נאכט וועכטער
מלפנים אבד"ק דלאניע והגלילות
חופ"ק אייוועלט[/align]
[align=center]--------------------------------------------------------------------------------------------------------------[/align]
איך וויל נישט מוחה זיין, ווייל עס איז נישט און איינקלאנג מיט תקנות המקום.
וועל איך נאר זאגען מיין חות דעת, ווי אונזערע מנהיגים וואס האבען מיסד געווען קעמפ'ס און ישיבות [כמדומה אפי' און ריח התורה], איז געווען א נאכט וועכטער, ס'איז נשטא קיין שום פשט, שכל, סברא, פשעטעל, היתר, וכו' א פלאץ זאל זיין ביינאכט אפען פארן גנב, און בייטאג פארשפארט, דער גנב קומט דאך נאר ביינאכט.
ווער רעדט נאך פון א קעמפ וואס איז אויך א ישיבה, כ"ש אונז דא וואס איז א גאנצע וועלט, און אימ'ען אוז פארהנדן, א ביהמ"ד א ישיבה, א קעמפ, און א קרעטשמע, וויאזוי לאזט מען דא די נאכט אויף הפקר, קומען אריין דא כולגאנעס און באשפריצען דאס פלאץ מיט שווארצע לעבענ'ס [געלע פענט] אויף א שווארץ יאהר!!!
צו די גנבים: סאיז ערב ראש חודש אלול א זמן פון תיקון המעשים, מיר [מיין איך מיך] זעמיר דא, כדי נישט צו צוקומען צו טומאה לשון הרע ומחלוקת, וואס הלב חומדתן, נייגעריג בין איך און דעם, אבער מ'שלאגט זיך, און מפראבירט נישט צו זיין און א מקום סכנה, מיט וואספארע רעכט, טוט מען מיט איין תגובה מכשיל זיין הונדערטע אידען, מקומט צום יום הדין תשפ"א ווען די אויגען זענען שוין אפען, יעדער ווייסט וואס דין און משפט באדייט, יעדער ווייסט וויאזוי עס קוקט אויס ווען מען גייט ווען אינגאנצען לפי מידת היושר ווי ער וואלט געווען, יעדער האט מיטגעהאלטען דאס לאנגע שווערע ביטערע יאהר, וואס מען געדענקט שוין כמעט נישט אפי' די קרבנות וואס האט געקאסט. וויאזוי האט מען נישט מורא צו זיין א מחטיא את הרבים.
צו אייוועלט הנהלה: ליידער זענען די ניקים נישט שולדיג, סאיז זייער יצר הרע וואס איז זיך נעבעך מתגבר, אבער איבער דעם האט אונז דער אייבישטער מזכה געווען מיט חשובע הנהלה וואס היטען דעם מקום, אבער ס'איז דא א פירצה, וואס דער יצר ווייסט פון דעם, און דורך דעם איז ער מכשיל פילע אידען, ער כאפט זיך ארויף אויף א ניק און היידזשעקט אים אינמיטען די נאכט,און צווינגט אים צו שרייבען זאכען וואס זאלען מכשיל זיין דעם עולם, אז מיר זאלעון נישט האבען קיין פתחון פה, דורו של שאול וכו' דורו של אחאב וכו.
מען טאר דאס פלאץ נישט לאזען אן א שמירה, ס'איז א געוואלדיגע אחריות.
ע"כ וויל איך בעטען אויב סאיז מעגליך אויפצוזיכען איינער וואס אדער וואוינט און א"י, אדער איז אויף ביינאכט, וואס זאל זיין א נאכט ווכטער און נישט לאזען דעם יצר זיך אריינכאפען דאהי והיה מחניך קדוש.
בחדא מחתא וויל איך אויסדריקען מיין דאנק בשם אלע חסידים, צו די געטרייע הנהלה [ובפרט לידידי הרה"ג ר' לכאורה שליט"א וכל שום וח'ניק'א דאית ליה] וואס ארבעטען פיר און צוואנציג שעה א "טאג" [בייטאג] צו היטען דאס פלאץ פון אלדאס בייזען, השי"ת זאל זיי אפהיטען פון אלדאס בייזען.
המצפה לישועה ורחמים
הק' איתמר טייטעלבוים