג לכל הברואים, והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים.
- וואס טוט זיך
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7301
- זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
- לאקאציע:איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס
Re:
סטיטשינער האט געשריבן:וואס טוט זיך האט געשריבן:סטיטשינער האט געשריבן: וויבאלד דיין צווייפריערדיגע האבען געהאט גרויס הצלחה.... קום אריבער צו די איינציגסטע שטארקער קאנדידאט וואס איז דא פון די ערשטע רגע. עס זאגט עפעס.
??
נישט פאר פעיק ביסטו געגאנגען נאך קלאצי?
כ'האב קיינעם אינדראסירט אחוץ קלאצי און טשאדי.
אני מאמין באמונה שלימה, שהבורא יתברך שמו, הוא בורא ומנהיג לכל הברואים, והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים.
Re: טשאדעלע אדמיניסטראציע - נייעס אין נאטיצן
מארגן האט געשריבן: איך מיין אז איך בין קוואלפצירט אויף 1, 2, 5, 6, און 7,
איך בין נישט זיכער
ווי קען איך טשעקן די אלע זאכן?
אויב די ווילסט מיר עפעס זאגן ציטיר מיר
[email protected]
- הרבטייטעלבוים
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6386
- זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 20, 2012 5:52 pm
- לאקאציע:שתולים בבית ד'
Re: טשאדעלע אדמיניסטראציע - נייעס אין נאטיצן
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן: 1) געעפענט לכה"פ 3 אשכולות במשך די לעצטע 24 חדשים.
איך עפען טעגליך צענדליגענע פון די אומגעליינטע אשכולות.
2) לכה"פ 30% פון די ס"ה תגובות אינדרויסן פון די פארברענגען פארום.
ןןייס עך נישט
3) לכה"פ 10 ולא יותר מ'200 תגובות וואס קומען נישט ארויף ביים ניקס תגובות זיכעניש.
יא
4) אריינגעטשעקט 10 מאל, אדער מער, אינעם "נאך 2 אזייגער פארטאג'ס אשכול" במשך די לעצטע 6 חדשים.
ניין, אפשר בימי חרפי
5) אריינגעטשעקט 13 וואכן, אדער מער, אינעם "ליל שישי אשכול" במשך די לעצטע 36 חדשים.
ניין, נאר ווען סאכדעס איז געווען דאהי
6) טאר נישט האבן מער ווי 180 תגובות אינעם "אקטועלע נייעס" פארום.
פאזעטיוו
7) באגריסט לכה"פ 5 חבירי קהלתינו אינעם "מז"ט פאר אונזערע מערסטע שרייבער'ס" אשכול.
דאכט זיך
8) טאר נישט האבן מער ווי 5 תגובות וואס פרעגן "מקור?" / "לינק?" / "סארס?" וכדו'.
קיין איינס
9) זיך משתתף געווען מיט לכה"פ $36 ביים גרינוויל קאמפיין לטובת די פערענץ פאמיליע.
שאלה פארוואס,
10) מיז ארויס פון שלאף קענען וויסן וואס עס זענען די באדייטן פון "נדנ, ידנ, צ/ק און אהאנגז"א".
מדארף פראבירן
11) טאר נישט וויסן וואס לכאורה'ס ערשטע ניק איז.
לכאורה מאכט דאס צו שווער
ע"כ דעם היינטיגן באריכט.
- אחת ואחת
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3705
- זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 09, 2018 12:01 pm
- לאקאציע:אין קרעטשמע
Re: טשאדעלע אדמיניסטראציע - נייעס אין נאטיצן
איך האף אז עס קומט היינט אן אפדעיט.
אפ' מן הסתם קוואליפיצער מיט , 2, 3, 7, 8, 9, 11. דארף איך נישט קיין פאזיציע.

פרוטה ופרוטה מצטרפת לחשבון גדול
- אוראייניקל
- רב הצעיר תשפ"ד
- תגובות: 18071
- זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am
Re: טשאדעלע אדמיניסטראציע - נייעס אין נאטיצן
כ'האב היינט געפרעגט א שאלה אינעם 'זאכן וואס איך וויל וואוסן' אשכול, און איין שאלה אינעם 'וואו איז די מקור' אשכול, זיכער צו מאכן אז איך קוואליפיציר נישט מיט די שטאטוטן פונעם באדעלע אדמיניסטראציע
- איך בין א יואלי
- שר חמישים
- תגובות: 97
- זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 19, 2018 3:36 pm
Re: טשאדעלע אדמיניסטראציע - נייעס אין נאטיצן
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן: 10) מיז ארויס פון שלאף קענען וויסן וואס עס זענען די באדייטן פון "נדנ, ידנ, צ/ק און אהאנגז"א".
מעג איך פרעגן וואס דעי זאכן מיינען?
איך וועל עס שוין שפעטער איינחזרען צו קענען פון שלאף ארויס.
