Re: די פאסט מייסטער סעמאטוכע / וואלן דורך די פאסט
הענדימען האט געשריבן:מטעמים האט געשריבן: דיין ביזנעס וואלסטו נישט געלאזט דורעכגיין חדשים און יארען וואס דו ביזט אין א מיינוס חודש נאך חודש, וואלסט אנגעכאפט דיינע גרעסטע קאסטומערס וואס זענען געווארען ביליאנערן אויף דיין חשבון און געהעכערט זייערע פרייזען אזוי אז דו זאלסט צוריק אנפאנגען מאכען געלט, אנשטאט דעם מען נעמט טעקס פעיער געלטער צו העלפען די פאסט אפיס כדאי צו קענען אינטער שטיצען די ביליגע פרייזען וואס מען געט פאר בעזאס?!
איך בין אפשר נישט קאפיטאליסטיש געשטומט אבער קאמען סענס איז אויף מיין זייט.
נישט קיין געדולד מסביר צו זיין פארוואס דא איז אנדערש
אבער אודי לי מיהת אז די שפראך איז נישט בארעכטיגט
זאג נאר, וויפיל מאל און די לעצטע פאר יאר איז ארויף די פרייזן פאר די פשוטע המון עם און אמעריקע? דו מוזט נישט ענטפערן און דו דארפסט נישט וויסן, אבער עמעזאן איז נישט געווען אריינגערעכענט און די העכערונג, יעצט קומט א דריי מיט די גראבע פינגער, די גאנצע סיבה פאר העכערע פרייזן יעדע שני וחמישי, איז וועגן העכערע קאסטן, מדארף צאלן מער פאר ארבייטערס, מעינטענענס, גאזאלין, וכו'. אבער פארוואס דארף עס נאר די פשוטע מענטש באצאלן, פארוואס איז עמעזאן א יוצא מן הכלל? זיי האלטן און איין דערלייגן געלט, אפשר הייבסטו אן בעטן פון עמעזאן די נארמאלע קאסט און אפשר אפשר וועסטו אנהייבן זעהן רווחים? און דו ווייסט וואס נאך? א יעדע פארשטונקענע איבעי אדער אליבאבא סעללער פון טשיינע, צאלט אסאך ביליגער צו שיקן זייערע סחורה פון טשיינע אריין צו אמעריקע, וויפיל דו צאלסט צו שיקן פון ניו יארק ביז קאליפארניע, גענוג קלאר?