Re: זכרונות און היסטוריה פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק
אדער פריער
די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער
מצפים האט געשריבן: די ישיבה הייבט זיך אהן ביים ערשטן יארגאנג ישיבה גדולה
אדער פריער
Iphone האט געשריבן: Please add more
לאכטס האט געשריבן: שווערע נייעס קומט אריין אז הרב הגאון רבי שמעי' סאלאמאן שליט"א מגי"ש 25 יאר גייט ארויס פון ישיבה
הלבלר בקולמסו האט געשריבן:לאכטס האט געשריבן: שווערע נייעס קומט אריין אז הרב הגאון רבי שמעי' סאלאמאן שליט"א מגי"ש 25 יאר גייט ארויס פון ישיבה
קראנט?
קע'ניש זיין.
לאכטס האט געשריבן: שווערע נייעס קומט אריין אז הרב הגאון רבי שמעי' סאלאמאן שליט"א מגי"ש 25 יאר גייט ארויס פון ישיבה
מיכל האט געשריבן:לאכטס האט געשריבן: שווערע נייעס קומט אריין אז הרב הגאון רבי שמעי' סאלאמאן שליט"א מגי"ש 25 יאר גייט ארויס פון ישיבה
ווי גייט ער?
שבתי בוים האט געשריבן: לדעתי, די סיבה פארוואס ער האט געהאט אזא קאנטראל איז ווייל ער האט נאר געהאט זיינע פאר זאכן וואס האט אים אינטערעסירט און אויב א בחור איז געווען גענוג קלוג נישט צו טרעטן אויף זיין הינער אויג, האט מען געקענט גרינג סורווייוון דעם טאג, אולי נאך אפילו לייכטער ווי אנדערע ישיבות.
שבתי בוים האט געשריבן: ר' לוי יצחק האט דערציילט ווי רבי יאנקעלע האט קיינמאל נישט געטרינקען חוץ לסוכה אפילו אין סיבור, סיידן איינמאל ווען ער איז געגאנגען באזוכן אן עלטערער צעבראכענעם רב, און יענער האט אים אויפגענומען אין שטוב, און ער האט נישט געוואלט אז יענער זאל זיך מטריח זיין און אים דארפן פירן אין דער סוכה, האט ער געטרינקען חוץ לסוכה.
קרעמער האט געשריבן: עס איז געווען אמאל חול המועד סוכות, און ר' יאנקעלע זי"ע איז ארויפגעגאנגען באזוכן אן אדמו"ר ישיש וואס האט געוואוינט אין אנטווערפן (נאכדעם וואס ר' משה אהרן רייך לרפו"ש האט זיך משדך געווען מיט יענעם רבי'נס א פלימעניצע). יענער רבי האט ליידער נישט געהאט קיין קינדער, און איז אויך געווען א לאמער ל"ע, שפאצירנדיג אויף איין הילצערנע פוס. ביים ארויסגיין צום באזוך האט ר' יאנקעלע אנגעזאגט אז קיינער זאל נישט מיטקומען מיט אים אויסער די גאר נאנטע משפחה, ווייל ער וויל נישט אז יענער רבי וואס האט שוין געפירט אן עדה פארן קריג אבער האט אלעס אנגעוואוירן זאל מקנא זיין דעם פשעווארסקער רבי'ן וואס שטאמט פון פשוט'ע אידן אז ער דרייט זיך מיט מער חסידים ווי אים.
אנקומענדיג צו יענעם רבי'ן אין שטוב, האט זיך יענער פארענטפערט אז עס איז אים שווער ארויסצוגיין אין סוכה ווייל מען דארף אדורכגיין א פענסטער און דאס איז א שווערע געשעפט פאר זיין הילצערנע פוס, אויף וואס ר' יאנקעלע האט אים בארוהיגט אז עס איז נישט קיין פראבלעם צו זיצן אין שטוב בשעת'ן באזוך. שפעטער האט מען אריינגעברענגט כיבוד, און ר' יאנקעלע האט געמאכט א ברכה און געטרונקן (אדער געגעסן א פרוכט) חוץ לסוכה! ביים ארויסגיין האט ער זיך אויסגעדרוקט "אין סיביר האב איך נישט קיין לעק וואסער געגעבן חוץ לסוכה, אבער איך האב געהאלטן אז ער וועט האבן חלישות הדעת אויב איך וועל נישט עסן ביי אים האב איך געגעסן אן עראי חוץ לסוכה" (געהערט אין אנטווערפן פון א מקור מוסמך, וועלכער האט צוגעגעבן אז ווען ער האט איבערדערציילט דעם עפיזאד פאר הרב אליעזר דוד פרידמאן שליט"א פון בעלזא-מכניווקא אין לאנדאן, האט ער זיך אויסגעדרוקט אז דאס איז א שענערע מעשה ווי צען מופתים).
איש ליזענסק האט געשריבן: לאור המצב האט זיך פארמירט א "וועד מקשיבי שיעורי הגאון ר' שמעי'" ווי א גרופע געניטע אינגעלייט ארבעטן צו פאראייביגן אלע שיעורי הגאון ר' שמעי' שליט"א וואס זענען געזאגט געווארן במשך די יארן לפונדק אחד, דעריבער ווערט געבעטן ווער עס האט משיעיריו בכתב אדער בע"פ זאל נעמען אן אקטיווע טייל אין די זיכוי הרבים און עס מיטטיילן אויף די אימעיל אדרעס [email protected] .
אזוי אויך קען מען זיך דארטן מעלדן מיט געדאנקן און הערות, ולמצוה גדולה יחשב.
בברכת כוח"ט ומזכי הרבים אין חטא בא על ידם.
שבתי בוים האט געשריבן: כבין געווען אייניגע וואכן צוריק ביי א חתונה און געזען די הייליגע ליזענסקער בחורים טאנצן הארא אויפ'ן שלש סעודות בילקע ניגון (וזכינו לראות בנים), געווען א קידוש ה' צו זען ווי לא נס ליחו ולא פג טעמו און נאך דא היינט א ישיבה וואס אנטהאלט א קבוצה פון געהויבענע ערליכע חסידישע בחורים אשרינו מה טוב חלקינו.
סטראקעס האט געשריבן: אקארשט געלעזט דעם גאנצן געהענגל אפאמאל...
איי... וואו נעמט מען די ביטער זיסע ליזענסקע יארן צוריק.. זכרונות
האב איך צופיל וואס צו שרייבן מיינעך אז כוועל בלייבן שטיל
בערל קראקאווער האט געשריבן: געווען א צייט וואס דער ליזענסקער רבי זז"ג האט אויסגעלערנט א שיינע חבד'סקער ניגון צו זינגען אויף אודה
ביי של"ס
איינער האט אפשר די ניגון אין באזיץ?
א דאנק