מיין אויפטרייסעלנדע ערפארונג מיט "גילו"!!!
ס'איז געווען א רעגעלער זונטאג, ווען די קאפ איז נאך אזוי פארשלאפן די מאגען ברענט נאך, די גאנצע מצב פילט צופארן, אויף ווי להכעיס בין איך (פונקט ווי יעדע זונטאג) אויף געשטאנען שפעט, איך האב מיר אויפגעכאפט איז שוין געווען ... נישט מער געדאכט, איך האב מיר אויפגעוועקט מיט די פארזויערטע געפיל, איך האב מיך שנעל צוגעיאגט איך וויל דאך נישט זיין שפעט, איך האב מיר געגעבן א טוע אן און אפילו אן מיין טעגליכע קאווע בין איך ארויס.
די אייזיגע ווינט האט מיר געשלאגען אין פנים, די קעלט גלייך ארויס פון ווארומע בעט איז פיין וואס איז אימדערטרעגליך, גיי איך מיך אזוי אויפן גאס מיט מיין טלית בייטל אין די הענט,
און פלוצלונג הער איך א הויכע פייפן, ממש ס'לעכערט די אויערן, איך האב פרובירט עס צו איגנארירן אבער ס'געט נישט אויף, איך האב קודם געמיינט אז ס'האט עפעס מיט מיין אויער אבער איך האב געזעהן אז יעדער ארום מיר אויפן גאס דרייט זיך ארום מיט ווינדער זיכען די מקור פאר די אימנארמאלע פייפעריי.
איך באגעגען מיין חבר יענקל גייענדיג קעגן איבער מיר, ער האט שוין געהאלטן נאך דאווענען, ער קיקט אויף מיט ווינדער פון ווי די קולות קומען, און ער זאגט מיר האלא אפשר איז דעיס די קול פון משיח איך האב געגעבן אזא האלבע זונטאגדיגע שמייכל און געוואלט ווייטער גיין, ווען איך האב איינגעזעהן אז ס'איז גארנישט קיין ווערטל.
די הכרה האט מיר פלוצלונג באפאלען אז יא ס'קען זיין אז די לאנג ערווארטעטע מינוט איז שוין אנגעקומען, מיט יעדע מינוט ווייטער אין פייף בין איך געווארן מער און מער זיכער מיט מיין הכרה, איך האב באשלאסן אז אויב ס'איז טאקע אזוי מוז איך לויפן אין מקווה, איך האב מיר גענומען לויפן אין מקווה, הגם בפנימיות האב איך נאך נישט געגלייבט אז דאס איז עס.
די מקווה איז געווען איבער געפילט מיט מענטשן פונקט ווי מיר, וואס האבען געהאט די זעלביגע געפיל אז אונז האלט מיר שוין ביי די גליקליכע מינוטן פון גאולה,.
ווען איך בין ארויס פון מקווה איז שוין די גאנצע גאס געווען אין כאאס, מענטשן זענען געשטאנען אין אלע גאסן פארפיינגט פון די הויכע פייפן, די האלבע עולם האט נאך נישט געגלייבט אז סאיז די שופר של משיח, איך בין שנעל אהיים אינפארמירן מיין רעבעצן, אויפן וועג איך האב דערזעהן א בארג מיט אלע כלים וכלים שונים ליגן פארשעמטע אויף די ערד, די היתעוררת האט מיר געכאפט און איך האב שנעל מצרף געווען מיין כלי צום הויפן.
איך קום אהיים נאר צו געוואר ווערן אז מיין ווייב איז שוין לאנג נישט דארט, אזוי האב איך געמיינט אבער ביז א מינוט האט זיך די טיר געעפענט און מיין ווייב קומט אריין מיט א שפיצעל!, זי איז זיך שנעל געגאנגען בארגען איינס, זעהט אויס פרויען האבען א שטערקער אמונה און זי האט שנעלער געכאפט די מצב דא.
