טאגבוך: יום הקדוש אין תפיסה

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
סדרן
שר העשר
תגובות: 40
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 27, 2019 12:12 am

Re: טאגבוך: יום הקדוש אין תפיסה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סדרן »

תגובה דורך סדרן

לעצט פארראכטן דורך סדרן אום מאנטאג סעפטעמבער 30, 2024 5:39 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרים אלף
תגובות: 22966
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע:50°18′N 21°4′E

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטיטשינער »

פאטאקי08 האט געשריבן:
לכאורה האט געשריבן: פארצויגענע שמונה עשרה וואס האט אונז געצווינגען צו ווארטן א לענגערע וויילע, נאכדעם וואס ער איז געווען פון די תשעה עונים. (למעשה האט מען נישט געווארט אויף אים, זיך פארלאזנדיג מסתמא אויף די שיטות אז מען קען מצרף זיין איינער וואס דאווענט, אדער וויבאלד ער האט שוין ווארשיינליך געהאלטן נאך "יהיו לרצון" און האט געקענט מיטזאגן די אמנים).

איך געדענק אז לויטן שלחן ערוך איז גענונג 8 עונים און איינער קען זיין שומע כעונה

דא איז מען נישט שומע כעונה וויבאלד יענער האלט ערגעץ אנדערש ווי די בעל תפילה. עס איז נישט דא קיין אפענער מחבר אויף די שאלה.
רשעות'דיגע קאלטע סעלצער
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 29816
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: טאגבוך: יום הקדוש אין תפיסה - פערטער טייל ארויף מוצש"ק חזון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

פינפטער טייל

לאמיר אביסל שילדערן די ווענט פון דעם 'שוהל'. איין וואנט (לויט וויאזוי מיר זענען געשטאנען ביים דאווענען וועלן מיר דאס רופן 'צפון', כ'ווייס באמת נישט אויב מיר האבן געדאווענט צו 'מזרח'.. מען גייט אדורך אזויפיל געדרייטע קארידארן אז עס איז שווער צו האלטן חשבון וואו אויף דער וועלט מען געפונט זיך) איז פון אומדורכזעהבארע גלאז, נאר אז מען בייגט זיך שטארק צו דערצו קען מען באמערקן וואס עס טוהט זיך אינדרויסן. דארט געפונט זיך דער קארידאר וואס פירט צו די אפטיילונג פון די ארעסטאנטן. אויף 'מזרח' געפונט זיך דער קינדערישער באזוכער צימער (דאס מיינט אז שטייענדיג צו מזרח, קען מען א גאנצן צייט זעהן די נארישע קינדערישע מאלערייען און פלאקאטן וואס הענגן אויפ'ן טיר דערצו און אויך אינעם שטוב אינעווייניג, זינט עס איז דא א גרויסע פענסטער וואס טיילט אפ צווישן ביידע שטיבער). אויף 'דרום' געפונט זיך דער אלגעמיינער באזוכער צימער, פארמאכט מיט א טיר, וואס האט א פענסטערל דערין און מען קען עטוואס מיטהאלטן דעם הלוך ילך פון תפיסה. און פון 'מערב' איז דא א ציגלנע וואנט פון אונטן ביז ארויף, איבערגעדעקט מיט פארב און אויפגעמאלן דערויף מאדנע צורות פון קינדער, אן קיין געהעריגע באדייט.

אויף איין טייל פון די 'דרום' וואנט איז דא א 'טיפע' מאלעריי אויף די וואנט וואס האט אונז 'געכאפט'. עס איז ווארשיינליך געמאלעוועט געווארן דורך איינער פון די ארעסטאנטן מיט יארן פריער. מען זעהט דארט א טורמע צעל מיט אלע שווארצע פארבן, אנשטאט פענסטערלעך פארמאגט דער צעל אויפגעהאנגענע בילדער פון פייניגונגס מיטלען וואס טוען מער פאראוממוטיגן דעם מענטש. אבער אין צענטער פונעם צעל איז אויפגעשטעלט א שטענדער צום פארבן (עס הייסט אן 'איסעל'), און דער בילד וואס איז אויפגעמאלן דערויף איז פון א פרעכטיגע הימל און שיינענדיגע וועלט, און דוקא דער געמאלענער בילד טוהט אויפשיינען דעם גאנצן טורמע צעל מיט שטראלן וואס ציען זיך ביז'ן אנדערן עק פונעם צימער. (דער עומק המכוון דערפון דארף צו אנדייטן, אז די 'ארט' פונעם קונסטלער טוהט אים ארויסנעמען פון זיין איינזאמקייט און פינסטערניש און טוהט אים באלייכטן דאס קעמערל).

דער סדר היום האט געלויטעט אז פון ניין אזייגער ביז האלב נאך דריי דאווענט מען שחרית און מוסף, דאס מיינט אז מען דארף זיך אביסל אונטעריאגן, ווייל כאטש א מנין'דל פון צען אידן דאווענט אסאך שנעלער ווי א גרויסער בית המדרש, דארף מען נאך אלץ אניאגן אפצוזאגן דעם גאנצן דיקן מחזור אין די פאר געשאנקענע שעות וואס מען ערלויבט אונז צו זיין אינעווייניג. ווען די באאמטע האבן זיך נישט געאיילט אראפצוברענגען די ארעסטאנטן, האב איך אנגעהויבן זאגן דעם "שיר היחוד", און טאקע עספיהט אנצוקומען ביז נאך "יום רביעי".

דער בעל פסוקי דזמרה פון פאראיאר איז היי יאר 'פראמאוטעד' געווארן צו דאווענען מוסף, איז פריי געווארן דער פאזיציע פון פסוקי דזמרה, און וויבאלד "דער וואלונטיר" האט אפגעזאגט, וועלנדיג שטיין אין זיין ווינקל אלס פריוואטער מענטש און נישט נעמען קיין שום פונקציע (גראדע שפעטער האט זיך זיין נאטורליכע אייגנשאפט ערוואכט און ער האט געדינט אלס 'גבאי' ביים ליינען), איז דאס געגאנגען צו "דער שאופער", וועלכער האט אויך געדינט היי יאר אלס בעל קורא (נאכדעם וואס דער פאריעריגער בעל קורא איז נישט אריינגעלאזט געווארן). עס איז מיר אינטערעסאנט געווען צו הערן ווי ער האט פארגעזאגט די "ברכות" פאר'ן עמוד מיט דעם 'ליינען ניגון' פון די ימים נוראים, צוזאמשטעלנדיג ביידע פון זיינע פונקציעס אינאיינעם.

