Re:
סטיטשינער האט געשריבן:ציגאנער האט געשריבן: גראדע האלט איך אז ס'באמת נישט דא וואס צו לערנען פון א טיטשער, ניינציג פראצענט כאפט מען נאר אויב מ'האט א געפיל דערצו וואס דעמאלס דארף מען נישט קיין טיטשער, און די איבעריגע צען פראצענט דערשנאפט מען שוין דא דארט...
(כ'רעד נישט אז מ'וויל גיין גרויס)
מעגליך כ'בין ראנג.
טאוטעלי ווראנג
#מיין אפיניען.
איך קען פראפעסינאלע שפילערס וואס שפילן שוין יארן ביי חתונות וואס גיין נאך צו טיטשערס וועכענטליך.
איך האב חרטה אויף די טאג וואס איך האב אויפגעהערט מיינע לעסאנס. ווען איך וואלט ווען געפאלגט מיין מאמע...
איך האלט אזוי ווי דיר
איך וויל קלאר מאכן צוויי זאכן
איינס אז די אלע וואס שפילן פידל און זיי זענען נישט געגאנגען פאר לעסענס, לענ''ד מיינען אפשר אז זיי ווייסען וואס פידל איז, אבער די אמת איז אז פידל איז וואס מען קען אנרופען א באהאלטענע אינסטרעמענט, וואס ווי לאנג מען גייט נישט עכט אריין און דעם אויפן ריכטיגען וועג, ווייסט מען נישט וואס דאס איז בכלל און וואס מען קען אלץ טוען מיט דעם ... יא מען שפילט אפאר ניגונים און מען מיינט אז מען קען שוין, און מען ווינדערט זיך פאר וואס עס איז נישט אזוי שיין ווי דאס וואס מען הערט אויף א טעיפ, און רוב מאל לייגט מען עס אן אויף די ביליגע פידל און מען טראכט '' וועו איך וועל האבן געלט וועל איך קויפן אזא טייערע פידל און דאן וועט עס שפילן אזוי שיין אז יעדער וועט ממש משוגע ווערן'' לענ''ד איז דאס גרויסע שטותים בערך 95% פון די שיינקייט ווענד זיך און די שפילער נישט און די פידל,
צווייטענס
מענטשן מיינען אז מען גייט צו לעסענס כדי צו געוואר ווערן אינפארמעשאן וואס מען ווייסט נישט, און נאר די טיטשער ווייסט דאס, וועגן דעם זאגט מען איך וועל שוין געוואר ווערן דא אין דארט, פון א חבר, אדער אנליין, אבער עס איז נישט אמת, צו לעסענס גייט מען כדי דיין טיטשער זאל דיך באגלייטן אויפן ריכטיגע וועג, און מאכן זיכער אז די לערנסט זיך נישט אויס שלעכט וואס שפעטער איז דאפלט אזוי שווער ארויס צו קריכן פון דעם, און אז די הייבסט טאקע אן פון א ב , און לאזט נישט אויס קיין סטעפס וכדומה, און ווי אויך איז ער אזוי ווי דיין חבר מיט וועם די לערענסט און איינעם, אזוי ביי א יעדע זאך ברויך מען האבן א חבר צו לערנען און אן דעם טאקע געווענליך גייט עס נישט,