מיר זענען שנעל ארויס אויף די גאסן און יעצט איז שוין נישט געווען ווי צו שטיין, אלעס איז געווען פיל מיט מענטשן יודן גוים קינדער, אלס איז געווען אויפן גאס, די גוים האבען געהאלטן און איין בליקן אויף זייערע טעלפאנען ווי כאילו פון דארט וועט אנקומען זייער ישועה, די נייעס נעצען זענען געווען אין שאק פונקט ווי יעדן, די פרעזעדענט האט געוואלט אדעסירן די פאלק אבער מען האט קיין קול נישט געקענט הערן פון די הויכע קול פון שופר, די פרעזעדענט האט ארויסגעשיקט א מעסיזש אז די זאך וועט גאר שנעל זיין אינטער קאנטראל און מ'באטראכט פארשידענע השערות וואס די קול איז, באריכטען האבן שוין געקומען פון די גאנצע וועלט אז ס'איז א אלוועלטליכע ערשיינונג.
ווי מער די צומישעניש ביי די גוים איז געווארן אלס מער איז די קלארקייט ביי די יודן געווארן, די היתעוררת וואס האט זיך אפגעטון קען מען נישט איבערגעבען פאר ס'איז נישט דארט געווען, אלע מענער האבען אוועקגעווארפען די כלים און זיך גענומען תשובה טוען בקול רם, די בכיות איז געווען עד לב השמים, יעדער האט זיך מתוודה געווען, געזאגט ווידו הגדול, און זיך מיתחנן געווען פאר תשובה.
די פרויען זענען געשטאנען איידל אינגאנצען אפגעזינדערט פון די מענער, זיי אלע האבען געהאט שפיצלעך אפען קאפ, די וואס נישט זענען נאך געווען פארנומען ארום לויפן שאפן ווי מ'קען בארגען, זיי האבען געוויינט שטילערהייט כדי צו בלייבן באשיידן, אבער אלע האבען געוויינט און תשובה געטון, אלע זענען געווען מיט לאנגע קליידער ביז דער ערד אין צניעות'דיגע ווי נאר די רעבעצנ'ס פלעגן גיין.
איך שטיי דארט אינדערמיט מיט געפילן וואס האבען נישט קיין רוה, איך בין אויפגעשטרומט ביזן סוף, צו איז עס עכט אדער גאר א חלום?!,
פלוצלונג פון די הימעל קומט א פינטעל צי גיין, יעדעמ'ס אויג הייבט זיך אויף, מען וויל באטראכטן וואס קימט, די גוים זענען מלא פחד אז ס'איז א וואפען, אבער די יודן שטייען מיט האף, ס'קומט שוין נענטער, מען זעהט שוין קלאר די דמות פו א ארימאן רייט אויף א אייזל, יעצט איז די היתרגשות ביים שפיץ, ס'איז קלאר די צייט איז געקומען, די פחד ביי די גוים ווערט שטערקער און די שמחה בי אונז ווערט נאר שטערקער.
אין די ערשטע פאר מינוט האט משיח מיט א אימענטשליכע קראפט איינגענומען די וועלט, אלע גוים האבן זיך אינטערטעניגט, איך ווייס אליין נישט ווי אזוי אבער ווען מיר זענען נאך געווען אויף די גאס איז שוין משיח געווען די קעניג פון די וועלט, אלע גוים לויפן זיך באהאלטן די מעכטיגע אמעריקע איז געפאלן אין ווייניגער ווי א מינוט.
פון אויבן פון די הימעל קומט אראפ צו שוועבן וואלקענעס, יא פונקט ווי די זיידעס האבען געזאגט איז אזוי געשעהן, וואלקענעס זענען אראפגעקומען און מיר זענען אריין אין די וואלקענעס, הגם וואלקענעס איז א ווייכע זאך אבער ס'האט אונז אויף געהויבן שנעלער ווי די שנעלסטע עראפלאן, מיר זענען געפלויגן געציילטע מינוטן און ס'האט אונז אראפ געלייגט אין הייליג לאנד, אין הייליג שטאט ירשלים...
