וואקאציע אין לענקעסטער פענסילוועניע - Lancaster, Pennsylvania (עמיש טאון)

קעטסקילס, פלארידע, און האטעלן לענגאויס אמעריקע

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

nemtudom
שר מאה
תגובות: 137
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 07, 2020 5:41 pm

וואקאציע אין לענקעסטער פענסילוועניע - Lancaster, Pennsylvania (עמיש טאון)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nemtudom »

בס"ד

אונזער זומער וואקאציע אין לענקעסטער, פענסילוועניע - Lancaster PA (עמיש טאון)

פון נ"י סיטי צו קרעיאלע פעקטארי – Crayola Facrtory Easton PA
אונז זענען ארויסגעפארן בשעטו"מ פון ניו יארק סיטי קיין פענסילוועניע מאנטאג פארמיטאג. מיר זענען געגאנגען קודם צו Crayola Factory, וועלכע געפונט זיך אין איעסטאן פענסילוועניע. היות מיר זענען אנגעקומען נאכמיטאג, איז עס שוין געווען פאר האלב פרייז.

די פעקטארי איז געווען געפאקט מיט היימישע משפחות, און ס'איז געווען עטליכע מנינים מנחה אויפן פלאץ.

אנגעקומען קיין לענקעסטער
פון דארט זענען מיר געפארן פאר בערך 2 שעה צו די אנדערע זייט פענסילוועניע, ביז מיר זענען אנגעקומען קיין לענקעסטער. כ'געדענק אז מיר האבן נישט געוואוסט אויב 'דאס איז עס טאקע', וויבאלד ארויס פונעם עקזיט איז די ראוד געווען זייער טונקל און ס'האט נישט אויסגעקוקט ווי א באזעסענע ישוב.

למעשה גלייך פונעם מעין ראוד נאכן פארן בערך 10 מינוט האט די זשי. פי. עס. געוויזן אז דא איז אונזער האטעל Wingate by Wyndham. מיר האבן איינגעטשעקט און געגאנגען צו אונזער צימער.

אונזער האטעל
ביים בוקן האטעל האבן מיר בעיקר פאקוסקירט עס זאל זיין נאנט צום אנגעגעבענעם שול, און נאנט צו די מעין אטראקציעס (וואס די פרטים איבער די ביהמ"ד און אטראקציעס האב איך אייגנטליך געטראפן אויפן וועלטל ( דא און דא !). מה' מצעדי גבר כוננו צו בוקן דעם א.ד. ספעציפישן האטעל, די פרייז איז געווען בערך 200$ סך הכל פאר צוויי נעכט.

די האטעל איז געווען זייער שיין, ריין, שטיל און בא'טעמ'ט. נישט עפעס ווער ווייסט וואס, אבער מ'קען עס אנרופן א שיינע 4 סטאר האטעל.

מיר האבן איינגעשטעקט דעם האט פלעיט וואס מיר האבן מיטגעברענגט, און אנגעווארעמט דאס עסן, וואס מיר האבן איינגעפאקט רעדי אין בעקעלעך אין בוטשער סטאר, פאר נאכטמאל.

דאס ביהמ"ד - מנינים - כשר'ע עסן
אינדערפרי בין איך געפארן צום אנגעגעבענעם ביהמ"ד, וועלכע איז געווען 12 מינוט פונעם האטעל. כ'האב מיך געראכטן צו טרעפן עפעס אזא יאנג איזרעאל סטייל, אדער א בית חב"ד. למעשה איז עס טאקע אן אלטע יאנג איזרעאל שול, אבער ס'האט געווירבלט מיט צענדליגע היימישע אינגעלייט, חסיד'ישע און ליטווישע, פון ניו יארק און ניו זשערסי און אלעם ארום.
אויסער די אפיציעלע אכט'ע מנין איז געווען נאך 2 צו גאר 3 מנינים. זייער בא'טעמ'ט און היימיש.