עס איז שוין געווען שפעט – נאך 9:30 – ווען מען האט זיך 'געשטעלט', האט מען אנגעדרייט דעם 'ספיעד' פונעם מויל מיט א 'נאטש' העכער, און מען האט זיך גענומען זאגן די קרבנות מיט א שנעלן טעמפא. מיט "קדיש" איז מכובד געווארן "דער רוסישער", א איד וואס קומט קענטיג פון בוכארא אדער וואו, זינט ער זאגט דעם "יהא שלמא" מיט'ן לאנגן ספרדי'שן נוסח וואס זאגט זיך געשמאק מיט די באקאנטע הברה פון די מזרח געמיינדעס: "יהא שלמא רבא מן שמיא, חיים ושבע וישועה ונחמה ושיזבה ורפואה וגאולה וסליחה וכפרה, וריוח והצלה לנו ולכל עמו ישראל ואמרו אמן". (אלע קדיש יתומ'ס פונעם טאג האט יענער געזאגט, אבער יעדע מאל האט מען אים געדארפט 'מכבד זיין' און ווינקן אז יעצט קומט א קדיש. אויך האט ער יעדע מאל געפרעגט 'וועלכע קדיש' מען זאגט יעצט. נעבעך, א תינוק שנשבה וואס שמאכטעט שוין צענדליגער יארן אינעם 'סיסטעם').

נאך פסוקי דזמרה האט זיך אנגעהויבן דאס ריכטיגע, ווען "דער חסיד" האט מיט זיין לייבן שטומע אנגעהויבן דעם "המלך" אויף זיין ארט, און זיך תיכף צוגעשארט צום פראוויזארישן 'ברעטל' און אנגעהויבן דעם עבודת הקודש וואס ער פלעגט יערליך טוהן אין א בית המדרש אין ... (פאראיאר האט ער גע'טענה'ט אז שוין זעקס יאר וואס ער דאווענט נישט פאר'ן עמוד, ער האט שוין פארגעסן וכו' וכו', אבער ווי נאר ער האט נאנטגעטרעטן צום עמוד איז ער געווען 'אינדערהיים', און אן קיין שום שטרויכלונג אדער פלאנטער אראפגעלייגט אן אויסנאם הארציגע דאווענען אויף די העכסטע טענער). דער ווידערקול פונעם שטיינערנעם צימער אויסגעמישט מיט די אויסטערלישע הויכע שטומע פונעם "חסיד", האט יעדן אריינגעשלעפט אינעם דאווענען, און כאטש מיר זענען געווען בלויז 11 מענטשן, האט זיך 'געדאווענט' ווי אין א געהעריגע גרויסע שוהל אין צענטער פון היימישן געגנט.

זייענדיג א קליינע צאל מענטשן מיט א ריזן צאל פתיחות הארון, האט יעדער געהאט עטליכע געלעגנהייטן צוצוגיין צום ארון הקודש'ל און דאס אויפמאכן, און וויבאלד ביי די ליטווישע קרייזן פירט מען זיך צו עפענען דעם ארון הקודש ביי נאך פארשידענע שטיקלעך, צום ביישפיל ביי "שמע קולינו", איז "דער ליטוואק" נתכבד געווארן צו עפענען ביי די ערטער וואו מען גייט פתיחה ביי זיי.

וויבאלד דער גאנצער דאווענען האט נישט געדויערט מער ווי ארום 8 שעה, איז מיר לייכט געווען אויסצופירן דאס וואס איך האב במחשבה יאר יערליך צו טוהן, נעמליך צו שטיין ביים גאנצן דאווענען. עס איז דא אזא ענין, בפרט יום הקדוש (מאנכע גאר געהויבענע אידן פלעגן זאגאר שטיין די גאנצע מעת לעת! דאכט זיך מען שרייבט אזוי אויף הגאון רבי שמעלקא טויבנפעלד זצ"ל, און אנדערע). נאך אלס בחור פלעג איך מקנא זיין מיינס א חבר און געשוואוסטער קינד וואס האט געהאט די שטארקייט זיך אראפצושטעלן אויף איין ארט און שטיין דארט פון אנהייב שחרית ביז הפסקה, און פון אנהייב מוסף ביז נאך נעילה. אויך היינט צוטאגס האב איך א שוואגער וואס לויט ווי איך באמערק שטייט ער דעם גאנצן ליבן טאג. אבער מיר פערזענליך קומט דאס אן גאנץ שווערליך, בעיקר ווען דער חזן גארגעלט זיך ביי די שטיקלעך פון שמונה עשרה וואס ער זאגט אליינס, און דערפאר פלעג איך מיך אראפזעצן און צומאל אפילו אראפלייגן דעם קאפ פון שוואכקייט עטליכע מאל אינמיטן די לאנגע תפילות. אבער דא אין תפיסה איז עס געווען גאר לייכט ב"ה, איך האב מיך בלויז אראפגעזעצט ווען מען האט געווארט צווישן שטילע און הויכע שמונה עשרה אז דער גאנצער עולם זאל אויסטרעטן.

א זייטיגע בענעפיט האב איך געהאט דערפון, אז עס האט מיר נישט געדארפט באנג טוהן ביים זיצן אויפ'ן ארט בשעת דער ארון הקודש איז אפן. יעדע יאר האב איך א דילעמא דערוועגן, פון איין זייט איז א הידור צו שטיין בשעת דער ארון איז אפן, פון די אנדערע זייט איז שווער צו אויפשטיין און זיך אראפזעצן ביי יעדע פתיחה און סתימה. אבער אז מען שטייט דעם גאנצן דאווענען האט מען נישט דעם גאנצן פראבלעם..

"דער חסיד" האט זיך מתחנן געווען פאר'ן עמוד כבן המתחטא לפני אביו, און ווען עס איז געקומען צו זינגען א ניגון האט די קאפעליע פון הינטן אנגעהויבן א באקאנטע מארש אדער פרייליכע ניגון לפי הענין, אזוי האט מען געזאגט און געזינגען און געזינגען און געזאגט, און די בלעטער האבן זיך געמישט און געמישט, בשעת דער זייגער ריקט זיך אן אויפהער. דא דארט האט דער עולם באשלאסן אויסצולאזן עטליכע פיוטים, לאו דוקא אזעלכע וואס מען לאזט אויס אין די אלגעמיינע שוהלן.. איך האב אלץ פרובירט צו זאגען אלע פיוטים אן אויסלאז, און געדארפט ארבעטן גאר שווער נאכצויאגן דעם ציבור. נישט אלעמאל איז עס איז מיר געלונגען, און ווען איך האב געדארפט אויסלאזן דעם לאנגן שטיקל בעפאר קדושה, האב איך מיר געמאכט א סימן מיט א פאפירל, און שפעטער בשעת די מי שברך'ס וכדומה האב איך דאס משלים געווען.

"דער חסיד" איז געוואוינט פונדערהיים צו דאווענען נוסח ..., און מען האט טאקע געקענט הערן עטליכע שינויים פון וואס מיר זענען געוואוינט. איין ביישפיל, אין צוגאב צו "ביום הכפורים הזה" זאגט מען אויך "ביום סליחת העון הזה, ביום מקרא קודש הזה", און דאס קומט אויס עטליכע מאל במשך די תפלות. אויך איז דער מנהג ... יא צו זאגן "נקדישך" ביי שחרית, אנדערש ווי אונזער מנהג צו זאגן "כתר". "דער חסיד" האט זיך עטוואס פארלוירן, און געזאגט דעם "כתר" מיט'ן געווענליכן שבת'דיגן נוסח. ביי נעילה האט ער יא געזאגט דעם באקאנטן ימים נוראים'דיגן כתר (וואס איך קען פון דער בעל תפילה ביי ..., וועלכער האט דאס געהערט פון ר' מאיר ברוך קאהן. אויך אונזער היי יעריגער בעל מוסף האט געזאגט דעם נוסח).

