מיין אויפטרייסעלנדע ערפארונג מיט "גילו"!!!

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
ניין און יא
שר האלף
תגובות: 1305
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג דעצעמבער 06, 2019 10:05 am

מיין אויפטרייסעלנדע ערפארונג מיט "גילו"!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניין און יא »

בס'ד

ס'איז געווען א רעגעלער זונטאג, ווען די קאפ איז נאך אזוי פארשלאפן די מאגען ברענט נאך, די גאנצע מצב פילט צופארן, אויף ווי להכעיס בין איך (פונקט ווי יעדע זונטאג) אויף געשטאנען שפעט, איך האב מיר אויפגעכאפט איז שוין געווען ... נישט מער געדאכט, איך האב מיר אויפגעוועקט מיט די פארזויערטע געפיל, איך האב מיך שנעל צוגעיאגט איך וויל דאך נישט זיין שפעט, איך האב מיר געגעבן א טוע אן און אפילו אן מיין טעגליכע קאווע בין איך ארויס.

די אייזיגע ווינט האט מיר געשלאגען אין פנים, די קעלט גלייך ארויס פון ווארומע בעט איז פיין וואס איז אימדערטרעגליך, גיי איך מיך אזוי אויפן גאס מיט מיין טלית בייטל אין די הענט,
און פלוצלונג הער איך א הויכע פייפן, ממש ס'לעכערט די אויערן, איך האב פרובירט עס צו איגנארירן אבער ס'געט נישט אויף, איך האב קודם געמיינט אז ס'האט עפעס מיט מיין אויער אבער איך האב געזעהן אז יעדער ארום מיר אויפן גאס דרייט זיך ארום מיט ווינדער זיכען די מקור פאר די אימנארמאלע פייפעריי.

איך באגעגען מיין חבר יענקל גייענדיג קעגן איבער מיר, ער האט שוין געהאלטן נאך דאווענען, ער קיקט אויף מיט ווינדער פון ווי די קולות קומען, און ער זאגט מיר האלא אפשר איז דעיס די קול פון משיח איך האב געגעבן אזא האלבע זונטאגדיגע שמייכל און געוואלט ווייטער גיין, ווען איך האב איינגעזעהן אז ס'איז גארנישט קיין ווערטל.

די הכרה האט מיר פלוצלונג באפאלען אז יא ס'קען זיין אז די לאנג ערווארטעטע מינוט איז שוין אנגעקומען, מיט יעדע מינוט ווייטער אין פייף בין איך געווארן מער און מער זיכער מיט מיין הכרה, איך האב באשלאסן אז אויב ס'איז טאקע אזוי מוז איך לויפן אין מקווה, איך האב מיר גענומען לויפן אין מקווה, הגם בפנימיות האב איך נאך נישט געגלייבט אז דאס איז עס.

די מקווה איז געווען איבער געפילט מיט מענטשן פונקט ווי מיר, וואס האבען געהאט די זעלביגע געפיל אז אונז האלט מיר שוין ביי די גליקליכע מינוטן פון גאולה,.

ווען איך בין ארויס פון מקווה איז שוין די גאנצע גאס געווען אין כאאס, מענטשן זענען געשטאנען אין אלע גאסן פארפיינגט פון די הויכע פייפן, די האלבע עולם האט נאך נישט געגלייבט אז סאיז די שופר של משיח, איך בין שנעל אהיים אינפארמירן מיין רעבעצן, אויפן וועג איך האב דערזעהן א בארג מיט אלע כלים וכלים שונים ליגן פארשעמטע אויף די ערד, די היתעוררת האט מיר געכאפט און איך האב שנעל מצרף געווען מיין כלי צום הויפן.

איך קום אהיים נאר צו געוואר ווערן אז מיין ווייב איז שוין לאנג נישט דארט, אזוי האב איך געמיינט אבער ביז א מינוט האט זיך די טיר געעפענט און מיין ווייב קומט אריין מיט א שפיצעל!, זי איז זיך שנעל געגאנגען בארגען איינס, זעהט אויס פרויען האבען א שטערקער אמונה און זי האט שנעלער געכאפט די מצב דא.