אינעם בנין הביהמ"ד איז דא אזא שטיקל גראסערי/קענטין מיט פילע ערליי מאכלים ומשקאות פון די היימיש'סטע קאמפעניס און השגחות, סיי געהעריגע עסן ווי מילכיגע פראדוקטן, ברויט און ראלס (כ'געדענק נישט צו פרישע אדער אין פריזער), און סיי נאש און סנעקס. אזוי אויך האט דער רב הקהלה (ר'? - געווען אינטערוויוט אין מאמענט א שטיק צייט צוריק איבער די מילך פארם וואס ער איז משגיח פאר כ"ק אדמו"ר מ'סקווירא שליט"א) פארקויפט היימישע הארטע קעז וכדומה.

Dutch Wonderland Amusement Park
נאכן דאווענען און פת שחרית אין האטעל צימער, האמיר זיך אריינגעזעצט אין קאר, אויפגעמישט דעם זשי. פי. עס. צו Dutch Wonderland און ויסעו!

ווי ערשטוינט זענען אונז געווען ווען ביז איין מינוט זענען אונז שוין דארט געווען! ס'האט זיך ארויסגעשטעלט אז דער האטעל איז בלויז א גאס אוועק קעגנאיבער דעם האטעל!

געפארקט די קאר, זיך געשטעלט אין ליין מיט די איינטריט טיקעטס וואס מיר האבן ארויסגעפרינט די נאכט בעפאר אינעם קליינעם האטעל קיאסק, און אריין!

עס איז א ריזיגע פלאץ מיט צענדליגע ריידס און אטראקציעס, אזוי אז אפילו עס דרייען זיך הונדערטער מענטשן איז עס אויסגעשפרייט אויף א גיגאנטישן שטח, ממילא פילט זיך עס גאנץ ליידיג.

דאס פלאץ פארמאגט ריידס פאר אלע עיזשעס, פון גאר קליינע קינדער און עלטערע קינדער ביז ערוואקסענע, א שטייגער ווי א 'טשעיר-לופט' און א 'מאנאראל' וואס פארט ארום דעם גאנצן פארק פון די הייעך. סקיי ריידס, ראולער קאוסטער, באמפינג קארס, עטליכע ערליי וואסער ריידס (נישט ממש אין וואסער מיט די חסרונות פון א וואסער-פארק ודוק, נאר) מיט שיפן וואס שלעפט זיך ארויף און פליט אראפ, אדער א רואיגערע שיף רייד, און נאך.

ס'איז כמעט נישט געווען קיין ליינס, און ביי געוויסע ריידס איז בכלל נישט געווען נאך מענטשן, און מיינע קינדער זענען געבליבן דערויף איינמאל און נאכאמאל און נאכאמאל ביז זיי זענען געווארן בארד...

נאך עטליכע שעה וואס מ'האט גוט אויסגענוצט, זעמיר צוריק אין האטעל פאר נאכטמאל, און דערנאך געגאנגען צום שול פאר מנחה מעריב.

Cherry Crest
די נעקסטע טאג זעמיר געגאנגען צו Cherry Crest . זייער א געשמאקע פלאץ צו בארדענען און קריכן, אלעס אויף א כמו נאטורליכע אופן, מיט שטרוי...

עס פארמאגט א פעדל קאר וואס די קינדער קענען אליין פארן דערמיט ארום און ארום פאר א גוטע 15-20 מינוט, א גרויסע 'קארן מעיז' (Corn Maze) וואו מ'שפאצירט ארום און מ'דארף טרעפן די וועג ארויס, און נאך אינטערעסאנטע געשמאקע אטראקציעס.

באזונדער האט עס אויך פארם חיות מיט וואס מ'קען זיך ארומשפילן, אויך אזא סארט 'גאו קאר' ארומצופארן. אינערהאלב דאס פלאץ קען מען אויך ארומפארן מיט א דאמפף-באן אדער נעמען א רייד מיט א באס ארום עמיש טאון.

לעת ערב איז געווען אין פארקינג לאט א גרויסע מנין מנחה מיט מסתמא בערך פופציג אידן בליעה"ר.

