זומער וואקאציע אין לענקעסטער, פענסילוועניע - Lancaster PA (עמיש טאון)
אונזער זומער וואקאציע אין לענקעסטער, פענסילוועניע - Lancaster PA (עמיש טאון)
פון נ"י סיטי צו קרעיאלע פעקטארי – Crayola Facrtory Easton PA
אונז זענען ארויסגעפארן בשעטו"מ פון ניו יארק סיטי קיין פענסילוועניע מאנטאג פארמיטאג. מיר זענען געגאנגען קודם צו Crayola Factory, וועלכע געפונט זיך אין איעסטאן פענסילוועניע. היות מיר זענען אנגעקומען נאכמיטאג, איז עס שוין געווען פאר האלב פרייז.
די פעקטארי איז געווען געפאקט מיט היימישע משפחות, און ס'איז געווען עטליכע מנינים מנחה אויפן פלאץ.
אנגעקומען קיין לענקעסטער
פון דארט זענען מיר געפארן פאר בערך 2 שעה צו די אנדערע זייט פענסילוועניע, ביז מיר זענען אנגעקומען קיין לענקעסטער. כ'געדענק אז מיר האבן נישט געוואוסט אויב 'דאס איז עס טאקע', וויבאלד ארויס פונעם עקזיט איז די ראוד געווען זייער טונקל און ס'האט נישט אויסגעקוקט ווי א באזעסענע ישוב.
למעשה גלייך פונעם מעין ראוד נאכן פארן בערך 10 מינוט האט די זשי. פי. עס. געוויזן אז דא איז אונזער האטעל Wingate by Wyndham. מיר האבן איינגעטשעקט און געגאנגען צו אונזער צימער.
אונזער האטעל
ביים בוקן האטעל האבן מיר בעיקר פאקוסקירט עס זאל זיין נאנט צום אנגעגעבענעם שול, און נאנט צו די מעין אטראקציעס (וואס די פרטים איבער די ביהמ"ד און אטראקציעס האב איך אייגנטליך געטראפן אויפן וועלטל ( דא און דא !). מה' מצעדי גבר כוננו צו בוקן דעם א.ד. ספעציפישן האטעל, די פרייז איז געווען בערך 200$ סך הכל פאר צוויי נעכט.
די האטעל איז געווען זייער שיין, ריין, שטיל און בא'טעמ'ט. נישט עפעס ווער ווייסט וואס, אבער מ'קען עס אנרופן א שיינע 4 סטאר האטעל.
מיר האבן איינגעשטעקט דעם האט פלעיט וואס מיר האבן מיטגעברענגט, און אנגעווארעמט דאס עסן, וואס מיר האבן איינגעפאקט רעדי אין בעקעלעך אין בוטשער סטאר, פאר נאכטמאל.
דאס ביהמ"ד - מנינים - כשר'ע עסן
אינדערפרי בין איך געפארן צום אנגעגעבענעם ביהמ"ד, וועלכע איז געווען 12 מינוט פונעם האטעל. כ'האב מיך געראכטן צו טרעפן עפעס אזא יאנג איזרעאל סטייל, אדער א בית חב"ד. למעשה איז עס טאקע אן אלטע יאנג איזרעאל שול, אבער ס'האט געווירבלט מיט צענדליגע היימישע אינגעלייט, חסיד'ישע און ליטווישע, פון ניו יארק און ניו זשערסי און אלעם ארום.
אויסער די אפיציעלע אכט'ע מנין איז געווען נאך 2 צו גאר 3 מנינים. זייער בא'טעמ'ט און היימיש.
אינעם בנין הביהמ"ד איז דא אזא שטיקל גראסערי/קענטין מיט פילע ערליי מאכלים ומשקאות פון די היימיש'סטע קאמפעניס און השגחות, סיי געהעריגע עסן ווי מילכיגע פראדוקטן, ברויט און ראלס (כ'געדענק נישט צו פרישע אדער אין פריזער), און סיי נאש און סנעקס. אזוי אויך האט דער רב הקהלה (ר'? - געווען אינטערוויוט אין מאמענט א שטיק צייט צוריק איבער די מילך פארם וואס ער איז משגיח פאר כ"ק אדמו"ר מ'סקווירא שליט"א) פארקויפט היימישע הארטע קעז וכדומה.