נאך שחרית איז מען תיכף צוגעטרעטן צום ליינען אן קיין שהיות, נישט דא קיין פארקויפעכץ, נישט דא קיין הפסקה, מען יאגט זיך זייער ווייל אט דארף מען שוין אנהייבן מוסף כדי צו זיין פארטיג אויף האלב נאך דריי. בעל קורא איז געווען "דער שאופער" ווי ערווענט, הגם מיר האבן שפעטער געהערט אז "דער חסיד" פלעגט אויך ליינען אין זיין פריערדיגע לעבן. דא צווישן די טורמע ווענט האט "דער חסיד" בלויז אונטערגעזאגט און צוגעהאלפן דעם בעל קורא. "דער וואלונטיר" האט געדינט אלס גבאי, און מען האט זיכער געמאכט אז יעדער באקומט אן עלי' ביי שחרית אדער מנחה, אדער כאטש א הגבה און גלילה.

אנהייב האט מען בלויז געזאגט דעם מי שברך לעולה בתורה, און אנגעוואונטשן דעם באטרעפנדן ער זאל זוכה זיין געראטעוועט צו ווערן מכל צרה וצוקה ומכל נגע ומחלה, און ווערן אפגעשריבן און אפגעזיגלט צו א גוט לעבן. ווען איינער פון די עולים האט געבעטן מען זאל מאכן דעם צווייטן מי שברך אויך, געבנדיג די נעמען פון זיינע נאנטע פאמיליע מיטגלידער, איז דאס שוין געווארן דער מנהג, און אפילו אנדערע וואס האבן דאן נישט עולה געווען זענען צוגעקומען און געגעבן נעמען פון זייערע קרובים און באקאנטע וואס מען זאל דערמאנען ביים ספר תורה.

דאן האט מען געזאגט יזכור. די וועלט זאגט אז אין תפיסה קען מען פראווען א סדר געהעריג, אויסער וואס מען קען נישט עפענען דעם טיר ביי "שפוך חמתך". לענינינו, מען האט טאקע געזאגט "יזכור", אבער מען קען נישט ארויסגיין אין די האלוועי כנהוג בכל תפוצות ישראל. האט דער רוב עולם זיך געשטעלט ביי איין ווינקל פונעם גרויסן צימער, און מיט א טלית האט מען געמאכט א מחיצה צווישן די יתומים און די רעשטע עולם (כ'גלייב נישט אז עס איז א שאלה להלכה צו מאכן אזא סארט מחיצה, ווייל בלויז צו מאכן א מחיצה וואס פעלט אויס על פי הלכה איז א פראבלעם צו מאכן אום שבת ויו"ט, צב"ש א וואנט פון א סוכה, אדער א מחיצה קעגן א ס"ת ווען ס'פעלט אויס, אבער דאס איז בלויז א מנהג ישראל ארויסצושיקן די 'קינדער' פון בית המדרש).

נאך יזכור האט דער "בעל מוסף" איבערגענומען דעם מאנדאט און אראפגעלייגט א תפלת מוסף מיט אלע פארבן, עס האט זיך בכלל נישט דערקענט אז דאס איז איינער וואס שטייט יעצט דאס ערשטע מאל ביי א ימים נוראים ברעטל. כזקן וכרגיל האט ער אפגעזינגען דעם סאטמאר'ן "ונתנה תוקף" בשעת דער גאנצער סאטמארער עולם (בערך דריי מענטשן) זינגט מיט פון הינטן... כשאני לעצמי בין איך געוואוינט צו ... נוסח, וואס איז מער ווי אביסל אנדערש פונעם סאטמאר'ן, האב איך נישט געקענט צופיל מיטברימען, נאר ביי די פאר ניגונים אינדערמיט, וואס דאס האט שוין ... אויך אדאפטירט כאטש אויף איינע אדער צוויי פון די דריי ימים נוראים מוסף'ס כדי צו פארגיטיגן פאר די מתפללים וואס זענען אויפגעוואקסן דערמיט.

א מורא'דיגע פראבלעם איז דא אין תפיסה... מען קען נישט אויסשפרייטן קיין פלאסטישע זעקל צו פאלן דערויף כורעים. אין עטליכע יאר, ווען די ספעציעלע "נר מצוה כורעים'לעך" וועלן שוין זיין אומאפטיילבאר פונעם מחזור, וועט מען דאס ווארשיינליך נוצן אין תפיסה אויך, אבער די לעצטע צוויי יאר בין איך געפאלן כורעים אויף קליינע טישו פאפירלעך. דער עיקר הפסק איז סייווי צווישן דעם פנים און דער ערד, און דאס האב איך געטוהן מיט'ן טלית.

רעדנדיג פון די טישו פאפירלעך. אינעם דאווען צימער האבן זיך געפונען צוויי גרויסע מיסט קאסטענעס, איינס מיט א דעקל, פון די צעטל דערויף האט מיר משמע געווען אז דאס איז פאר פלעשלעך/ריסייקלינג, די צווייטע אפענע האט נישט פארמאגט קיין פלאסטישע זעקל דערינען. ווען איך האב געוואלט אפרייניגען מיין טישל פון די גענוצטע נאז פאפירן, האב איך דאס גענומען צום גרויסן קאנע, און נישט געוואלט דאס אריינשליידערן אינעם זעקללאזן האלטער, ווידער אין די אנדערע קאנע באלאנגט דאך עס זיכער נישט, האב איך עס געהאלטן ביי מיר און בלויז פטור געווארן דערפון נאכ'ן ארויסגיין צום ווארטזאל, וואס דארט איז יא געווען א פלאסטישע זעקל אינעם מיסט קאנע. אנדערע מתפללים האבן אבער נישט געטראגן דעם דאגה, און האבן יא אריינגעשליידערט די גענוצטע פאפירלעך אינעם ליידיגן מיסט קאסטן. איך האב שפעטער באמערקט ווי "דער חסיד" נעמט דעם גאנצן מיסט קאסטן מיט די צענדליגער שמוצלעך דערין, און גיסט דאס אריבער צום אנדערן קאסטן וואס האט יא פארמאגט א פלעסטיק (מסתמא האט ער געוואוסט אז לויט די פארשריפטן באלאנגט דאס אזוי). דא רעדט מען פון אן איש מכובד וואס אין פרידנסצייטן האט ער פילייכט נישט צוגערירט קיין מיסט קאסטן, און דער עפיזאד איז מיר געווען א קליינע ביישפיל ווי דערנידערט מענטשן ווערן צווישן די ווענט פון טורמע.