פון דארט זענען אונז אביסל ארומגעפארן די געסלעך וואו מ'זעט די עמיש איינוואינער מיט זייער פרימיטיווע לעבנסשטייגער און פערד און וועגענער, און דערנאך האבן מיר זיך ארויסגעלאזט אויפן וועג אהיים צוריק קיין ניו יארק סיטי, אנגעשעפט מיט פרישע כוחות פארן נייעם לערן יאר, און זיך צוגרייטן צום נייעם יאר הממשמש ובא.
----

מיר האבן נישט אזוי שטארק געקאווערט 'עמיש טאון' - עס זענען דא האטעלס ממש דערנעבן וואו מען קען מיטהאלטן דעם גאנצן לענסשטייגער מבוקר ועד ערב, און אויך טורס ארומצוגיין ביי די עמיש'ס, וואס מיר האבן נישט געטון.
למד לשונך לומר איני יודע (ברכות ד.)
Pardon my English, obviously I don't have now a Yiddish keyboard
nemtudom
שר מאה
תגובות: 137
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 07, 2020 5:41 pm

Re: זומער וואקאציע אין לענקעסטער, פענסילוועניע - Lancaster PA (עמיש טאון)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nemtudom »

פדפ
אטעטשמענטס
lancaster.pdf
(143.75 KiB) געווארן דאונלאודעד 344 מאל
למד לשונך לומר איני יודע (ברכות ד.)
Pardon my English, obviously I don't have now a Yiddish keyboard
נאך איינער

Re: זומער וואקאציע אין לענקעסטער, פענסילוועניע - Lancaster PA (עמיש טאון)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאך איינער »

זייער שיין באשריבן,

א גרויסער שכח
חלה
שר חמש מאות
תגובות: 586
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 13, 2014 5:24 pm
לאקאציע:אין דארף

Re: זומער וואקאציע אין לענקעסטער, פענסילוועניע - Lancaster PA (עמיש טאון)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלה »

איז אלעס אפען יעצט? אדער דעיס איז א באריכט פון פארגאגענע יאר?
nemtudom
שר מאה
תגובות: 137
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 07, 2020 5:41 pm

Re: זומער וואקאציע אין לענקעסטער, פענסילוועניע - Lancaster PA (עמיש טאון)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nemtudom »

חלה האט געשריבן: איז אלעס אפען יעצט? אדער דעיס איז א באריכט פון פארגאגענע יאר?

עטליכע יאר צוריק
למד לשונך לומר איני יודע (ברכות ד.)
Pardon my English, obviously I don't have now a Yiddish keyboard
דריידל
שר עשרת אלפים
תגובות: 10296
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: זומער וואקאציע אין לענקעסטער, פענסילוועניע - Lancaster PA (עמיש טאון)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

ווי קען זיין האסט אויסגעלאזט כאפן א רייד מיט א פערד און וואגן?

ביסט זיכיר אז די שול דארט איז יאנג איזראעל? איך האב דארט געדאווענט און איך געדענק נישט אזוי. ס'דא א חסידיש'ע איד וואס פירט די שול, מיט א מקוה און אויך איז דא א ישיבה דארט אויפצוהאלטן די מנין. איך מיין ס'נאר דא איין שול דארט, לכאורה רעדט מיר פון די זעלבע שול
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
nemtudom
שר מאה
תגובות: 137
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 07, 2020 5:41 pm

Re: זומער וואקאציע אין לענקעסטער, פענסילוועניע - Lancaster PA (עמיש טאון)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nemtudom »

דריידל האט געשריבן: ווי קען זיין האסט אויסגעלאזט כאפן א רייד מיט א פערד און וואגן?

