וואלטיער האט געשריבן: א גוטן ליל שישי חשובע יום-שלישי חברה,
שוין לאנג נישט דא אריינשפאצירט און איך מוז זאגט אז ס'האט זיך געלוינט זעענדיג אז דער עולם האט נאך אלץ הנאה פונעם ערציילונג. ס'איז געווען אן עהרע און א פריווילעגיע מהנה צו זיין די אידן דא אויפן וועבזייטל וואך נאך וואך.
אבער מאנכע האבן אויסגעדרוקט פארדרוס אויף דעם אז עס פעלט נאך עפעס...מישא' נקמה.
זיין שבועה נישט צו פארשווייגן די פארגאסענע בלוט פון באלקאנסקי'ס אומשולדיגע קרבן (און אויך אין די אנדערע בראטווע מיטגלידער וועלכע האבן אנטייל גענומען).
ווייסמיר אז ער ער נקמה גענומען, אבער וויאזוי, און ווען, און אויף ווי ווייט האט עס אפעקטירט זיין כאראקטער, און זיין זעהל? (לאמיר זיך נישט נארן. נקמה לאזט איבער א ריזן פלעק אויפן נשמה פונעם נוקם).
נו, זענען די פאדערער און אנקלאגער נישט מער ווי גערעכט. אבער וואס זאלן מיר טוען, ס'איז נישט דא גענוג צייט אין טאג אפילו צו מאכן טיי-סענס אדער שמירן די רעדער, שוין אפגערעדט פון נקמה נעמען. אבער א שבועה איז א שבועה, און מישא איז נישט איינער וואס זאל פארגעסן זיין עהרן-ווארט.
וועלן מיר טראכטן דערפון. און שרייבן. אבער אזויווי עס איז קוים דא צייט, העמיר עס לאזן אויפן ווינטער סעזאן. אפשר אויף חנוכה. אפשר אויף פורים. בלי נדר, ווען עס ווען זיין פראסטיג אויפן גאס וועלן מיר ליפערן א פראסטיגע נקמה.
וואלטיער
פשיהא!!
זיך רעכענען מיט מיין טענה איז נישט קיין קלייניגקייט
זאל עס נאר חלילה נישט אויסגעטייטשט ווערן ווי א טענה
זאלסט וויסן די פאסירונג איז געגאסן פון ריין גאלד!! דיין שרייבעריי טאלאנט איז שטערקער פון שטארק, און דיין כח הדמיון איז פעסטער ווי פעלזן, די פאסירונגען געבויט אויף שטארקע יסודות - וואס בארייכערט דעם ליינער מיט אסאך היסטארישע ידיעות, און דיינע כאראקטערן שטימען פוקטליכער ווי פונקטליך!!!
איך קען זאגן נאכן דואכליינע עטליך-צענדליגע נאוועלס: "דיינער איז די סאמע בעסטע אין קוואליטעט! אין אויפבויען כאראקטער! אריין נעמען היסטארישע פרטים! א.א.וו. אפילו ווי שטארק "עס וואלט ווען געקענט געשען" - א זאך וואס אסאך נאוועל שרייבער פארגעסן פון...