ווי איך שטעל מיר פאר האבן א מערהייט דא אויפן וועלטעל דרייווערס לייסענס, וואלט געווען אינטירעסאנט צו הערן די עקספיריענס פונ'ם עולם ווי סאך מאל האסטו געדארפט מאכן די ראוד טעסט (אוודאי ביסטו נישט שולדיג, איך האב געוויסט זי איז אן אנטיסעמיט).
איך האף אז קיינער האט נישט געמאכט מער פון צען מאל (די מערסטע וואס איך ווייס איז זיבן מאל)
הענדימען האט געשריבן:
די ערשטע איז פשוט געווען אן אנטיסעמיט (און איך האב געדרייווט א מיניווען וואס כ'האב נאך קיינמאל פרובירט פארדעם און נישט געווען באקוועם און דער "אנטיסעמיט" האט עס געשפירט)
אז דו ביסט נישט באקוועם אויפן ראוד מיט סיי וועלכעכע אויטא ביסטו נישט Qוואליפייד צו דרייווען און זי איז נישט קיין אנטיסעמיט וועגן דעם (אפשר וועגן אנדערע זאכן).
נישט באקוועם מיינט נישט נישט קענען נאר פשוט נישט באקוועם און ווער רעדט נאך מיט די פרעשור פון א ראודטעסט
זי האט אנגעפאנגען שרייען עס סון איך האב אנגעפאנגען זיך צו רירן פון פארק
דער צווייטער האט געטיילט פסקים רעכטס און לינקס למשל אז איך קוק צופיל מאל אויף ביידע זייטן. אבער האט מיך געלאזט איבערמאכן די פאראלעל פארקינג אפילו כ'האב געהיט די קורב (דארט האט ר' מאיר געמאכט זיין צענער)
איך האב פאר'ן ערשטן טעסט געהאט הונדערטער שעות אויפ'ן ראוד און געקענט גאר גוט דרייוון. קיינער האט נישט גע'חלומ'ט אז כאניש קיין לייסענס