ביסט זיכיר אז די שול דארט איז יאנג איזראעל? איך האב דארט געדאווענט און איך געדענק נישט אזוי. ס'דא א חסידיש'ע איד וואס פירט די שול, מיט א מקוה און אויך איז דא א ישיבה דארט אויפצוהאלטן די מנין. איך מיין ס'נאר דא איין שול דארט, לכאורה רעדט מיר פון די זעלבע שול

מ'רעדט פון די זעלבע שול, "אן אלטעיאנג איזרעאל שול", אבער טאקע יעצט ווערט עס געפירט דורך א היימישער איד, מקורו פון ב"פ, וועלכע ארבעט דארט אלס משגיח, און עס איז טאקע "זייער בא'טעמ'ט און היימיש".
אדרבה, ביטע צולייגן אייגענע עקספיריענס און דיטעילס ליהנות בהם בני אדם
למד לשונך לומר איני יודע (ברכות ד.)
Pardon my English, obviously I don't have now a Yiddish keyboard
תרנגול
שר שלשת אלפים
תגובות: 3382
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 04, 2009 11:33 am

Re: זומער וואקאציע אין לענקעסטער, פענסילוועניע - Lancaster PA (עמיש טאון)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרנגול »

זייער שיין.
נאך דא אזויפיל פלעצער צו גיין
אין עימיש אליינס א באנטש
קריידערס פארם איז א מוז צו גיין
ועוד
הנותן לשכוי בינה...
באקסער בוים
שר האלף
תגובות: 1866
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 31, 2017 12:41 pm

Re: זומער וואקאציע אין לענקעסטער, פענסילוועניע - Lancaster PA (עמיש טאון)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באקסער בוים »

שכח פאר אזוי שיין און קלאר באשרייבן דיין עקספיריענס
איך האב בכלל נישט קיין מיינונג איבער די נושא, ס'איז זשאסט געשריבן אין די וועלט אריין.
אוועטאר
שווערע שטופער
שר האלפיים
תגובות: 2078
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 04, 2017 5:28 pm

Re: זומער וואקאציע אין לענקעסטער, פענסילוועניע - Lancaster PA (עמיש טאון)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שווערע שטופער »

nemtudom האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן: ווי קען זיין האסט אויסגעלאזט כאפן א רייד מיט א פערד און וואגן?

ביסט זיכיר אז די שול דארט איז יאנג איזראעל? איך האב דארט געדאווענט און איך געדענק נישט אזוי. ס'דא א חסידיש'ע איד וואס פירט די שול, מיט א מקוה און אויך איז דא א ישיבה דארט אויפצוהאלטן די מנין. איך מיין ס'נאר דא איין שול דארט, לכאורה רעדט מיר פון די זעלבע שול

מ'רעדט פון די זעלבע שול, "אן אלטעיאנג איזרעאל שול", אבער טאקע יעצט ווערט עס געפירט דורך א היימישער איד, מקורו פון ב"פ, וועלכע ארבעט דארט אלס משגיח, און עס איז טאקע "זייער בא'טעמ'ט און היימיש".
אדרבה, ביטע צולייגן אייגענע עקספיריענס און דיטעילס ליהנות בהם בני אדם

איז דער ביהמ"ד אפן דעי יאר אדער צוליב דער מצב איז עס פארשפארט?
נעם דיינע תפילין אין גיי אהיים...
zevUP
שר מאה
תגובות: 202
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אפריל 20, 2010 2:57 pm

Re: זומער וואקאציע אין לענקעסטער, פענסילוועניע - Lancaster PA (עמיש טאון)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך zevUP »

Degel Israel Congregation
1120 Columbia Ave, Lancaster, PA 17603
(717) 392-0884

https://www.degelisrael.org/covid-19



איז דער ביהמ"ד אפן דעי יאר אדער צוליב דער מצב איז עס פארשפארט?[/quote]
אוועטאר
לעכטל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4171
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm
לאקאציע:ביד השי"ת

Re: זומער וואקאציע אין לענקעסטער, פענסילוועניע - Lancaster PA (עמיש טאון)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעכטל »

איך בין דארט געווען פאריאר, און האב זייער זייער הנאה געהאט, די נאטיר דארט איז געוואלדיג!
די בעסטע וועג אויסצורעכענען דיין צוקונפט, איז דורכ'ן עס מאכן... (פרעזידענט לינקאלן)
זאג א גוטס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3380
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2018 3:36 pm

Re: זומער וואקאציע אין לענקעסטער, פענסילוועניע - Lancaster PA (עמיש טאון)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאג א גוטס »

זייער שיין און קלאר געשריבן.