מיר זענען שנעל ארויס אויף די גאסן און יעצט איז שוין נישט געווען ווי צו שטיין, אלעס איז געווען פיל מיט מענטשן יודן גוים קינדער, אלס איז געווען אויפן גאס, די גוים האבען געהאלטן און איין בליקן אויף זייערע טעלפאנען ווי כאילו פון דארט וועט אנקומען זייער ישועה, די נייעס נעצען זענען געווען אין שאק פונקט ווי יעדן, די פרעזעדענט האט געוואלט אדעסירן די פאלק אבער מען האט קיין קול נישט געקענט הערן פון די הויכע קול פון שופר, די פרעזעדענט האט ארויסגעשיקט א מעסיזש אז די זאך וועט גאר שנעל זיין אינטער קאנטראל און מ'באטראכט פארשידענע השערות וואס די קול איז, באריכטען האבן שוין געקומען פון די גאנצע וועלט אז ס'איז א אלוועלטליכע ערשיינונג.

ווי מער די צומישעניש ביי די גוים איז געווארן אלס מער איז די קלארקייט ביי די יודן געווארן, די היתעוררת וואס האט זיך אפגעטון קען מען נישט איבערגעבען פאר ס'איז נישט דארט געווען, אלע מענער האבען אוועקגעווארפען די כלים און זיך גענומען תשובה טוען בקול רם, די בכיות איז געווען עד לב השמים, יעדער האט זיך מתוודה געווען, געזאגט ווידו הגדול, און זיך מיתחנן געווען פאר תשובה.

די פרויען זענען געשטאנען איידל אינגאנצען אפגעזינדערט פון די מענער, זיי אלע האבען געהאט שפיצלעך אפען קאפ, די וואס נישט זענען נאך געווען פארנומען ארום לויפן שאפן ווי מ'קען בארגען, זיי האבען געוויינט שטילערהייט כדי צו בלייבן באשיידן, אבער אלע האבען געוויינט און תשובה געטון, אלע זענען געווען מיט לאנגע קליידער ביז דער ערד אין צניעות'דיגע ווי נאר די רעבעצנ'ס פלעגן גיין.

איך שטיי דארט אינדערמיט מיט געפילן וואס האבען נישט קיין רוה, איך בין אויפגעשטרומט ביזן סוף, צו איז עס עכט אדער גאר א חלום?!,

פלוצלונג פון די הימעל קומט א פינטעל צי גיין, יעדעמ'ס אויג הייבט זיך אויף, מען וויל באטראכטן וואס קימט, די גוים זענען מלא פחד אז ס'איז א וואפען, אבער די יודן שטייען מיט האף, ס'קומט שוין נענטער, מען זעהט שוין קלאר די דמות פו א ארימאן רייט אויף א אייזל, יעצט איז די היתרגשות ביים שפיץ, ס'איז קלאר די צייט איז געקומען, די פחד ביי די גוים ווערט שטערקער און די שמחה בי אונז ווערט נאר שטערקער.

אין די ערשטע פאר מינוט האט משיח מיט א אימענטשליכע קראפט איינגענומען די וועלט, אלע גוים האבן זיך אינטערטעניגט, איך ווייס אליין נישט ווי אזוי אבער ווען מיר זענען נאך געווען אויף די גאס איז שוין משיח געווען די קעניג פון די וועלט, אלע גוים לויפן זיך באהאלטן די מעכטיגע אמעריקע איז געפאלן אין ווייניגער ווי א מינוט.

פון אויבן פון די הימעל קומט אראפ צו שוועבן וואלקענעס, יא פונקט ווי די זיידעס האבען געזאגט איז אזוי געשעהן, וואלקענעס זענען אראפגעקומען און מיר זענען אריין אין די וואלקענעס, הגם וואלקענעס איז א ווייכע זאך אבער ס'האט אונז אויף געהויבן שנעלער ווי די שנעלסטע עראפלאן, מיר זענען געפלויגן געציילטע מינוטן און ס'האט אונז אראפ געלייגט אין הייליג לאנד, אין הייליג שטאט ירשלים...