ווי געשריבן איז געווען איין כהן, און איין לוי צו וואשן זיינע הענט (דער אנדערער לוי איז געשטאנען ביים ברעטל). האב איך מיטגעהאלטן ווי דער כהן און לוי שארן זיך ארויס צום 'קינדער באזוך צימער', דארט איז דא א סינק, דער לוי וואשט זיך און דאן וואשט ער דעם כהן. (זיי האבן זיך געמוטשעט אביסל מיט'ן אפטרוקענען די הענט, זינט קיין פאפיר איז נישט געווען דארט געהעריג, בלויז א גרויסע ראול). [האט מען געזינגען ביים דוכן'ען? וועלכע ניגון? איך געדענק נישט..]

נאך מוסף איז געקומען דער לענגערער הפסקה. מען האט צוערשט ארויסגעפירט בלויז די ארעסטאנטן, און מיר האבן זיך איינגערעדט אז היי יאר וועט מען אונז יא לאזן אינעווייניג בשעת די הפסקה, און מיר וועלן זיך איינשפארן דעם גאנצן שפאציר ארויס און שפעטער צוריק אריין. אבער נאך עטליכע מינוטן האבן זיך די וועכטער דערמאנט אז קיינער טאר נישט בלייבן אין זאל, און מען האט אונז שיין ארויסבאגלייט מיט אלע אונזערע חפצים צום ווארטזאל.

המשך יבא אי"ה
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 15336
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: טאגבוך: יום הקדוש אין תפיסה - פינפטער טייל ארויף מאנטאג 8:43

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

זייער שיין.
אוועטאר
יש בו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4474
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

Re: טאגבוך: יום הקדוש אין תפיסה - פינפטער טייל ארויף מאנטאג 8:43

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש בו »

איך האלט נאך אינמיטן ליינען,
קודם איין קאמענט,
די שבת'דיגע נוסח ביי כתר דשחרית איז ווארשיינליך נישט א טעות,
טא, דער סטאמאר רבי זי"ע האט אזוי געזאגט,
דאס וואס שפעטער האט ער יא געזאגט די ימ"נ נוסח, איז ווייל ער האט פארשטאנען אז דאס וויל דער עולם,

אויב ס'איז שייך, ביטע אים איבערפרעגן דעם נקודה
The Divided States Of America
אוועטאר
יש בו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4474
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

Re: טאגבוך: יום הקדוש אין תפיסה - פינפטער טייל ארויף מאנטאג 8:43

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש בו »

ווי אזוי איז די מוסף זיך אויסגעקומען מיטן זייגער, ס'האט געשטימט?
ווען האט מען למעשה גענדיגט מוסף?
The Divided States Of America
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 29816
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: טאגבוך: יום הקדוש אין תפיסה - פינפטער טייל ארויף מאנטאג 8:43

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

מ'האט געענדיגט מוסף אויף 3:30, כמובן, דארט איז דער זייגער מיט די גארדס קובע, נישט דער מחזור..
אוועטאר
מארגן
שר האלף
תגובות: 1444
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 29, 2020 4:24 pm

Re: טאגבוך: יום הקדוש אין תפיסה - פינפטער טייל ארויף מאנטאג 8:43

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מארגן »

זייער אינטערעסאנט איך ווארט אויף די קומענדיגע
אויב די ווילסט מיר עפעס זאגן ציטיר מיר
[email protected]
אוועטאר
?אפשרטאקע
שר חמש מאות
תגובות: 793
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 6:41 pm

Re: טאגבוך: יום הקדוש אין תפיסה - פינפטער טייל ארויף מאנטאג 8:43

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ?אפשרטאקע »

זייער אינטערעסאנט, עקסטער א יישר כח פאר'ן שרייבן אינעם קעפל ווען די פארזעצונגען גייען ארויף
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9419
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: טאגבוך: יום הקדוש אין תפיסה - פינפטער טייל ארויף מאנטאג 8:43

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

געוואלדיג! געלייענט און הנאה געהאט.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
אוועטאר
פרוביר אויך
שר האלפיים
תגובות: 2565
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 09, 2013 11:02 pm

Re: טאגבוך: יום הקדוש אין תפיסה - פינפטער טייל ארויף מאנטאג 8:43

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרוביר אויך »

איך ווייס נישט וואס אבער אלטס האקסטו מיר אפ אינמיטען
אז יענער קען קענסטו אויך
אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרים אלף
תגובות: 22966
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע:50°18′N 21°4′E

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטיטשינער »

:lol::lol::lol::lol:
(נאך נישט געליינט, פארן טיטל.)
רשעות'דיגע קאלטע סעלצער
באקסער בוים
שר האלף
תגובות: 1866
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 31, 2017 12:41 pm

Re: טאגבוך: יום הקדוש אין תפיסה - פינפטער טייל ארויף מאנטאג 8:43

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באקסער בוים »

שכח לכאורה, זייער אינטערעסאנט
איך האב בכלל נישט קיין מיינונג איבער די נושא, ס'איז זשאסט געשריבן אין די וועלט אריין.
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 29816
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: טאגבוך: יום הקדוש אין תפיסה - פינפטער טייל ארויף מאנטאג 8:43

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

פרוביר אויך האט געשריבן: איך ווייס נישט וואס אבער אלטס האקסטו מיר אפ אינמיטען

דו רעדסט דיך אויך אפ וועכנטליך אויף די באלייכטונגען / עונג שבת / וכו' וכו' וואס האבן פארזעצונגען?
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8912
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע:אין מאה שערים

Re: טאגבוך: יום הקדוש אין תפיסה - פינפטער טייל ארויף מאנטאג 8:43

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

יש בו האט געשריבן: די שבת'דיגע נוסח ביי כתר דשחרית איז ווארשיינליך נישט א טעות,
טא, דער סאטמאר רבי זי"ע האט אזוי געזאגט,
דאס וואס שפעטער האט ער יא געזאגט די ימ"נ נוסח, איז ווייל ער האט פארשטאנען אז דאס וויל דער עולם,

אויב ס'איז שייך, ביטע אים איבערפרעגן דעם נקודה
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
אוועטאר
מארגן
שר האלף
תגובות: 1444
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 29, 2020 4:24 pm

Re: טאגבוך: יום הקדוש אין תפיסה - פינפטער טייל ארויף מאנטאג 8:43

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מארגן »

די קימעדיגע קומט מארגן?
אויב די ווילסט מיר עפעס זאגן ציטיר מיר
[email protected]
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 29816
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: טאגבוך: יום הקדוש אין תפיסה - פערטער טייל ארויף מוצש"ק חזון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

זעקסטער און לעצטער טייל

האלטן מיר ביי דער לאנגער הפסקה צווישן מוסף און מנחה, ווען די ארעסטאנטן זענען צוגעפירט געווארן אין זייערע לעכער און אונז באזוכער האט מען ארויסבאגלייט צום פאדערשטן ווארטזאל, וואו די וועכטער נעמען אויף די געסט און שימלען געווענליך פאר ליידיגגיין.

