Re: די פאסט מייסטער סעמאטוכע / וואלן דורך די פאסט
הייליגער באשעפער איך בעט דיר העלף, איך זאל זוכה זיין צו זיין ביים רבין אויף ראש השנה. אומאן ראש השנה 🔥🔥
די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער
צל עובר האט געשריבן: פארוואס געבט מען קאנפידענדשעל אינפארמאציע פון א קאמפיין פאר א רוס?
די אבוויעס ענטפער איז ווייל ער העלפט דיר איין וועג אדער א צווייטע מיט דעם קאמפיין.
פון דעם רעד איך, און דו ביסט מגיב אויף מיינס א תגובה.
יש ברירה האט געשריבן:שמאטע האט געשריבן:יש ברירה האט געשריבן: מען טענה'ט זיך דא ארום איבער די אזויגערופענע שרעקליכע פראוד וואס גייט פאר ביי מעיל-אין-וואוטינג... און עס איז ממש קאמיש.
יעדער מיט אביסל שכל אין קאפ קען גלייך פארשטיין פארוואס טראמפ איז קעגן מעיל אין וואוטינג, ניין עס איז נישט צוליב וואס ער האט מורא פון פראוד, עס איז ווייל דעמעקראטן זענען היסטאריש שטערקער ווען עס קומט צו מעיל אין וואוטינג. טראמפ וויל נישט עס זאל זיין מעיל באלעטס ווייל ער האט מורא אז דאס וועט פירן צו מער דעמעקראטישע שטימעס.
אבער דאס קען ער נישט זאגן... וואס פארא סארט טענה איז דאס נישט צו ערלויבן מעיל אין וואוטינג ווייל די קעגנער האט דארט מער שטימען. דעריבער האט ער באשלאסן ארויסצוגיין אויף א קאמפיין אז מעיל אין וואוטינג איז פיל מיט פראוד דעריבער קען מען דאס נישט ערלויבן.
יעצט, אנשטאט וואס זיינע שטיצער זאל גלייך זען דעם דורכזיכטיגן שפיל האט מען דאס אנגענומען ווי א פאקט. מעיל אין וואוטינג האט אסאך פראוד! יעצט דארף מען נאר ברענגען ראיות אז ער איז גערעכט... דערווייל אן ערפאלג.
עס איז א שפיל.
זאגסטו סך הכל אז דאס איז א מיטל צו קענען געוואונען די וואלען.
נו, איז דאך פיין...
וועלכע פארטיי טוט דען נישט און זאגט נישט זאכן וואס איז נישט אמת אלעס כדאי צו קענען געוואונען? ס'איז א פעיר פלעיאינג פיעלד! יעדע פארטיי דרייט מיט די אמת וויאזוי עס שפילט זיי גוט.
לויט שמעון ראלניצקי'ס אפען מיינדעט דיסקאשען אויף קאלמע האבן גאר די דעמאקראטן 'וויסענדיג אז לא דובים ולא יער, אין כאן לא סקאנדאל ולא באמבע' אויפגעמאכט/אנגעמאכט די גאנצע אזויגערופענע 'פאסטמייסטער סקאנדאל' ניצענדיג האלבע און גאנצע אויפגעבאקענע/אויפגעבלאזענע/איינצעלנע 'פאקטן' מיטן ציל עס צו אויסניצען צו אויפברויזן און אפקילן טראמפ שטיצער אין די רורעל געגענטער (וואו לויט די סקאנדאל גייט די פאסט אפיס טויש די מערסטע אויסמאכן)...
די חילוק כאפט נאר אז די דעמעקראטן זענען דא פאר מער עקסעס און די רעפובליקאנער זענען דא פאר ווייניגער.
הגם ביידע האבן די זעלבע ציל איז שווער צו האבן טענות אויפן ערשטן, אבער דער צווייטער איז דא צו סופרעסן די וואוט. דאס איז שגץ שטיק.
צל עובר האט געשריבן: אפיציעל פון די יו עס פי עס.
יואל שרייבער האט געשריבן:צל עובר האט געשריבן: אפיציעל פון די יו עס פי עס.
וואס איז די גרויע ליניע, און וואס איז די רויטע ליניע?
יואל שרייבער האט געשריבן:צל עובר האט געשריבן: אפיציעל פון די יו עס פי עס.
וואס איז די גרויע ליניע, און וואס איז די רויטע ליניע?