למעשה זענען די אלע אפן יעצט?
Porfavor
שר חמישים ומאתים
תגובות: 365
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 17, 2017 8:07 pm

Re: זומער וואקאציע אין לענקעסטער, פענסילוועניע - Lancaster PA (עמיש טאון)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Porfavor »

זאג א גוטס האט געשריבן: זייער שיין און קלאר געשריבן.

למעשה זענען די אלע אפן יעצט?


וואלט אויך געוואלט וויסן.

אויך געהאט געזען ערגעץ דא וועגן א פלאץ וואס האט קליינע הייזקעלעך אויף א פארעם סטייל אין לענקעסטער. איך וואלט זייער געוואלט זען די לינק כ'קען עס נישט אפירזוכן.

יישר כח
green sunday
שר האלף
תגובות: 1215
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 16, 2010 3:34 pm

Re: זומער וואקאציע אין לענקעסטער, פענסילוועניע - Lancaster PA (עמיש טאון)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך green sunday »

באקסער בוים האט געשריבן: שכח פאר אזוי שיין און קלאר באשרייבן דיין עקספיריענס
פאר צענטראלע נייעס אינערהאלב קהל יטב לב ד'סאטמאר שיקט אן אימעל צי בחצרות סאטמאר
פאר לאקאלע נייעס קליקט דא מודעות קהלינו סאטמאר קרית יואל קול הקהל סאטמאר וויליאסמבורג
קרית יואל וועכענטנליכע נייעס באריכט היימשטאט
אוועטאר
וואס עפעס?
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4261
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

Re: זומער וואקאציע אין לענקעסטער, פענסילוועניע - Lancaster PA (עמיש טאון)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס עפעס? »

Crayola האט דארט א פלאץ פאר באזיכער?
אוועטאר
Mister
שר חמש מאות
תגובות: 576
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 02, 2019 1:23 pm

Re: זומער וואקאציע אין לענקעסטער, פענסילוועניע - Lancaster PA (עמיש טאון)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Mister »

וואס עפעס? האט געשריבן: Crayola האט דארט א פלאץ פאר באזיכער?

וואס עפעס?
ער שרייבט 'אויפן װעג', סאיז ארום 2 שעה פאר לענקעסטער.
(איך האב אויך געסטאפט דארט אויפן װעג קיין לענקעסטער)
אוועטאר
Mister
שר חמש מאות
תגובות: 576
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 02, 2019 1:23 pm

Re: זומער וואקאציע אין לענקעסטער, פענסילוועניע - Lancaster PA (עמיש טאון)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Mister »

נאך צװיי פלעצער װאס איך האב באזיכט זייענדיג דארט.
טשו טשו בארן
(אינטערסאנט אפילו פאר ערוואקסענע)
פאטעיטא טשיפ פעקטארי
(יעדער האט הנאה געהאט)

געטראפן דא:
https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.p ... 5#p1498665

תרנגול האט געשריבן: גענומען פון א תגובה פון 7 יאר צוריק - אבער ס'איז דא נאך אסאך אסאך מער....
דורך leiby אום מאנטאג יולי 19, 2010 1:35 am
בקיצור, נאכדעם איז דא נעבן דעם א טשו טשו בארן, קען זיין מער אינטערסאנט פאר קינדער, (אדער אפילו פאר ערוואקסענע ) ס'איז א גאנצע ווילידזש נאר אין קלייין, ס'לוינט זיך צו כאפן א בליק,
http://www.choochoobarn.com/ http://www.800padutch.com/y/choochoobarn.html
Route 741 East
226 Gap Road, Strasburg, PA 17579
(717) 687-7911
אויך איז דא דארט א פאטעיטא טשיפ פעקטארי, http://www.herrs.com/SnackFactoryTours.html
איך בין נישט דארט געווען אבער אלע אידן וואס זענען דארט געווען זאגן אז ס'לוינט זיך אהין צו גיין,
שמחהלע
שר האלף
תגובות: 1632
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 10, 2018 12:50 pm