מיינע געפילן וועקן זיך אויף ווען איך דערמאן זיך די גליקליכע געהויבענע געפיל וואס איז מיר באפאלן ווען איך האב באטרעטען ירשלים'ס ערד, א געפיל פון קדושה איז געווען אין די ליפט א געפיל וואס מ'קען נישט באשרייבן.
די ריכטגע שמחה האט זיך הערשט דעמאלס אנגעהויבן.
ס'האט זיך גענומען עפענען היילען פון די ערד, אין מענטשן זענען ארויסגעקראכן איינער זאגט ער קומט פון אוישוויץ און איינער פון דאכא, די אלע קדושים אין נפטרים זענען אויפגעשטאנען ווי פון שלאף, א ריזען מאסע פון מענטשן האבען ארויסגעשפראצט ווי פון די ערד, פלוצלנג זעה איך מיין עלטער באבע וואס ביים לעבן איז געווען פאלאזירט און יעצט איך זעה איר וואקען אויף צוויי פיס כאחד האדם, איך זאג איר באבי, און זי לאכט צוריק צו ציר מיט פרייד, פלוצלונג א יוד מיט א לאנגע בארד קומט צו צו מיר די ביסט .....? יא ענטפער איך אים, און איך ווינדער מיר פון ווי ער קען מיר, איך בין דיין עלטער עלטער זיידע, איך בין געווען ביי דיין ברית און חתונה, אההה דו ביסט יענע זיידע פון אלע מעשיות' פרעג איך מיט ווינדער? ער שמייכלט מיט גליק און ער באשטעטיגט.
די קולות פון פרייד וואס האט אנגעפילט די שטאט איז מיר שווער צו באשרייבן, יעדער האט זיך געטראפן מיט זיינע זיידעס און עלטער זיידעס, יתומים האבען געוויינט אויף די אקסלען פון זייערע טאטע און מאמעס, און ווי ווינדערליך אז קיינער האט אפילו נישט געכאפט די ווינדער אז אין די קליינטשיקע שטאט ירשלים זענען יעצט אימצאליגע יודן די לעבדיגע און פארשטארבענע, און ס'איז אפילו נישט געווען צושטיפט.
פון דער זייט איך זעה מאשירן מיט געבויגענע קעפ אלע דייטשן און עמלקים, זיי זענען געבינדן מיט אייזענער שטריק, און ווארטן מיט אנגסט פאר זייער גורל, איך זעה אז מען האט געטראפן אלטע נאצי וועכטער און מערדער און אפגעזעהן זייער עלטער האט מען זיי גענומען און אויפגהאנגען, נישט נאר זיי נאר אלע וואס האבען אלס געהאקט אויף אונז יודן און אונז פיינט געהאט זענען געווארן פארארטיילט צום טויט, אזוי האבן מיר דאן זיי אויסגעהארגט אלס נקמה פאר די רציחות, די כבוד צו הארגענען די נאציס איז געגעבן געווארן פאר זייער קרבנות וואס האבן שוין איצטער ווידער געלעבט.
איך בין נאך אלס באגייסטערט פונעם הערליכען בילד ווען פון הימעל; יא ממש פון הימעל איז אראפגעקומען א גאנצע בנין פון פייער, און זיך באזעצט אויפן הר המוריה, די פרייד געשריי ביים זעהן די בילד איז אימפארגעסליך, די קדושה וואס מען האט געפילט די ביטל זהמה איז געווען עפעס נישט פון די וועלט, איך האב מיך געשעמט פאר מיר אליין ווי איך האב נעכטן נאך געקענט האבען נארישע תאוות, די קלארקייט וואס מען האט געקריגן איז נישט צו פארשטיין נאר אויב מען איז קודם געווען אימקלאר, אלע אימגליקן פון די לעצטע צוויי טויזענט יאר איז מיר יעצט געווארן אזוי קלאר אז איך האב נישט געקענט פארשטיין וואס מיינע פליאות זענען געווען, איך האב מיך געפילט אויסגעלייטערט ווי א פריש געבוירען קינד.