מיינע געפילן וועקן זיך אויף ווען איך דערמאן זיך די גליקליכע געהויבענע געפיל וואס איז מיר באפאלן ווען איך האב באטרעטען ירשלים'ס ערד, א געפיל פון קדושה איז געווען אין די ליפט א געפיל וואס מ'קען נישט באשרייבן.

די ריכטגע שמחה האט זיך הערשט דעמאלס אנגעהויבן.

ס'האט זיך גענומען עפענען היילען פון די ערד, אין מענטשן זענען ארויסגעקראכן איינער זאגט ער קומט פון אוישוויץ און איינער פון דאכא, די אלע קדושים אין נפטרים זענען אויפגעשטאנען ווי פון שלאף, א ריזען מאסע פון מענטשן האבען ארויסגעשפראצט ווי פון די ערד, פלוצלנג זעה איך מיין עלטער באבע וואס ביים לעבן איז געווען פאלאזירט און יעצט איך זעה איר וואקען אויף צוויי פיס כאחד האדם, איך זאג איר באבי, און זי לאכט צוריק צו ציר מיט פרייד, פלוצלונג א יוד מיט א לאנגע בארד קומט צו צו מיר די ביסט .....? יא ענטפער איך אים, און איך ווינדער מיר פון ווי ער קען מיר, איך בין דיין עלטער עלטער זיידע, איך בין געווען ביי דיין ברית און חתונה, אההה דו ביסט יענע זיידע פון אלע מעשיות' פרעג איך מיט ווינדער? ער שמייכלט מיט גליק און ער באשטעטיגט.

די קולות פון פרייד וואס האט אנגעפילט די שטאט איז מיר שווער צו באשרייבן, יעדער האט זיך געטראפן מיט זיינע זיידעס און עלטער זיידעס, יתומים האבען געוויינט אויף די אקסלען פון זייערע טאטע און מאמעס, און ווי ווינדערליך אז קיינער האט אפילו נישט געכאפט די ווינדער אז אין די קליינטשיקע שטאט ירשלים זענען יעצט אימצאליגע יודן די לעבדיגע און פארשטארבענע, און ס'איז אפילו נישט געווען צושטיפט.

פון דער זייט איך זעה מאשירן מיט געבויגענע קעפ אלע דייטשן און עמלקים, זיי זענען געבינדן מיט אייזענער שטריק, און ווארטן מיט אנגסט פאר זייער גורל, איך זעה אז מען האט געטראפן אלטע נאצי וועכטער און מערדער און אפגעזעהן זייער עלטער האט מען זיי גענומען און אויפגהאנגען, נישט נאר זיי נאר אלע וואס האבען אלס געהאקט אויף אונז יודן און אונז פיינט געהאט זענען געווארן פארארטיילט צום טויט, אזוי האבן מיר דאן זיי אויסגעהארגט אלס נקמה פאר די רציחות, די כבוד צו הארגענען די נאציס איז געגעבן געווארן פאר זייער קרבנות וואס האבן שוין איצטער ווידער געלעבט.

איך בין נאך אלס באגייסטערט פונעם הערליכען בילד ווען פון הימעל; יא ממש פון הימעל איז אראפגעקומען א גאנצע בנין פון פייער, און זיך באזעצט אויפן הר המוריה, די פרייד געשריי ביים זעהן די בילד איז אימפארגעסליך, די קדושה וואס מען האט געפילט די ביטל זהמה איז געווען עפעס נישט פון די וועלט, איך האב מיך געשעמט פאר מיר אליין ווי איך האב נעכטן נאך געקענט האבען נארישע תאוות, די קלארקייט וואס מען האט געקריגן איז נישט צו פארשטיין נאר אויב מען איז קודם געווען אימקלאר, אלע אימגליקן פון די לעצטע צוויי טויזענט יאר איז מיר יעצט געווארן אזוי קלאר אז איך האב נישט געקענט פארשטיין וואס מיינע פליאות זענען געווען, איך האב מיך געפילט אויסגעלייטערט ווי א פריש געבוירען קינד.