דער וועכטער וואס האט אונז ארויסבאגלייט רופט זיך אן, אז יעצט גייט זיך אנהייבן די אויספארשונגען.. עס איז אונז אדורך א סקרוך אין די ביינער, אבער ער האט אונז תיכף בארואיגט מיט'ן זאגן אז ער גייט אונז אביסל אויספרעגן וועגן אידישקייט זאכן וואס האבן ערוועקט זיין נייגער, און מיר מוזן נישט ענטפערן אויב מיר ווילן נישט.

זיין ערשטע פראגע האט זיך באצויגן צום שטריימל, און פארוואס בלויז איינער – אני הקטן – טראג דעם האריגן הוטל אויפ'ן קאפ בשעת אלע אנדערע גייען מיט א קליינע יארמולקע. מיר האבן אים ערקלערט אז באמת טראגן מיר אלע שטריימלעך אין אונזערע געגנטער, נאר דא האבן מיר נישט געשפירט פאר וויכטיג דאס מיטצושלעפן. איי, דער איינער, נו, ער איז א ראביי... ער עפנט ביידע אויגן מיט וואונדער קוקנדיג פון אונז צו זיין דאקומענט "זענט איר נישט אלע ראבייס???". א ליגנער דארף האבן א גוטע קאפ... אויפ'ן אפיציעלן צעטל זענען מיר אלע ראבייס וואס קומען פראווענען מיט די ארעסטאנטן דעם הייליגן טאג. מען האט אים מסביר געווען אז עס איז דא א ראביי, און עס איז דא א גרעסערע ראביי... פרעג מיך אפ.

יעצט איז ער שוין אריין אין לומדות און געוואלט פארשטיין וואס איז טאקע דער עצם ענין פונעם שטריימל, פארוואס טראגן מיר דאס אויפ'ן קאפ. מיר האבן זיך אלע איינגעטיילט אים צו ענטפערן, יעדער מיט זיינע פאר ווערטער וואס ער האט געוואוסט אויף ענגליש און געקלערט אז דאס וועט צופרידנשטעלן דעם אנגעפאשעטן פארגרעבטן פויער. גיי זיי מסביר פאר'ן גוי אז מען האט אונז געהייסן אנטוהן א שוואנץ אויפ'ן קאפ אלס בזיון און מען האט דאס פארוואנדעלט אין א מאלטי מיליאן דאלערדיגע ביזנעס...

דער חברה'מאן האט אונז דערציילט אז ער וואוינט גראדע אין עלענוויל ניו יארק, און עס קומט אים אפט אויס אדורכצופארן די היימישע בלומינגבורג געגנט און זעהן די חסידי'שע טראגע. ער האט נאר געוואלט פארשטיין נאך און נאך טעמים פון אונזערע לבושים, צב"ש פארוואס מיר טראגן א טלית קטן, א טלית גדול, פארוואס נאר פארהייראטע לייגן דעם טלית אויפ'ן קאפ (מיר האבן נישט אלעמאל אליינס געוואוסט די ריכטיגע ענטפערס אים צו געבן.. און אפילו ווען יא, האבן מיר זיך שווער באקראצט צו טרעפן די ריכטיגע ענגלישע אויסדרוקן דערפאר).

ער האט דערציילט אז פונקט היינט שטעלן די ארבייטער אויף דעם 'סוכה' אין טורמע הויף פאר אחב"י היושבים בצרה ובשבי', און ער האט געהעריג געוואלט פארשטיין דעם "למען ידעו דורותיכם"... פארוואס מען זיצט אין א סוכה, וואס דארף מען אלץ טוהן דארטן. אזוי האט זיך געצויגן א לאנגע שיינע שמועס, בשעת מיר ווארטן אז דער זייגער זאל זיך פאראויסרוקן און מיר זאלן קענען צוריק אריינגיין און פארזעצן מיט'ן סדר היום.

ווען ער איז אויסגעלאפן פון קשיות און האט זיך צוריקגעזעצט קלאצן אויף די גראדע ווענט, האבן מיר זיך באקוועם געמאכט אין די פאר בענקלעך און בענק וואס זענען דארט צוגעשטעלט. (תשע"ט: זיי האבן ארויסגעברענגט פון ערגעץ גענוג בענקלעך פאר אלעמען צו זיצן, אויך האט דער עירקאנדישאן פיין אפגעקילט דעם הייסן פלאץ. תש"פ: דער וועטער איז געווען איינגענעם, אויך אן עירקאנדישאן, אבער בלויז 2-3 פון אונז האבן געהאט א בענקל צו זיצן, די איבריגע האבן גענוצט דעם הארטן באנק אינדערמיט, אדער – ווי אין פאל פון "דער וואלונטיר" – געשטאנען אויף די פיס די גאנצע צייט).

דער הפסקה האט נישט געדויערט אזוי לאנג ווי פאראיאר, איך האב עספיהט צו זאגן פון קאפיטל מ"ב (ספר שני) ביז נאך קי"ט, און מען האט אונז שוין צוריק אריינגעפירט אין 'בית המדרש' אריין. איך האב שנעל צוגעענדיגט ביז סוף תהלים במשך די פאר מינוט וואס מען האט געווארט אויף די ארעסטאנטן'ס ערשיינונג.

צו מנחה איז צוגעגאנגען דער פאריעריגער בעל תפילה, מען האט זיך געדארפט אנטוהן די זיץ-גארטלעך צו קענען מיטהאלטן זיין גאלאפ, ווי דער מנהג. איך האב שטארק פרובירט צו זאגן אלע פיוטים וחרוזים אן אויסלאז, און טאקע געמוזט משלים זיין געוויסע זאכן בשעת ער האט פארגעזאגט די ברכות פון שמו"ע. (מען האט מכבד געווען דעם חסיד מיט "מפטיר יונה", אזוי ווי פאראיאר).

אן אינטערעסאנטע זאך האב איך באמערקט דארט. כידוע איז די לעצטע פאר יאר שטארק אריינגעקומען ביים יהדות החרדית א מבצע "תוספות יום טוב" נישט צו רעדן ביים דאווענען, עס ערשיינען גליונות און מען מאכט גורלות און מען נעמט חתימות און וואס נישט. איז אינטערעסאנט צו באמערקן אז דארט צווישן די דיקע טורמע ווענט איז דער מבצע נאך ליידער נישט אנגעקומען... איינער זאל איינמעלדן דעם "קרן תוס' יו"ט" אז זיי האבן נאך פלאץ וואו זיך אויסצושפרייטן... מען טאר נישט בארעדן אידישע קינדער, וועל איך בלויז זאגן אז די תפילות האבן אויסגעקוקט גארנישט אנדערש ווי געווענליכע תפילות אין אונזערע בתי מדרשים מיט עטליכע יאר צוריק... (און גיי שושקע, ווען דער גאנצער מנין באשטייט פון איך און דו און דו און איך מיט'ן בעל תפילה.. יענער קען זיך נאך באליידיגן און דו בלייבסט אן מנין...)