פלוצלנג מען הערט א קול ''כהנים ארויף מען דארף ענק האבען'' איך האב מיר געפילט באקריוודעד איך האב געחאלישט צי קענען טוען עפעס אן עבודה אין בית המקדש, איך האב געקוקט מיט קנאה אויף די כהנים וואס ווערן אפגעשיידט צו העכערס, אבער פלוצלונג איז מיין שטחה געווארן גאנץ מען האט אויך געריפן די בבכורים, אןן איך בין דאך א בכור, די שמחה פון יענע מינוט ווען איך האב געכאפט אז איך גיי האבען א חלק אין די עבודה איז געווען די גרעסטע שמחה וואס איך האב נאר אמאל געהאט.
אין די זייט ווערט אויפגעשטעלט א הערליכע סוכה פון די הויט פון לויתן, אבער א סוכה וואס די וועלט האט נאך נישט געזעהן, ס'האט פלאץ פאר גאנץ כלל ישראל, די עסן האבען א טעם פון גן עידן ממש, א רוחניותדיגע געשמאק און עסן וואס איך האב נאך קיינמאל געפילט, אויבן אן זיצן די שבעה רויעים, אוי ווי זייער פנימער שיינעו,ן איך קען מיר נישט גענוג אנזעטיגן, ב''ה מ'האט זוכה געוונן צו זעהן משה רבינו, אה מיין הארץ איז פיל מיט גליק אז איך האב זוכה געווען צו זעהן די רבי פון כלל ישראל, איך ציפ מיך אליין צי זיכער מאכן אז איך בין אויף ווען איך זעה די דריי אבות, די טאטע'ס פון אונזער פאלק, אהרן הכהן מיט די שמונה בגדים, דוד מיט זיין מייסיטעטשע געשטאלט, און די צדיק יסוד עולם יוסף, מען זעהט ענדילך די אין וועמענס זכות מיר זענען אלס געווארן געהאלפן, די תענוג רוחני פון יענע סעודה איז ווערט שטארבן פאר, די אלע צרות וואס מיר זענען דורך אין גלות און אלע הנאות אויף וואס מיר האבען זיך איינגעהאלטן אלס איז ווערט געווען פאר די הנאה, די הנאה וועגט אלעס איבער.
די געפיל פון אחדות איז אזא זיסע געפיל, איך דריי מיך דא ארום און איך טרעף אידן וואס זענען געווען פארווארפן איבער די גאנצע וועלט, אלע קאלירן אלע מינים, מיליאנען יודן וואס זענען יעצט צוריקגעקומען צום שורש, און ווי ווינדערליך איך האב יעדן ליב אפילו אן זיי קענען, די געפיל פון אלעס איז איינס איז מיר און אונז מיחד מיט א אויסטערלישע כוח.
די זיסטע געפיל איז די געפיל פון אחד, אלע ספיקות זענען פארשווינדען געווארן, אלע קשיות זענען בטל געווארן, מען פילט ממש אז השם אחד ושמו אחד, מען פילט די באשעפער מיט א אויסטערלישע קלארקייט, די געפיל אז ס'איז נאר דא ער און קיינער מער אוז אזוי שטארק אז ס'הייסט אפילו נישט געגלייבט, ס'איז געוויסט, די שכונה איז בגילו...
און פון מיינע מחשבות איך האב מיר אויפגעוועקט..
לאמיר פשוט וויסען אויף וואס צו בעטן און האפן, אויף וואס צו ווארטן און ארויסקוקן, וויסן וואס מיר האבען פארלוירן, און וויסען די גוטס וואס ווארט אונז אפ אויב מיר האלטן זיך ערליך,
זאל השם העלפן מיר זאלן עס בקרוב דערלעבן, אין פריידן.
והיה ביום ההוא השם אחד ושמו אחד
מפתח ארטיקלען ----- מפתח פאעזיע
ווער עס וויל באקומען ווייטער ארטיקלען פון מיין קליינקייט אדער וויל מיר קאנטעקטן זאל מיר שרייבן צו מיין אימעיל
מיט פיל דאנק
[email protected]