פלוצלנג מען הערט א קול ''כהנים ארויף מען דארף ענק האבען'' איך האב מיר געפילט באקריוודעד איך האב געחאלישט צי קענען טוען עפעס אן עבודה אין בית המקדש, איך האב געקוקט מיט קנאה אויף די כהנים וואס ווערן אפגעשיידט צו העכערס, אבער פלוצלונג איז מיין שטחה געווארן גאנץ מען האט אויך געריפן די בבכורים, אןן איך בין דאך א בכור, די שמחה פון יענע מינוט ווען איך האב געכאפט אז איך גיי האבען א חלק אין די עבודה איז געווען די גרעסטע שמחה וואס איך האב נאר אמאל געהאט.

אין די זייט ווערט אויפגעשטעלט א הערליכע סוכה פון די הויט פון לויתן, אבער א סוכה וואס די וועלט האט נאך נישט געזעהן, ס'האט פלאץ פאר גאנץ כלל ישראל, די עסן האבען א טעם פון גן עידן ממש, א רוחניותדיגע געשמאק און עסן וואס איך האב נאך קיינמאל געפילט, אויבן אן זיצן די שבעה רויעים, אוי ווי זייער פנימער שיינעו,ן איך קען מיר נישט גענוג אנזעטיגן, ב''ה מ'האט זוכה געוונן צו זעהן משה רבינו, אה מיין הארץ איז פיל מיט גליק אז איך האב זוכה געווען צו זעהן די רבי פון כלל ישראל, איך ציפ מיך אליין צי זיכער מאכן אז איך בין אויף ווען איך זעה די דריי אבות, די טאטע'ס פון אונזער פאלק, אהרן הכהן מיט די שמונה בגדים, דוד מיט זיין מייסיטעטשע געשטאלט, און די צדיק יסוד עולם יוסף, מען זעהט ענדילך די אין וועמענס זכות מיר זענען אלס געווארן געהאלפן, די תענוג רוחני פון יענע סעודה איז ווערט שטארבן פאר, די אלע צרות וואס מיר זענען דורך אין גלות און אלע הנאות אויף וואס מיר האבען זיך איינגעהאלטן אלס איז ווערט געווען פאר די הנאה, די הנאה וועגט אלעס איבער.

די געפיל פון אחדות איז אזא זיסע געפיל, איך דריי מיך דא ארום און איך טרעף אידן וואס זענען געווען פארווארפן איבער די גאנצע וועלט, אלע קאלירן אלע מינים, מיליאנען יודן וואס זענען יעצט צוריקגעקומען צום שורש, און ווי ווינדערליך איך האב יעדן ליב אפילו אן זיי קענען, די געפיל פון אלעס איז איינס איז מיר און אונז מיחד מיט א אויסטערלישע כוח.

די זיסטע געפיל איז די געפיל פון אחד, אלע ספיקות זענען פארשווינדען געווארן, אלע קשיות זענען בטל געווארן, מען פילט ממש אז השם אחד ושמו אחד, מען פילט די באשעפער מיט א אויסטערלישע קלארקייט, די געפיל אז ס'איז נאר דא ער און קיינער מער אוז אזוי שטארק אז ס'הייסט אפילו נישט געגלייבט, ס'איז געוויסט, די שכונה איז בגילו...



און פון מיינע מחשבות איך האב מיר אויפגעוועקט..

לאמיר פשוט וויסען אויף וואס צו בעטן און האפן, אויף וואס צו ווארטן און ארויסקוקן, וויסן וואס מיר האבען פארלוירן, און וויסען די גוטס וואס ווארט אונז אפ אויב מיר האלטן זיך ערליך,
זאל השם העלפן מיר זאלן עס בקרוב דערלעבן, אין פריידן.