נאך מנחה האט מען זיך אראפגעזעצט, "דער חסיד" איז נתכבד געווארן אויפצוטרעטן מיט דברי התעוררות בעפאר תפילת נעילה. ער האט אנגענומען זיין פאסטן זייער ערנסט, און געקומען דערצו גוט פארגעברייט, נאכזאגנדיג שטיקער מדרשים און ספרים הקדושים פון אויסנווייניג. צווישן אנדערע האט ער ארויסגעברענגט אז השי"ת ווארט אויף אידישע טרערן, און עס איז מעגליך אז די איינציגע סיבה פארוואס מיר געפונען זיך נאך יעצט דא אין תפיסה איז וויבאלד מיר האבן פאראיאר נישט גענוג טרערן פארגאסן און נישט גענוג איינגעריסן בעת נעילת שער. דאס התעוררות איז געווען אנטאפיג מיט די הענט, דא שטייט א איד וואס לויט'ן בוך דארף ער נאך אפזיצן דא ..., און ער שרייט חי וקים אז ברצות ה' קען מען יעצט באפרייט ווערן, אלעס ווענדט זיך אין אונזערע תפילות ותחנונים לפני אדון כל ברוך הוא.

דער קאלעגע ארעסטאנט וועמען מיר רופן "דער ליטוואק", איז באזונדער שטארק נתרגש געווארן פון דיזע רייד (אדער פון זיינע אייגענע מחשבות און געדאנקן), און ווי ערווענט האט ער אראפגעלייגט אזא הייסע שטילע שמונה עשרה אז מען האט געקענט זעהן ווי ער ווארפט זיך ממש פאר געוויין. וויבאלד מיר האבן אים געדארפט צו מנין, האט ער געווינקען מיט די האנט פאר'ן חסיד ווען ער האט שוין געהאלטן ביי 'יהיו לרצון', אבער ער האט ממשיך געווען צו וויינען מיט זוידיגע טרערן און אן איבערגעדעקטן טלית, ברענגענדיג אן התעוררות צו יעדן וואס האט נאר געבליקט אין זיין ריכטונג.

כמעשהו בשחרית כך מעשהו בנעילה, דער חסיד האט אראפגעלייגט א דאווענען באש להבת שלהבת אזש די ווענט האבן געדונערט. יעדע "י"ג מדות" איז פארגעזאגט געווארן מיט גרויס מתינות און כוונה, מיט די האפענונג שאינן חוזרות ריקם ווי דער הבטחה לויטעט. דער זייגער האט זיך פאראויסגערוקט, דער זמן מוצאי יום טוב איז געווען ארום 7:36, און איך האב שוין אנגעהויבן ווערן אביסל נערוועז זעהנדיג אז מען רעכט זיך דא אריינצוציען אין די נאכט אריין (מיר האבן געהאט רשות דארט צו זיין ביז אכטע אדער ניינע, אבער איך בין נישט געוואוינט צו אריינציען נעילה אפילו איין מינוט לענגער ווי זמן רבינו תם). מיינע ארומיגע האבן מיר פרובירט בארואיגן, אז אפילו אויב מען וועט יא ענדיגן צום זמן, וועל איך סייווי נישט אויספאסטן אזוי שנעל, זינט מען דארף נאך ארויסגיין צו קידוש לבנה, און יעדע זאך דויערט צייט, און ביז מען גייט אדורך די זיכערהייט און מען נעמט די זאכן וכו' וכו'. למעשה בין איך אבער געווען נערוועז, און עס האט מיר קיין סאך נישט געהאלפן...

מען האט אויסגעשריגן קבלת עול מלכות שמים האפנטליך די לעצטע מאל צווישן די טורמע ווענט, געזינגען דעם לעצטן קדיש תתקבל, געבלאזן שופר, און "דער בעל מוסף" איז צוריק צום עמוד צו זיין פאריעריגע חזקה פון "מעריב מוצאי יום הקדוש". נאך מעריב האט דער עולם צוזאמגענומען דעם שטוב, און זיך געשטעלט ביים ארויסגאנג צו מארשירן צום ארעסטאנטן הויף פאר קידוש לבנה. איינער פון אונז איז צוגעגאנגען צו א טיר בעפאר עס איז געעפנט געווארן, און דער חסיד האט אויפגעציטערט, "דא גייט מען נישט אפילו נאנט צו א פארמאכטע טיר! ווארט אויס ביז עס ווערט געעפנט און דאן קען מען אנהייבן שטעלן טריט אהין".

תשע"ט האבן מיר געטראפן א פארוואלקענטע הימל, און זייענדיג אזוי איבערגענומען פון דעם ספעציעלן אויף-די-מינוט-באקומענע ערלויבעניש צו זאגן קידוש לבנה האבן מיר הייס מתפלל געווען אז די לבנה זאל זיך כאטש באווייזן. למעשה איז עס ארויסגעקומען אויפ'ן זידיטשובער נוסח, אבער מיר האבן מחדש געווען מיט גרויס שמחה. תש"פ האבן זיך די וואלקענעס העפטיג צוזאמגענומען און נישט אדורכגעלאזט קיין משהו פון די לבנה שיין, האבן מיר נאך עטליכע מינוט ווארטן און קוקן געמוזט צוריקגיין צום 'בית המדרש' און טאנצן בלויז "האטס גע'פועל'ט אלעס גוטס" אן "טובים מאורות".

דער עולם איז געווען אויפגעהייטערט פונעם עבודת היום, און כאטש מען האט געהאלטן פאר'ן אויספאסטן, און ווי לענגער די טענץ פארציען זיך אלץ שפעטער וועט מען זיך טרעפן מיט'ן הבדלה כוס, האט מען געזינגען איין ניגון נאך די אנדערע, און זיך הערצליך געזעגנט פון די ארעסטאנטן ווי פון אלטע גוטע פריינט, מיט די האפענונג אז די קומענדיגע מאל וועלן מיר זיך שוין טרעפן אויף דער פריי, און הלואי טאקע אין ירושלים עיר הקודש מיט משיח צדקינו.

מען האט צוזאמגענומען די פאר זאכן וואס יעדער האט געהאט, ארויסמארשירט, געצייגט דעם בלויען זיגל ביים ספעציעלן מאשינקע, און ארויסגעלאזט געווארן צו די פרייע וועלט. יעצט האבן מיר אין די שנעלקייט זיך א לאז געטוהן איבער אונזערע צוויי לאקערס, ארויסגענומען די מוקצה זאכן, (אונטערגעשריבן דעם באזוכער בוך?), און געפלויגן צו אונזערע צוויי קארס אינעם פארקינג לאט. (תשע"ט: איינער פון אונז איז געווען גאר אפגעשוואכט פונעם תענית, און געמוזט קויפן א פלעשעלע וואסער ביים ווענדינג מאשין אויפ'ן וועג ארויס און אויסטרונקן בעפאר הבדלה).