Dutch Wonderland Amusement Park
נאכן דאווענען און פת שחרית אין האטעל צימער, האמיר זיך אריינגעזעצט אין קאר, אויפגעמישט דעם זשי. פי. עס. צו Dutch Wonderland און ויסעו!
ווי ערשטוינט זענען אונז געווען ווען ביז איין מינוט זענען אונז שוין דארט געווען! ס'האט זיך ארויסגעשטעלט אז דער האטעל איז בלויז א גאס אוועק קעגנאיבער דעם האטעל!
געפארקט די קאר, זיך געשטעלט אין ליין מיט די איינטריט טיקעטס וואס מיר האבן ארויסגעפרינט די נאכט בעפאר אינעם קליינעם האטעל קיאסק, און אריין!
עס איז א ריזיגע פלאץ מיט צענדליגע ריידס און אטראקציעס, אזוי אז אפילו עס דרייען זיך הונדערטער מענטשן איז עס אויסגעשפרייט אויף א גיגאנטישן שטח, ממילא פילט זיך עס גאנץ ליידיג.
דאס פלאץ פארמאגט ריידס פאר אלע עיזשעס, פון גאר קליינע קינדער און עלטערע קינדער ביז ערוואקסענע, א שטייגער ווי א 'טשעיר-לופט' און א 'מאנאראל' וואס פארט ארום דעם גאנצן פארק פון די הייעך. סקיי ריידס, ראולער קאוסטער, באמפינג קארס, עטליכע ערליי וואסער ריידס (נישט ממש אין וואסער מיט די חסרונות פון א וואסער-פארק ודוק, נאר) מיט שיפן וואס שלעפט זיך ארויף און פליט אראפ, אדער א רואיגערע שיף רייד, און נאך.
ס'איז כמעט נישט געווען קיין ליינס, און ביי געוויסע ריידס איז בכלל נישט געווען נאך מענטשן, און מיינע קינדער זענען געבליבן דערויף איינמאל און נאכאמאל און נאכאמאל ביז זיי זענען געווארן בארד...
נאך עטליכע שעה וואס מ'האט גוט אויסגענוצט, זעמיר צוריק אין האטעל פאר נאכטמאל, און דערנאך געגאנגען צום שול פאר מנחה מעריב.
Cherry Crest
די נעקסטע טאג זעמיר געגאנגען צו Cherry Crest . זייער א געשמאקע פלאץ צו בארדענען און קריכן, אלעס אויף א כמו נאטורליכע אופן, מיט שטרוי...
עס פארמאגט א פעדל קאר וואס די קינדער קענען אליין פארן דערמיט ארום און ארום פאר א גוטע 15-20 מינוט, א גרויסע 'קארן מעיז' (Corn Maze) וואו מ'שפאצירט ארום און מ'דארף טרעפן די וועג ארויס, און נאך אינטערעסאנטע געשמאקע אטראקציעס.
באזונדער האט עס אויך פארם חיות מיט וואס מ'קען זיך ארומשפילן, אויך אזא סארט 'גאו קאר' ארומצופארן. אינערהאלב דאס פלאץ קען מען אויך ארומפארן מיט א דאמפף-באן אדער נעמען א רייד מיט א באס ארום עמיש טאון.
לעת ערב איז געווען אין פארקינג לאט א גרויסע מנין מנחה מיט מסתמא בערך פופציג אידן בליעה"ר.
פון דארט זענען אונז אביסל ארומגעפארן די געסלעך וואו מ'זעט די עמיש איינוואינער מיט זייער פרימיטיווע לעבנסשטייגער און פערד און וועגענער, און דערנאך האבן מיר זיך ארויסגעלאזט אויפן וועג אהיים צוריק קיין ניו יארק סיטי, אנגעשעפט מיט פרישע כוחות פארן נייעם לערן יאר, און זיך צוגרייטן צום נייעם יאר הממשמש ובא.
----
מיר האבן נישט אזוי שטארק געקאווערט 'עמיש טאון' - עס זענען דא האטעלס ממש דערנעבן וואו מען קען מיטהאלטן דעם גאנצן לענסשטייגער מבוקר ועד ערב, און אויך טורס ארומצוגיין ביי די עמיש'ס, וואס מיר האבן נישט געטון.