Re: זכרונות פון סאטמארער ישיבה גדולה אין קרית יואל
להחיות האט געשריבן:א גוטן האט געשריבן: איינגעשטעלטע פון מיינע צייטן וואס זענען שוין ליידער נישטא: הרה״ג ר׳ יונה פיליפ ז״ל הרה״ג ר׳ מרדכי דוד קאהן ז״ל הרה״ג ר׳ שמואל טייטלבוים ז״ל הרה״ג ר׳ אלי׳ סימאן ז״ל הרה״ג ר׳ זעליג שפילמאן ז״ל, הרה״ח ר׳ משה יוסף שווארץ ז״ל נאכט משגיח, פלעגט אסאך מאל לערנען הויך אויפן קול אינמיטן די נאכט, זיין זיסע שטימע איז צוגאנגען אין די ביינער. הרה״ח ר’ פנחס בעק ז״ל מילכיגע קעכער. יהא זכרם ברוך.
הגה"צ ר' אהרן קאהן ז"ל
יא, איך ווייס נישט וויאזוי איך האב געקענט פארגעסן פון מורי ורבי הגה״צ ר׳ אהרן קאהן ז״ל, א יוד א בעל מדריגה, יעדער בחור האט געהאט פאר אים דעם גרעסטן יראת הכבוד.