והיה ביום ההוא השם אחד ושמו אחד
לעצט פארראכטן דורך ניין און יא אום זונטאג אוגוסט 02, 2020 8:34 pm, פארראכטן געווארן 3 מאל.
אקבל הערות והארות בשמחה והכרת הטוב אי"ה


מפתח ארטיקלען ----- מפתח פאעזיע


ווער עס וויל באקומען ווייטער ארטיקלען פון מיין קליינקייט אדער וויל מיר קאנטעקטן זאל מיר שרייבן צו מיין אימעיל
מיט פיל דאנק


[email protected]
אוועטאר
לייטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9048
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am
לאקאציע:אויפן לייטער

Re: א פייפעריי וואס ענדיגט זיך נישט?!! ( יא פאר שוואכע הערצער - נחמה )

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייטער »

שנעל דורך געלייענט בעסער געזאגט גע'סקענד נישט דורכגעלייענט יעדע ווארט ממש, זייער א הערליכע ארבעט פון א איד וואס איז משתוקק אויפן גאולה אויף א העכערע בחינה , שוין לאנג באמערקט אז @ניין און יא איז עפעס ספעציעל א תוכנפולע אינגערמאן, א שאד איך קען דיר נישט
מנחה מעריב'ל
שר חמש מאות
תגובות: 658
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 11, 2020 11:00 am
לאקאציע:אין בעק טאש פון דיין בר מצווה בחור'ל

Re: א פייפעריי וואס ענדיגט זיך נישט?!! ( יא פאר שוואכע הערצער - נחמה )

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מנחה מעריב'ל »

די מיסט סטאפן!!!
איך קען נישט מיט דיר. די האסט א טיפע מחשבה.
הוי. האסט מיר געמאכט זיך בענקען...
אוועטאר
ניין און יא
שר האלף
תגובות: 1305
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג דעצעמבער 06, 2019 10:05 am

Re: א פייפעריי וואס ענדיגט זיך נישט?!! ( יא פאר שוואכע הערצער - נחמה )

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניין און יא »

ווער סקען איז מכובד צו מאכן א בעסערע פ ד פ
אטעטשמענטס
נחמה.pdf
(112.99 KiB) געווארן דאונלאודעד 97 מאל
אקבל הערות והארות בשמחה והכרת הטוב אי"ה


מפתח ארטיקלען ----- מפתח פאעזיע


ווער עס וויל באקומען ווייטער ארטיקלען פון מיין קליינקייט אדער וויל מיר קאנטעקטן זאל מיר שרייבן צו מיין אימעיל
מיט פיל דאנק


[email protected]
Kollel
שר תשעת אלפים
תגובות: 9495
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

Re: א פייפעריי וואס ענדיגט זיך נישט?!! ( יא פאר שוואכע הערצער - נחמה )

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kollel »

ניין און יא האט געשריבן: בס'ד

צו איז עס עכט אדער גאר א חלום?!,

און פון מיינע מחשבות איך האב מיר אויפגעוועקט..

לאמיר פשוט וויסען אויף וואס צו בעטן און האפן, אויף וואס צו ווארטן און ארויסקוקן, וויסן וואס מיר האבען פארלוירן, און וויסען די גוטס וואס ווארט אונז אפ אויב מיר האלטן זיך ערליך,
זאל השם העלפן מיר זאלן עס בקרוב דערלעבן, אין פריידן.

והיה ביום ההוא השם אחד ושמו אחד

נישט גע'דאגה'ט יודען! עס וועט שוין באלד קיין חלום מער נישט זיין..
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!
Joel
שר האלף
תגובות: 1251
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 28, 2015 11:20 pm

Re: א פייפעריי וואס ענדיגט זיך נישט?!! ( יא פאר שוואכע הערצער - נחמה )