אנקומענדיג אינעם מאביל האט מען ב"ה געפונען דעם "נר ששבת", אבער פון גרויס איילעניש האב איך תיכף נאך "בורא פרי הגפן" אנגעהויבן די ברכה פון "המבדיל". ווען מען האט מיך דערמאנט, האב איך געזאגט "ברוך שם" (ווייל די כוונה ביים אנהייבן די ברכה איז געווען אויף צו ענדיגן 'המבדיל'), געמאכט א "בורא מאורי האש" און דערנאך ממשיך געווען מיטן "המבדיל".

מיר האבן זיך אלע אראפגעזעצט איבער פיינע מזונות און פרישע הייסע קאווע וואס מען האט דארט צוגעגרייט ("דער בעל מנחה" האט געברענגט א קליינע פערקיולעיטאר מיט אלע צוגעהערן פון א פיינע קאווע), און דאן האט מען זיך אין גרויס איילעניש צוזאמגעפאקט די פריוואטע חפצים אריין אין די רענצלעך/זעקלעך, און מען האט זיך ארויסגעלאזט אין וועג.

מיין דרייווער "דער שאופער" האט זיך געאיילט קיין וויליאמסבורג, איז געבליבן אז איך וועל פארן מיט'ן מאביל ביז מען טרעפט זיך אונטערוועגנס ביי אן אפשטעל פונקט מיט עטליכע אינגעלייט פון קרית יואל וואס וועלן דאס אפפירן צו זייער סטאנציע, און פון דארט וועט מיך "דער זוהן פונעם חסיד" צופירן קיין מאנסי.

"דער וואלונטיר" האט געטריבן איין מאביל און "דער בעל מנחה" די אנדערע (אזוי ווי ביים קומען), איך האב מיך באקוועם געמאכט אין פאדערשטן זיץ נעבן "דער בעל מנחה", ביי די קאווע האלטערס צווישן אונז האב איך פלאצירט די צוויי ברענענדיגע געזונטע ליכט... עס איז געווען א מחזה הוד צו זעהן א טונקעלע פאנאראמע און בלויז צוויי וואקסענע ליכט ווארפן העלע שטראלן איבער'ן האריזאנט. (ווען איך בין שפעטער אריבער צו די קאר פון "דער זוהן פונעם חסיד", זענען די ליכט געבליבן אינעם מאביל. כ'קען מיך בלויז פארשטעלן אז זיי האבן אפגעענדיגט אויפ'ן טראטואר... אבער אני את נפשי הצלתי, איך האב פרובירט צו לאזן ברענען די געזונטע ליכט ווי דער מנהג...)

מען איז די גאנצע צייט געווען פארבינדן טעלעפאניש מיט'ן אנדערן מאביל און די וואלונטירן פון קרית יואל, און נאך א וויילע פארן האט מען זיך אריינגעצויגן אין א ריזיגע שטח וואס דינט אלס פארקירונג ארט פאר טרעילערס א.ד.ג., דארט מען געווארט אפאר מינוט אז די חברה זאלן אנקומען. בשעת מעשה האט מען אביסל צוגעענדיגט דעם שמועס מיט "דער וואלונטיר", און געהערט פון אים נאך אפאר מעשה'לעך איבער זיין עסקנות פאר אידן אין תפיסה. צווישן אנדערע האט ער אונז דארט מיטגעטיילט וואו ער האלט מיט'ן פארשאפן די ד' מינים פאר אחב"י אין טורמע, וויפיל סעטס ער דארף האבן, און וועלכע נדבנים העלפן אים געווענליך דערמיט.

"דער זוהן פונעם חסיד" איז אנגעקומען מיט זיין ברודער און נאך א גוטע פריינט זייערער, אויך א אינגעלע האט זיך מיטגעכאפט מיט דעם ברודער, א קופקעלע האט זיך געשטעלט שמועסן תחת כיפת השמים (איינער האט פאררייכערט א ציגארעטל), און נישט לאנג דערויף בין איך געזיצן אין קאר און געווען אויפ'ן וועג קיין מאנסי. "דער זוהן פונעם חסיד" האט מיך אראפגעלייגט פארנט פון מיין הויז, און איך בין ארויף אין די דירה מיט'ן גרויסן רענצל און באגריסט די גאנצע געזונדל, הערנדיג און זעהנדיג א באריכט פונעם פארלאפענעם געהויבענעם טאג און ווי גרינג אדער שווער יעדער האט געפאסט.

זאלן מיר אלע האבן גע'פועל'ט אלעס גוטס, יעדער איינער וואו אימער ער האט געדאווענט, און שטייענדיג יעצט אינמיטן די ימי החנוכה (טייערע טאגבוך: געווענליך בין איך נישט אזוי פארשלעפט, אבער דו ווייסט גוט ווי פארנומען – ב"ה – איך בין געווארן די לעצטע צייטן, ממילא פריי דיך אז איך האב דיך בכלל צוגעענדיגט...) וואס עס איז דער גמר החותם לויט אונזערע הייליגע ספרים, קען מען זיך וואונטשן א "גמר חתימה טובה", און מיר זאלן אלע אויסגעלייזט ווערן פונעם גלות הפרטי און גלות הכללי בקרוב דידן אמן!

(צוגעלייגט א פד"ף אינעם ערשטן תגובה פונעם אשכול, עס ענטהאלט אלע חלקים שיין אויסגעשטעלט - תשואת חן פאר ... וואס האט דאס מסדר געווען)
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13953
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

Re: טאגבוך: יום הקדוש אין תפיסה - לעצטע טייל ארויף, אויך פד"ף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

פאר איך ליין ווייטער
איך האב שוין געוואלט פרעגן פריער
עפעס קוקט אויס א סתירה וועגן די מעשה מיט די שטריימל ווער סאיז יא געגאנגען און ווער נישט ביים ערשטן טייל
קען זיין דו רעדטס דארט פון תשע"ט?
אוועטאר
מארגן
שר האלף
תגובות: 1444
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 29, 2020 4:24 pm

Re: טאגבוך: יום הקדוש אין תפיסה - לעצטע טייל ארויף, אויך פד"ף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מארגן »

זייער אינטערעסאנט א גרויסן שכח פארן טאגבוך און פארן פד"ף זייער אינטערעסאנט צו ליינען איך ווארט אויף די קומעדיגע טאגבוך
אויב די ווילסט מיר עפעס זאגן ציטיר מיר
[email protected]
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 29816
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: טאגבוך: יום הקדוש אין תפיסה - לעצטע טייל ארויף, אויך פד"ף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

פאטאקי08 האט געשריבן: פאר איך ליין ווייטער
איך האב שוין געוואלט פרעגן פריער
עפעס קוקט אויס א סתירה וועגן די מעשה מיט די שטריימל ווער סאיז יא געגאנגען און ווער נישט ביים ערשטן טייל
קען זיין דו רעדטס דארט פון תשע"ט?