פאליטקלי קארעקט האט געשריבן: FBI official says there is no evidence of coordinated mail-in voting fraud effort
https://thehill.com/policy/cybersecurit ... -in-voting
Bissli האט געשריבן:
פאליטקלי קארעקט האט געשריבן: Don Jr. robocall urges supporters to vote by mail
https://www.politico.com/news/2020/08/2 ... all-402503
אחת ואחת האט געשריבן:Bissli האט געשריבן:
זייער א גערעכטע פוינט. ווען עס קומט מיר אן צו שיקען איינעם אין די פאסט א הונדרעטער דרייט זיך מיר די קישקעס און איך ווארט שוין צו הערן אז עס דורך. און וויאזוי זאל מען זיי טראסטן מיט די וואלן? יעדער דעלוויערי שמויגער קען אריינשלייכען אלע וואטינג בעלעטס פון די בלאקס וואס ער נעמט צוזאם און די נענטסע גארביטש קען.
אמת, נארמאל ציטערט יעדער פון אזא זאך און די קאנסקעווענצען אויב כאפט מען אים, אבער לאו עכברא גנב אלא חורא גנב.
Five people who worked for DeJoy’s former business, New Breed Logistics, say they were urged by DeJoy’s aides or by the chief executive himself to write checks and attend fundraisers at his 15,000-square-foot gated mansion beside a Greensboro, N.C., country club. There, events for Republicans running for the White House and Congress routinely fetched $100,000 or more apiece.
Two other employees familiar with New Breed’s financial and payroll systems said DeJoy would instruct that bonus payments to staffers be boosted to help defray the cost of their contributions, an arrangement that would be unlawful.
“Louis was a national fundraiser for the Republican Party. He asked employees for money. We gave him the money, and then he reciprocated by giving us big bonuses,”said David Young, DeJoy’s longtime director of human resources, who had access to payroll records at New Breed from the late 1990s to 2013 and is now retired. “When we got our bonuses, let’s just say they were bigger, they exceeded expectations — and that covered the tax and everything else.”
Another former employee with knowledge of the process described a similar series of events, saying DeJoy orchestrated additional compensation for employees who had made political contributions, instructing managers to award bonuses to specific individuals.
“He would ask employees to make contributions at the same time that he would say, ‘I’ll get it back to you down the road,’ ” said the former employee, who, like others interviewed for this report, spoke on the condition of anonymity out of fear of retribution from DeJoy.
Rak Tov האט געשריבן: @KollelNiyes : BOOM: The FBI found multiple military mail-in ballots thrown out in a ditch in Pennsylvania. ALL of them were cast for President Trump!
בבקשה האט געשריבן:אסדר לסעודתא האט געשריבן: וואס סיגניטשער אין קאפ אריין. די חברה קוקן דורך יעדע חתימה אויב ס'שטימט מיט יענעמ'ס ארגינעלע חתימה?
ביי א שמאלע פארמעסט, זיכער יא, יעדער קאמפיין האט רעכט צו שיקן פארשטייער צו באקוקן די חתימות, דאס איז חוץ וואס די סטעיט קוקט אליינס
כאפצעם האט געשריבן: טוט זיך מיט א פרישע סקאנדאל וואס האט אויפגעקראכט, עפעס וואס קען פארשאטענען אלע פריערדיגע סקאנדאלן, און וועט זיכער זיין א הויפט דיסקוסיע פאר א תקופה, מעגליך אן ערענסטע עלעקשאן טאפיק. איז מיינעך כדאי אן עקסטער אשכול.
די רעדע איז פון די יונעטעד סטעיט פאוסטעל סערוויס, וואס איז ערווארטעט צו דינען א הויפט ראלע אין די בעפארשטייענדע זשענעראל עלעקשאנס, זינט ס'דאך קאראונע צייטן און מעיל אין וואוטינג איז אויף א פרעצענטלאזע הויעכע שטאפל, זענען אלע אויגן געווען געוואנדן אהין צום פאוסטעל סערוויס וואס וועט זיין דער הויפט שליח צו עקזעקיוטן א גרויס חלק פון די היי יעריגע היסטארישע וואלן און ס'איז נאטוראל געווען ערווארטעט אז זיי וועלן זיך עדזשאסטן און טוהן כאטש די מינימום הכנות צוצוגרייטן זייערע פאסילעטיס און אקטיוויטעטן צו קענען אקמאדירן דעם היילי סענסעטיוון יסוד פון דעמאקראטיע.