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Joel »

wow זייער א שיינע ארבעט זייער גוט ארויסגעברענגט . און וויפל אונז מיין מיר אז מיר קענען זיך פארשטעלן און חלעמען וואזוי עס גייט אויסקוקן דארף מען וויסן אז עס איז נישט מעגליך זיך צו פארשטעלן וואס עס גייט זיין און וואזוי עס גייט זיין ווען משיח וועט קומען. זאל דער באשעפער העלפן אז אונז זאל מיר בקרוב ממש זוכה זיין צו זעהן מיט די אויגן ביאת משיח צדקינו אמן
דייקן
שר חמש מאות
תגובות: 673
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 02, 2020 1:32 pm

Re: א פייפעריי וואס ענדיגט זיך נישט?!! ( יא פאר שוואכע הערצער - נחמה )

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דייקן »

מורא'דיג איז נישט די ווארט!
ס'כאפט אזא בענקעניש און שרעק, יא א שרעק, ווייל משיח קען דאך קומען יעדער ליאדע סעקונדע, און דאן וועט שוין זיין אביסל שפעט צו תשובה טאן און זיך נעמען צו מצוות ומעש"ט, ווייל דעמאלטס וועט עס שוין נישט זיין א נסיון, איז מען דארף אריינכאפען יעדער סעקונדע צו טאן מצוות ומעש"ט און זיך מתגבר זיין אויף די תאוות אא"וו, און דאן וועט מען ריכטיג האפען אויף משיח (ווייל מען וועט נישט האבען די פראבלעם אז טאמער משיח קומט בלייבט ער אויף זיין נידריגע מדריגה).
א דאנק הרב @ניין און יא (אויך פאר די אנדערע טרויערדיגע ארטיקלען פון ת"ב).
לעצט פארראכטן דורך דייקן אום מוצ"ש אוגוסט 01, 2020 10:03 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
ניין און יא
שר האלף
תגובות: 1305
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג דעצעמבער 06, 2019 10:05 am

Re: וואס איז די לעצטע זאך וואס איר ערווארט אין א אזא פאכמארעטע זונטאג???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניין און יא »

.
אקבל הערות והארות בשמחה והכרת הטוב אי"ה


מפתח ארטיקלען ----- מפתח פאעזיע


ווער עס וויל באקומען ווייטער ארטיקלען פון מיין קליינקייט אדער וויל מיר קאנטעקטן זאל מיר שרייבן צו מיין אימעיל
מיט פיל דאנק


[email protected]
אוועטאר
שמו
שר חמשת אלפים
תגובות: 5139
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

Re: וואס איז די לעצטע זאך וואס איר ערווארט אין א אזא פאכמארעטע זונטאג???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

ריין!!! געוואלדיג!!!
ציפית לישועה, מיט מער קאליר, און נענטער צו אונזער מחשבה.
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
זאג א גוטס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3375
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2018 3:36 pm

Re: מיין אויפטרייסעלנדע ערפארונג מיט "גילו"!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאג א גוטס »

הערליך שיין ארפאגעלייגט אזוי פילפארביג און געגועין'דיג!!
א-ווי נאר ניין און יא קען!
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6865
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע:נישט בשכנותנו

Re: מיין אויפטרייסעלנדע ערפארונג מיט "גילו"!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

מאסיוו!
אוועטאר
האלצשטיין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8067
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 17, 2020 11:09 am

Re: מיין אויפטרייסעלנדע ערפארונג מיט "גילו"!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האלצשטיין »

אוי ביסטו גוט!!!! ש'טא קיין ווערטער.

יעדע מאל וואס איך ליין דיינע ארטיקלען דערמאן איך מיר פון די בענקשאפט וואס דער ישמח משה זי"ע האט שטענדיג געהאט צו די גאולה
סיפורי צדיקים
שר האלף
תגובות: 1521
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 11, 2018 9:43 pm
לאקאציע:געווענליך אין מיין הויזן...