Re: זומער וואקאציע אין לענקעסטער, פענסילוועניע - Lancaster PA (עמיש טאון)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמחהלע »

שכוח איך האב פונקט געוואלט פלאנירן א 2 טעג מיט די משפחה אין לענקעסטער.
באזירט אויף די ביסעל ריסוירטזש וואס כ'האב געמאכט איז Dutch אין Cherry Crest אפען אבער מדערף מאכען רעזערוועישאנס פין פאראויס.
שמחהלע
שר האלף
תגובות: 1632
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 10, 2018 12:50 pm

Re: זומער וואקאציע אין לענקעסטער, פענסילוועניע - Lancaster PA (עמיש טאון)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמחהלע »

אגב Dutch האט יעצט 50% אראפ, אין זיי זענען פארמאכט דינסטאג אין מיטוואך.
מענדל
שר העשר
תגובות: 49
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 26, 2016 7:26 pm

Re: זומער וואקאציע אין לענקעסטער, פענסילוועניע - Lancaster PA (עמיש טאון)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מענדל »

האט איינער עקספיריענס איבער דינגען הייזער אויף AIRB&B אין לענקעסטער?
אלט שטאט
אנשי שלומינו
תגובות: 8
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 09, 2020 5:34 pm

Re: זומער וואקאציע אין לענקעסטער, פענסילוועניע - Lancaster PA (עמיש טאון)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלט שטאט »

קען איינער מיטטיילן וויאזוי א שבת גייט דארט צו און טאמער עס איז אינטערסאנט אהינצוגיין פאר א שבת?
איך גלייך צו אויספרובירן שבתים און פארשטיפטע מקומות אדער ישובים , א גרויסן שכח פון פאראויס, ווי אויך טאמער עמיצער האט איידיעס פון אנדערע מקומות ווי עס איז אינטערסאנט צו גיין פאר שבתים קען מיט טיילען ביטע
דאנקע שיינע
zevUP
שר מאה
תגובות: 202
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אפריל 20, 2010 2:57 pm

זומער וואקאציע אין לענקעסטער, פענסילוועניע - Lancaster PA (עמיש טאון)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך zevUP »

נאר וואס צוריקגעקומען פון lancaster PA
נאך דארט זיין מיט די משפחה פאר 3 טעג, זייער הנאה געהאט, חוץ פון דעם וואס דארט נישט די גרויסע פרעשור פון Covid19 אזוי ווי ביי אונז אין ניו יארק
יישר כח פאר אלע חברים פאר די אינפא.
אוועטאר
לעכטל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4171
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm
לאקאציע:ביד השי"ת

Re: זומער וואקאציע אין לענקעסטער, פענסילוועניע - Lancaster PA (עמיש טאון)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעכטל »

יעזורי האט אמאל געשריבן עטליכע בלעטער פון פלעצער אין לענקעסטער, איינער האט עס?!
די בעסטע וועג אויסצורעכענען דיין צוקונפט, איז דורכ'ן עס מאכן... (פרעזידענט לינקאלן)
אזוי צו אזוי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 327
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 23, 2012 3:45 pm

Re: זומער וואקאציע אין לענקעסטער, פענסילוועניע - Lancaster PA (עמיש טאון)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אזוי צו אזוי »

zevUP האט געשריבן: נאר וואס צוריקגעקומען פון lancaster PA
נאך דארט זיין מיט די משפחה פאר 3 טעג, זייער הנאה געהאט, חוץ פון דעם וואס דארט נישט די גרויסע פרעשור פון Covid19 אזוי ווי ביי אונז אין ניו יארק
יישר כח פאר אלע חברים פאר די אינפא.

קום אריין מיט פרטים, ווי אלטס האסטו באזוכט, ווי איז אפען?

וואס איז אינטערסאנט פאר קינדער?
שרייב תגובה

צוריק צו “וואקאציע”