Re: טשאדעלע אדמיניסטראציע - נייעס אין נאטיצן
איך בין א יואלי האט געשריבן:טשאדעלע באדעלע האט געשריבן: 10) מיז ארויס פון שלאף קענען וויסן וואס עס זענען די באדייטן פון "נדנ, ידנ, צ/ק און אהאנגז"א".
מעג איך פרעגן וואס דעי זאכן מיינען?
איך וועל עס שוין שפעטער איינחזרען צו קענען פון שלאף ארויס.
viewtopic.php?f=17&t=25376
The Divided States Of America
- סטיטשינער
- שר עשרים אלף
- תגובות: 22967
- זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 3:49 pm
- לאקאציע:50°18′N 21°4′E
סטאוו יא פיטא האט געשריבן:סטיטשינער האט געשריבן: ברעיקינג! באקאנטע קליפטשע פארבער ארעסטירט נאכן פארבען בשעתן לויפן אין מאנהעטן!
ווערט געזוכט איינעם איבער צו נעמען פאסטן צייטווייליג. דער עולם ווארט פאר ענטפערס אויף זיינע קענטעענישן.
maybeeynot האט געשריבן: ווי איז אונזער קליפטשע ?
דער עולם זוכט אין גרויסען די קליפטשע פון די פארשווארצונג פון די בל''מ פעינטינג אין מאנהעטען. זיי כאפן נישט אז זיי גיין דאס נישט באקומען בקרוב צוליב דעם וואס די צווי פארבערס זענען איינס און די זעלבער.
ליידער האט די געווענליכע קליפטשע פארבער/ ברענגער זיך גענומען לויפן פאר א פאסטן וואס פאדערט פיל מער קענטעניש ווי קענען אנפארבן קליפס, און בשעתן לויפן האט ער זיך אויסגעגליטשט אין די פעינט וואס ער האט געהאלטן אינמיטן נוצען צו כשרן דעם קליפ. פונקט איז ער געלאפען אויף די בל''מ פעינטינג, ווייל ווי באקאנט איז זיין גאנצע קאמפיין סייווי איין שטיק רעיסיזעם, און דעריבער איז די גאנצע פעינטינג געווארן פארשמירט מיט זיין פארב. (דאס לויפן אין מאנהעטן איז א סקאנדאל פאר זיך, ווייל ווי יעדער ווייסט האט ער נישט קיין טשאנסען דארט סייווי. ער איז געלאפען דארט מיט גאר א טינקעלע חשבון אין וואס מיר גיין מרחיב זיין א צוויטע מאל.)
דער פאליציאנט וואס האט אים פראבירט צו ארעסטירן איז א באקאנטע אקטיוויסט אין די אסדר קאמפיין, און דערפאר האט ער זיך אויך אויסגעגליטשט צוזאמן מיט אים, און איז יעצט אין שפיטאל נאכן כאפן א זעץ אין קאפ. (האפענטלעך גייט דעם קלאפ דינען אלץ א אויפשטיי רוף איינצוזעהען די מציאות.)
דער פארבער געפונט זיך יעצט אין סענטראל בוקינג, און האפט אז בקרוב גייט ער ארויס געלאזט ווערן מיט די זעלבער בעיל געזעץ וואס ער פארפירט אקעגען. אויפדערווייל ווערט געזוכט א צווייטן (אן אזעלכע הויך געשפריצטע השגות, און פראבירט נישט צו לויפן בשעת פארבן קליפ'ס), איבער צו נעמען די פארבעריי ביז ער ווערט ארויס געלאזט.
אבער אפילו נאכן ארויס געלאזט ווערן, האט דער פארבער הארבע פראגעס צו ענטפערן פארן עולם, ווייל ווי עס קוקט אויס קען ער נישט באלאנסירן דאס פארבען ארבעט זיינע צוזאמען מיט לויפן, און עס הערשט גרויס אויפברויז ביים עולם דערפאר. געציילטע האבן שוין אנגעהויבן פארלאנגען אז ער זאל אויפגעבען איינע פון די ביידע. דערווייל איז עס טאקע נאר א מועט, אבער זייערע קול ווערט העכער און העכער. פריער איז שוין אפילו פארגעקומען א פראטעסט אין פראנט פון די פארבער'ס הויפט קוואטיר ווי עס האבען זיך באטייליגט עטליכער פראטעסטירער מיט גרינע מאסקעס (פאר סיבות נאך נישט געהעריג קלאר).
"עס איז שוין געקומען די צייט ער זאל מחליט זיין - פארבן אדער לויפן, ווייל ער קען נישט ביידע און מיר לויפן זיכער שוין ארויס פון געדולד," האט א פראטעסטירער געשריגען. "ביי אונז זאגט מען, "אז מען קען נישט נעמט מען זיך נישט אונטער.""
עס בלייבט צום זעהן אויב די פארבער גייט זיך צוהערן צום געשריי פון פאלק, אדער עס אוועק מאכן פונקט ווי זיינע סקאנדאלן ביז אהערף און וויטער לויפן ביז צום ענדגילטיגע גליטש.