Re: מיין אויפטרייסעלנדע ערפארונג מיט "גילו"!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סיפורי צדיקים »

מורא'דיג האסטו מיר אויפגעוועקט מיינע געפילן, איך מוז זיך נעמען אין די האנט אריין איך וויל דאך נישט זיין א חוזק ווען משיח וועט אנקומען
(דרך אגב וואס איז פשט פון די קעפל מיין אויפטרייסלנדע ערפארונג מיט גילו???)
איך בין א שלהבת איד!!! viewtopic.php?t=65737
אוועטאר
ניין און יא
שר האלף
תגובות: 1305
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג דעצעמבער 06, 2019 10:05 am

Re: מיין אויפטרייסעלנדע ערפארונג מיט "גילו"!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניין און יא »

סיפורי צדיקים האט געשריבן: מורא'דיג האסטו מיר אויפגעוועקט מיינע געפילן, איך מוז זיך נעמען אין די האנט אריין איך וויל דאך נישט זיין א חוזק ווען משיח וועט אנקומען
(דרך אגב וואס איז פשט פון די קעפל מיין אויפטרייסלנדע ערפארונג מיט גילו???)

גילו השכינה
אקבל הערות והארות בשמחה והכרת הטוב אי"ה


מפתח ארטיקלען ----- מפתח פאעזיע


ווער עס וויל באקומען ווייטער ארטיקלען פון מיין קליינקייט אדער וויל מיר קאנטעקטן זאל מיר שרייבן צו מיין אימעיל
מיט פיל דאנק


[email protected]
אוועטאר
מי יודע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9100
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

Re: מיין אויפטרייסעלנדע ערפארונג מיט "גילו"!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

WOW
א געוואלדיגע שפראך

די וואך בין איך געווען ביי א דרשה פון הרה"ג ר' בערל טויבער שליט"א אין קרית יואל, ווי ער האט אראפגעלייגט די געפיל פון ביטול יצה"ר

ער האט אראפגעלייגט מיט זאפט ווי אזוי ס'האט אויסגעקוקט פאר ביטול יצרא דעבודה זרה, און וואסערע געפיל מ'האט זיך געשפירט נאכדעם וואס מ'האט עס מבטל געווען, ווען מ'זעהט איינעם היינט זיך בוקן צו א קלאץ, נעמט מען אים צו בי"ד? אדער מ'דיילט 911
אט אזוי גייט מען שפירן צו די אלע שמוץ נאך ביטול היצה"ר בביאת המשיח במהרה בימינו
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
שאראש-פאטאק
שר חמש מאות
תגובות: 955
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 20, 2019 10:25 pm

Re: מיין אויפטרייסעלנדע ערפארונג מיט "גילו"!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאראש-פאטאק »

זייער שיין געשריבן!!!
איך האב נאר א קאשיא מיט וועלעכע גוף גייט מען האבן אז איך בין א גולגול פון אשר בן יצחק נפטר י שבט תעג גיי איך באקומען זיין גוף? ווי גייט גייט גיין מיין גוף ? וועלעכע ווייב גייט מען האבן פון וועלעכע גולגול? גייט מען מעגען האבן מער פון איין ווייב ? וכי׳ וכי׳ וכי׳???
אוועטאר
בלא בלא בלא
שר האלף
תגובות: 1809
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 18, 2019 11:34 pm

Re: א פייפעריי וואס ענדיגט זיך נישט?!! ( יא פאר שוואכע הערצער - נחמה )

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלא בלא בלא »

לייטער האט געשריבן: זייער א הערליכע ארבעט פון א איד וואס איז משתוקק אויפן גאולה אויף א העכערע בחינה , שוין לאנג באמערקט אז @ניין און יא איז עפעס ספעציעל א תוכנפולע אינגערמאן

;l;p-;l;p-;l;p-
אוועטאר
maybeeynot
שר חמשת אלפים
תגובות: 5882
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע:ווי איך שטעק אריין מיין נאז

Re: מיין אויפטרייסעלנדע ערפארונג מיט "גילו"!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך maybeeynot »

יא אין יא סאיז א מעכטיגע ארטיקעל
אוועטאר
ניס קראכער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8990
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

Re: מיין אויפטרייסעלנדע ערפארונג מיט "גילו"!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניס קראכער »

פרינטער פרינט,
א מאסיווער ארטיקל לייק נעווער בעפאר!

