זכרונות פון סאטמארער ישיבה גדולה אין קרית יואל
איך גלייב אז א רובא דמינכר דא זענן יוצאי ישיבת םאטמאר קר"י, איז דאך פאסיג צו עפענען א אשכול זכרונות
קודם אפאר פאקטן
רביה"ק זי"ע האט נאך געלייגט די אבן הפנה זומער תשל"ח
ר' יונה עסטרייכער האט געבויעט די ערשטע 2 בנינים לשם מצוה, יהא זכרו ברוך
די ישיבה האט זיך ארויסגעצויגן זומער זמן תש"ם, מיט רבינו מהר"א שליט"א אלס ראש הישיבה ומנהל, ר' מאטיל שטיין שליט"א (היינט אדמו"ר מפאלטיטשאן) סגן מנהל
תשמ"ב איז ר' מאטל געווארן מנהל און מהר"א ראש הישיבה עד היום הזה לאויש"ט
ר' מאטיל איז ארויס דאכט זיך אנהויב תשמ"ה
וועל מיר מכבד זיין דעם עולם צו אנהייבן פארציילן, איך וועל אריינווארפן מיינע צוויי צענט כפי ידיעתי