יא, תשע"ט זענען 2 חברה געגאנגען אין שטריימלעך, יענע 2 זענען נישט מיטגעקומען תש"פ, ווען נאר איך האב געטראגן א שטריימל
אוועטאר
יש בו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4474
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

Re: טאגבוך: יום הקדוש אין תפיסה - לעצטע טייל ארויף, אויך פד"ף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש בו »

wow
א מעסיוו זשאב,

געקאסט א שמייכל, ספעציעל ביים מוצאי'דיגען ציגארעטל,

ס'בלייבט נאר איבער צו ווינטשן, אז איר זאלט זוכה זיין צו אלע השפעות טובות פונעם אייבערשטען,
ווי אויך זאלט איר קענען משפיע זיין פאר אנדערע,
The Divided States Of America
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15042
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

Re: טאגבוך: יום הקדוש אין תפיסה - לעצטע טייל ארויף, אויך פד"ף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

דאכצעך מיר אז מעיקר הדין מעג מען טרינקען וואסער פאר הבדלה נאר ע"פ אר"י זאל מען נישט

זאל דער אויבערשטער העלפן אז דאס יאר זאל מען פראווען דעם הייליגן טאג אין ירושלים צוזאמען מיט גאנץ כלל ישראל און אין די מיענטיים זאל דיר דער זכות ביישטיין
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
אוועטאר
Amazing
שר שלשת אלפים
תגובות: 3105
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 29, 2016 9:09 pm

Re: טאגבוך: יום הקדוש אין תפיסה - לעצטע טייל ארויף, אויך פד"ף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Amazing »

יישר כח זייער אינטערסאנט, הערשט יעצט מיין איך כאפ איך ווער די וואלונטיר איז ווען דו דערמאנסט אז ער שאפט די ד' מינים

וועגען דיין ברכת המבדיל און ברוך שם איז מיר אינטערעסאנט וואס די הלכה זאגט אין אזא פאל היות ברכת בורא מאורי איז נישט מעכב איז אפשר וואלט מען געדארפט ענדיגן הבדלה און הערשט דערנאך זאגן די ברכת מאורי
לעצט פארראכטן דורך Amazing אום מיטוואך יולי 29, 2020 9:51 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
א'מונה ב'טחון ג'עלט
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 18069
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: טאגבוך: יום הקדוש אין תפיסה - פערטער טייל ארויף מוצש"ק חזון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

לכאורה האט געשריבן:
זעקסטער און לעצטער טייל


אנקומענדיג אינעם מאביל האט מען ב"ה געפונען דעם "נר ששבת", אבער פון גרויס איילעניש האב איך תיכף נאך "בורא פרי הגפן" אנגעהויבן די ברכה פון "המבדיל". ווען מען האט מיך דערמאנט, האב איך געזאגט "ברוך שם" (ווייל די כוונה ביים אנהייבן די ברכה איז געווען אויף צו ענדיגן 'המבדיל'), געמאכט א "בורא מאורי האש" און דערנאך ממשיך געווען מיטן "המבדיל".

עי' שו"ע או"ח סי' ר"ט 'ויש אומרים שאם לקח כוס שכר או מים וסבור שהוא של יין ופתח ברוך אתה ה' אלהינו מלך העולם על דעת לומר בורא פרי הגפן ונזכר שהוא שכר או מים וסיים שהכל יצא (היינו אע"ג דבשעה שהזכיר שם ומלכות שהוא עיקר הברכה היה דעתו על ברכה שאינה ראויה לאותו המין כלל אפ"ה כיון שחתימת הברכה הזכיר בפיו כהוגן יצא בדיעבד -מ"ב סק"ג)'.
און אין מ"ב (סק"ב) וי"א שאם לקח וכו' - וכן הלכה.
חוח בין השושנים האט געשריבן:
עס איז איבערמארגן אין אמעריקע
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 18069
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: טאגבוך: יום הקדוש אין תפיסה - פערטער טייל ארויף מוצש"ק חזון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

אוראייניקל האט געשריבן:
לכאורה האט געשריבן:
זעקסטער און לעצטער טייל


אנקומענדיג אינעם מאביל האט מען ב"ה געפונען דעם "נר ששבת", אבער פון גרויס איילעניש האב איך תיכף נאך "בורא פרי הגפן" אנגעהויבן די ברכה פון "המבדיל". ווען מען האט מיך דערמאנט, האב איך געזאגט "ברוך שם" (ווייל די כוונה ביים אנהייבן די ברכה איז געווען אויף צו ענדיגן 'המבדיל'), געמאכט א "בורא מאורי האש" און דערנאך ממשיך געווען מיטן "המבדיל".

עי' שו"ע או"ח סי' ר"ט 'ויש אומרים שאם לקח כוס שכר או מים וסבור שהוא של יין ופתח ברוך אתה ה' אלהינו מלך העולם על דעת לומר בורא פרי הגפן ונזכר שהוא שכר או מים וסיים שהכל יצא (היינו אע"ג דבשעה שהזכיר שם ומלכות שהוא עיקר הברכה היה דעתו על ברכה שאינה ראויה לאותו המין כלל אפ"ה כיון שחתימת הברכה הזכיר בפיו כהוגן יצא בדיעבד -מ"ב סק"ג)'.
און אין מ"ב (סק"ב) וי"א שאם לקח וכו' - וכן הלכה.

שבתי וראיתי אז ס'איז נישט אזוי פשוט, ווייל דא איז געווען די כוונה אנצוהייבן אינגאנצן אן אנדערע ברכה, אבער למעשה נעמען די פוסקים (אשל אברהם-בוטשאטש שם, און מ"ב סי' ח') אהן אז הוא הדין ווען די כוונה איז געווען צו מאכן אן אנדערע ברכה, אויב מ'האט שוין געזאגט אלוקינו (וואס מ'קען מער נישט ענדיגן למדני חוקיך) זאל מען ממשיך זיין מיט'ן ברכה וואס מ'דארף יעצט זאגן, און נישט זאגן ברוך שם.

הגם דער פסק"ת מוטשעט זיך מיט דעם פון א לשון אין שו"ע (און אין די הערות ברענגט ער א ישוב פון וזאת הברכה, אז נאר ביי ברכת המצוות איז דין אזוי), אבער אין אוצר הלכות נעמט ער אזוי אהן בפשיטות..
לעצט פארראכטן דורך אוראייניקל אום מיטוואך יולי 29, 2020 8:23 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
חוח בין השושנים האט געשריבן:
עס איז איבערמארגן אין אמעריקע
קרייסלער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4608
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע:אויפן ראוד

Re: טאגבוך: יום הקדוש אין תפיסה - לעצטע טייל ארויף, אויך פד"ף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרייסלער »

שטיי מיר יעצט שוין נענטער ווי ווייטער, מיט א האפענונג אז סזאל זיין עליה השלם און לכאורה זאל מער נישט האבן וואס צו שרייבן
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים

מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”