כ'האף האסט נישט פארגעסן צו דאווענען שחרית נאכן זיך ערוועקן..
א הארטע ניסל קען מען צוקראכן, א ווייכע ניסל נישט! ער ווערט צוקוועטשט!
אוועטאר
וואס עפעס?
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4261
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

Re: מיין אויפטרייסעלנדע ערפארונג מיט "גילו"!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס עפעס? »

:gn:
מי יודע האט געשריבן: WOW
א געוואלדיגע שפראך

די וואך בין איך געווען ביי א דרשה פון הרה"ג ר' בערל טויבער שליט"א אין קרית יואל, ווי ער האט אראפגעלייגט די געפיל פון ביטול יצה"ר

ער האט אראפגעלייגט מיט זאפט ווי אזוי ס'האט אויסגעקוקט פאר ביטול יצרא דעבודה זרה, און וואסערע געפיל מ'האט זיך געשפירט נאכדעם וואס מ'האט עס מבטל געווען, ווען מ'זעהט איינעם היינט זיך בוקן צו א קלאץ, נעמט מען אים צו בי"ד? אדער מ'דיילט 911
אט אזוי גייט מען שפירן צו די אלע שמוץ נאך ביטול היצה"ר בביאת המשיח במהרה בימינו


איז דא ערגעץ געדריקט די דרשה אדער צו איבער הערן / זעהן ?
פעשען
שר חמש מאות
תגובות: 637
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 25, 2016 5:40 pm

Re: מיין אויפטרייסעלנדע ערפארונג מיט "גילו"!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעשען »

שאראש-פאטאק האט געשריבן: זייער שיין געשריבן!!!
איך האב נאר א קאשיא מיט וועלעכע גוף גייט מען האבן אז איך בין א גולגול פון אשר בן יצחק נפטר י שבט תעג גיי איך באקומען זיין גוף? ווי גייט גייט גיין מיין גוף ? וועלעכע ווייב גייט מען האבן פון וועלעכע גולגול? גייט מען מעגען האבן מער פון איין ווייב ? וכי׳ וכי׳ וכי׳???

וועם גייט דעמאלטס אינטערסירן די גוף בכלל??
אוועטאר
מארגן
שר האלף
תגובות: 1444
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 29, 2020 4:24 pm

Re: מיין אויפטרייסעלנדע ערפארונג מיט "גילו"!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מארגן »

איך האב נישט קיין ווערטער
אויב די ווילסט מיר עפעס זאגן ציטיר מיר
[email protected]
אוועטאר
בלא בלא בלא
שר האלף
תגובות: 1809
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 18, 2019 11:34 pm

Re: א פייפעריי וואס ענדיגט זיך נישט?!! ( יא פאר שוואכע הערצער - נחמה )

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלא בלא בלא »

ניין און יא האט געשריבן: ווער סקען איז מכובד צו מאכן א בעסערע פ ד פ
אטעטשמענטס
ניין און יא - אויפטרייסלנדער גילוי.pdf
(238.54 KiB) געווארן דאונלאודעד 87 מאל
אוועטאר
מארגן
שר האלף
תגובות: 1444
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 29, 2020 4:24 pm

Re: א פייפעריי וואס ענדיגט זיך נישט?!! ( יא פאר שוואכע הערצער - נחמה )

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מארגן »

בלא בלא בלא האט געשריבן:
ניין און יא האט געשריבן: ווער סקען איז מכובד צו מאכן א בעסערע פ ד פ

בלא בלא הערליך אפשר קענט איר מיך עס שיקן אויף אימעיל?
אויב די ווילסט מיר עפעס זאגן ציטיר מיר
[email protected]
אוועטאר
מארגן
שר האלף
תגובות: 1444
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 29, 2020 4:24 pm

Re: מיין אויפטרייסעלנדע ערפארונג מיט "גילו"!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מארגן »

איינער קען מיך שיקן די נייע pdf אויף אימעיל
[email protected]
אויב די ווילסט מיר עפעס זאגן ציטיר מיר
[email protected]
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”