ס'איז שוין אדורך 24 שעה און מען הערט נאכנישט קיין שום רעאקציע פון דעם טשאדעלע קאמפיין.. איז דאס אן אנווייז אז זייער גאנצע קאמיטע איז ארעסטירט?
איז ריכטער צל בייעסד פאר כאניש וואס האט איהם נאמאנירט צים העכסטן אמט אן אנפרענגען בדעת הקהל, און ער סעט נישט קיין בעיל פאר טשאדעלע?
מיר ווארטן אויף ענטפערס!
@צל עובר קאראפציע אין וואשינגטאן?!
@כאניש מי שמך לאיש?!
@אסדר וואס זענען געווען די מאטייון פונעם פאליציאנט?!
- האט ער געהאט א עמטליכע סטאפ ענד פריסק ארדער?
- ווער איז דער ריכטער ביהיינד?!
@טשאדעלע, אן אולטימאטום פון 12 שעה איז ארויסגעלייגט געווארן דורך די "יונייטעד פאר דשאסטיס ראשאקאאל באונד פאונדרי אוו די יונייטעד סטעיטס ענד קענעדע" ווי פאלגענד:
אויב קומט נישט קיין ענטפערס ביז היינט נאכט 10 אזייגער באנאכט טוהען מיר אריינגעבן אן אפיציעלע קאמפלעינט צי סוספענדירן דעם טשאדעלע קאמפיין וואס טוט לויט אלע באווייזן אפערעיטן פון אינטער די גראטעס אין רייקערס איילענד. אן אפיציעלע פארלעצונג פון די שטאטוטן!
רשעות'דיגע קאלטע סעלצער
- טשאדעלע באדעלע
- שר תשעת אלפים
- תגובות: 9184
- זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
- לאקאציע:לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.
Re: טשאדעלע אדמיניסטראציע - נייעס אין נאטיצן
ס׳איז שבוע שחל בו ת״ב, דער טשאדעלע קאמפיין איז אפציעל אויף פאזע. אין לויף פון די קומענדיגע פאר טאג וועט נאר געמאלדן ווערן וויכטיגע אינפארמאציע אדער אפדעיטס וואס איז נוגע למעשה. (אין אנדערע ווערטער.. גארנישט).
צום ווידער זעהן קומענדיגע וואך בעזהשי״ת, ויה״ר שהימים האלה נתהפכו לששון ולשמחה.
טשאדל הלוי
ראה״ק דקהלתינו.
צום ווידער זעהן קומענדיגע וואך בעזהשי״ת, ויה״ר שהימים האלה נתהפכו לששון ולשמחה.
טשאדל הלוי
ראה״ק דקהלתינו.
!!!NEVER SURRENDER
- סטאוו יא פיטא
- שר עשרים אלף
- תגובות: 20502
- זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am
Re: טשאדעלע אדמיניסטראציע - נייעס אין נאטיצן
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן: ס׳איז שבוע שחל בו ת״ב, דער טשאדעלע קאמפיין איז אפציעל אויף פאזע. אין לויף פון די קומענדיגע פאר טאג וועט נאר געמאלדן ווערן וויכטיגע אינפארמאציע אדער אפדעיטס וואס איז נוגע למעשה. (אין אנדערע ווערטער.. גארנישט).
צום ווידער זעהן קומענדיגע וואך בעזהשי״ת, ויה״ר שהימים האלה נתהפכו לששון ולשמחה.
טשאדל הלוי
ראה״ק דקהלתינו.
אהא, און וואס איז געווען דער תירוץ פאריגע וואך?
ושב ד' אלוקיך את שבותך;ווען א איד טוט תשובה, האט כביכול השי"ת חרטה, און טוט תשובה אויף דעם וואס ער האט באשאפן דעם יצה"ר!
זרע קודש נצבים
זרע קודש נצבים
Re: טשאדעלע אדמיניסטראציע - נייעס אין נאטיצן
פאריגע וואך האט מען צוגעגרייט די סטעיטמענט
ווייסט וויפיל ארבעט ס'גייט אריין דערין? האסט שוין אמאל געזעהן וויפיל מענטשן ס'נעמט צו פארשטאפן א פאטהאול?

כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)
מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל

- אסדר לסעודתא
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 11191
- זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm
Re: טשאדעלע אדמיניסטראציע - נייעס אין נאטיצן
ס'דא געהעריגע קאלודזשען צווישן טשאדעלע און הכל הבל. נישט די ערשטע מאל וואס דאס פאסירט.
מ'מוז עפענען א געהעריגע אינוועסטיגאציע.
יעצט פארשטייט מען שוין אויך די אפוועזנהייט פון טשאדל הלוי די לעצטע פאר וואכן. אנדערע קוועלער געבן איבער אז טשאדל האט זיך שוין נישט געשויערט די לעצטע פאר טעג און דרייט זיך ארום פארשוויצט מיט אויליגע פיאות וואס איז א קלארע צייכן אויף זיין קאמפיין אונטערגאנג.