די ערשטע שאק איז געקומען ווען אצינד, בלויז געציילטע חדשים בעפארן עלעקשאן, האט די טראמפ אדמיניסטראציע געמאלדן אז דער דירעקטאר פון די פאוסטעל סערוויס, הנקרא 'פאוסטמעסטער גענעראל', ווערט איינגעטוישט מיט א נייער! ווער איז דער נייער? א הייסע טראמפ חסיד און גרויסער געלט ביישטייערער. שטייצעך דאס האט אנגעצינדן די ערשטע רויטע לעמפלען.
דאן האט אויפגעריסן די נייעס אז נישמער און נישווייניגער, דער פאוסטעל סערוויס האט פארארדענט א רייע פאסט אפיסעס צו גענצליך אפשפארן, אין אנדערע אפיסעס פארקלענערן סטעףף און שעות, און איבער אלעם דאס עלימינירן %15 פון די פאסט סארטירונג מאשינען נאציאנאל!
ווי נאר דאס האט געליעקט איז די תירוץ מטעם די אדמיניסטראציע געווען אז מ'רעדט נישט פון קיין פאקטישע עלימינירונג, נאר ענדערש א "רעלאקאציע"... דהיינו מ'רוקט פון איין פלאץ צום אנדערן, פשוט מען מאכט אביסל סדר אין שטעטל...
נעכטן האט ארויסגעליעקט א דאקומענט פונעם פאוסטעל סערוויס וואס טוט דירעקטירן די מאוו, און דארט שטייט קליפ און קלאר צו "עלעמענירן און דאמפן" אין סטארעדזשעס און אין דאמפסטערס די אלע אנגעגעבענע מאשינען. דאס הייסט, מען גייט דאס טאקע "רעלאקירן", נאר פון די פאסט אפיסעס אריין אין גארבידזש..
די רעדע איז דא פון שווערע מיליאנען דאלארן מאשינעריי ווערד, און שטייצעך א חוץ די עצם פארתכליווען ריזיגע שטייערצאלער געלטער וועט דאס דראסטיש רעדוצירן די עפעקטיוונעס און שנעלקייט מיט וואס די פאוסטעל סערוויס וועט קענען צעטיילן און שיקן ווייטער די פאסט. וואס אצינד שטייענדיג הארט בעפארן עלעקשאן קען דאס אנזייען מאסן כאאס און האבן א פאקטישע השפעה אויף די וואלן אויסקום.
די אדמיניסטראציע האט ווייטער געלייקענט אז דאס איז סייוואס פארבינדן מיט א ציל צו אונטערמינעווען די וואלן, ווי דעמאקראטישע וויילער זענען ערווארטעט זיך צו באניצן אין פיל גרעסערע נומבערס מיט די מעיל אין בעלאטס. וואס יא? ווייסעך נישט..
איז אבער טראמפ ערשינען נעכטן אין אן אינטערוויו דערקלערנדיג אז דאס נישט פאנדן די פאוסטל סערוויס גייט גוט אפטוהן דעמאקראטן וואס גייען ליידן ביי די מעיל אין בעלאטן... בעסיקלי מודה געווען די שטילע סוד הויעך אויפן ספיעקער..
ווי נאר די סקאנדאל האט געכאפט פייער און די מידיע און מענטשן אויף די סאשעל מידיע פלאטפארמעס האבן אויפגעהויבן א וויי געשריי היתכן דער קאנדידאט אליין אינעם עלעקשאן מעדעלט מיט די גאווערמענט און שפילט זיך ארום מיט די מעטאדן צו בענעפעטירן די תוצאה אויף זיין זייט, האט געשיקט א סובפינע פארן פאוסמעסטער גענעראל צו קומען פאר אן אויפטריט ענטפערן די פראגעס.
היות קאנגרעס איז נישט דארט ווערט באטראכט די מעגליכקייט פון אן עמערזשענסי היערינג.
דער געוועזענער פרעזידענט אבאמא האט ארויסגעשיקט א זעלטען שארפע אטאקיר טוויט קעגן די טראמפ אדמיניסטראציע, שרייבענדיג אז אומשולדיגע אמעריקאנע בירגער גייען פאלן קרבנות צו אן אדמיניסטראציע וואס זענען מער באזארגד צו אונטערדריקן די עלעקשאן ווי א טויטליכע ווירוס!
אזוי אויך הערט זיך מער און מער רופן פון אלע זייטן פאר א פרישע "אימפיעטשמענט" היערינג אנבאלאנגט דעם פרישן סקאנדאל. און הגם ס'איז נאך גאר פריה צו וויסן ווי דאס וועט טראגן איז אבער זיכער אינטערסאנט נאכצופאלגן די ווייטערדיגע דעטאלן וואס וועט זיך אויסקאכן דערמיט.