חזנות שטיקלעך אויף די ימים נוראים

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרים אלף
תגובות: 20102
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

חזנות שטיקלעך אויף די ימים נוראים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

ברוכים הבאים צים נייעם אשכול ווי מען וועט בעזר השם ברענגען שיינע חזנות קאלעקציעס להנאת הציבור און עס דיסקאסירן ווי ס'ברויך צי זיין

באמת דער גאנצער נושא החזנות צריך תיקון גדול, די לעצטע צענדליגע יארן איז דער אינטערעסע אין חזנות גאר שטארק אפגעשוואכט און ס'קוקט אלץ אויס ווי ס'גייט אינגאנצן אינטער, למעשה כמוני כמותכם איז נאך יא דא א ציבור אידן פאר וועם ס'ווער נישט נמאס נאר פארקערט מען לעכצט אלס נאך מער און מער.

דערפאר ווענד איך מיר דא צים ציבור אוהדי החזנות זאלן קומען ביישטייערן זייערע הגהות הערות און מבינות און דערמיט האלטן דעם אשכול אין דערהייעך.
כי אפילו השפל שבשפלים יוכל לבוא לעבודת ה' ע"י התוה"ק.
כי זה הוא השלימות התוה"ק, שתוכל להתפשט לכל מיני שפלים ועומקים ולהעלות כל הבחינות, אפילו הפחותים מתעלים ע"י התוה"ק.

- זרע קודש במדבר בד"ה א"י במדבר סיני
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרים אלף
תגובות: 20102
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

הבן יקיר לי - חזנות שטיקלעך אויף די ימים נוראים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

הייב מיר אן מיט חזנות שטיקלעך אויף סדר זכרונות: (מסתמא אויף דעם איז פארהאן די מערסטע שטיקלעך פון סיי וואס)

וְעַל יְדֵי עֲבָדֶיךָ הַנְּבִיאִים כָּתוּב לֵאמר: הָלוךְ וְקָרָאתָ בְאָזְנֵי יְרוּשָׁלַיִם לֵאמר,
כּה אָמַר ה' זָכַרְתִּי לָךְ חֶסֶד נְעוּרַיִךְ, אַהֲבַת כְּלוּלותָיִךְ, לֶכְתֵּךְ אַחֲרַי בַּמִּדְבָּר, בְּאֶרֶץ לא זְרוּעָה.
וְנֶאֱמַר: וְזָכַרְתִּי אֲנִי אֶת בְּרִיתִי אותָךְ בִּימֵי נְעוּרָיִךְ, וַהֲקִימותִי לָךְ בְּרִית עולָם.
וְנֶאֱמַר הֲבֵן יַקִּיר לִי אֶפְרַיִם, אִם יֶלֶד שַׁעֲשׁוּעִים, כִּי מִדֵּי דַבְּרִי בּו זָכור אֶזְכְּרֶנּוּ עוד, עַל כֵּן הָמוּ מֵעַי לו, רַחֵם אֲרַחֲמֶנּוּ נְאֻם ה'.

1) יאסעלע ראזנבלאט
2) דוד רויטמאן
3) גרשון סירוטה
4) שלום כץ
5) מ. קאצין
6) ישראל גאלדשטיין
7) יעקב קעניגסבערג
8) בערעלע חגי
9) דוד וועריגער
10) אלטער קארניאל
11) יוסף שליסקי
12) שמואל מלבסקי (שטייטע)
13) שמואל מלבסקי (שנעלע - קלערינעט אן ווערטער)
14) יעקב מוצען
15) יצחק אלגאזי (נוסח איזמיר)
16) בויער (אפערע)
17) א. מזרחי
כי אפילו השפל שבשפלים יוכל לבוא לעבודת ה' ע"י התוה"ק.
כי זה הוא השלימות התוה"ק, שתוכל להתפשט לכל מיני שפלים ועומקים ולהעלות כל הבחינות, אפילו הפחותים מתעלים ע"י התוה"ק.

- זרע קודש במדבר בד"ה א"י במדבר סיני
אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

Re: חזנות שטיקלעך אויף די ימים נוראים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחשב »

וואו! דו ביזט ריזיג!
פּשוט און פּראָסט
שר האלף
תגובות: 1355
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 25, 2017 2:11 pm

Re: חזנות שטיקלעך אויף די ימים נוראים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פּשוט און פּראָסט »

א גרױסן ײש״כ פארן עפענען, כ׳האף ס׳װעט טאקע בלײבן אין דער הײעך, כאטש כ׳געב עס שװאכע שאנסן..

למעשה בינעך אױך פון די פאר לוזערס.. כ׳בין אײביג רעדי צו הערן
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע:אנאנימע סאורסעס

Re: חזנות שטיקלעך אויף די ימים נוראים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

שכח סטאוו פאר דעם אשכול.

לייג אויך אנדערע שטיקלעך, לאו דוקא ימים נוראים.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע:אנאנימע סאורסעס

Re: חזנות שטיקלעך אויף די ימים נוראים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

עס איז דא א סטרונע אין הארץ וואס קיין איין ניגון, זאל זיין ווי הארציג, קען דאס נישט אנרירן. נאר חזנות האט דארט צוטריט.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
sheetrock
שר עשרת אלפים
תגובות: 14269
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 29, 2017 4:42 pm
לאקאציע:אויפן קאוטש

Re: הבן יקיר לי - חזנות שטיקלעך אויף די ימים נוראים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך sheetrock »

סטאוו יא פיטא האט געשריבן: הייב מיר אן מיט חזנות שטיקלעך אויף סדר זכרונות: (מסתמא אויף דעם איז פארהאן די מערסטע שטיקלעך פון סיי וואס)

וְעַל יְדֵי עֲבָדֶיךָ הַנְּבִיאִים כָּתוּב לֵאמר: הָלוךְ וְקָרָאתָ בְאָזְנֵי יְרוּשָׁלַיִם לֵאמר,
כּה אָמַר ה' זָכַרְתִּי לָךְ חֶסֶד נְעוּרַיִךְ, אַהֲבַת כְּלוּלותָיִךְ, לֶכְתֵּךְ אַחֲרַי בַּמִּדְבָּר, בְּאֶרֶץ לא זְרוּעָה.
וְנֶאֱמַר: וְזָכַרְתִּי אֲנִי אֶת בְּרִיתִי אותָךְ בִּימֵי נְעוּרָיִךְ, וַהֲקִימותִי לָךְ בְּרִית עולָם.
וְנֶאֱמַר הֲבֵן יַקִּיר לִי אֶפְרַיִם, אִם יֶלֶד שַׁעֲשׁוּעִים, כִּי מִדֵּי דַבְּרִי בּו זָכור אֶזְכְּרֶנּוּ עוד, עַל כֵּן הָמוּ מֵעַי לו, רַחֵם אֲרַחֲמֶנּוּ נְאֻם ה'.

1) יאסעלע ראזנבלאט
2) דוד רויטמאן
3) גרשון סירוטה
4) שלום כץ
5) מ. קאצין
6) ישראל גאלדשטיין
7) יעקב קעניגסבערג
8) בערעלע חגי
9) דוד וועריגער
10) אלטער קארניאל
11) יוסף שליסקי
12) שמואל מלבסקי (שטייטע)
13) שמואל מלבסקי (שנעלע - קלערינעט אן ווערטער)
14) יעקב מוצען
15) יצחק אלגאזי (נוסח איזמיר)
16) בויער (אפערע)
17) א. מזרחי

נאדיר א קיש
איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז:ווען דו שרייבסט עפעס פאר מיר און דו ווילסט אז איך זאל עס זעהן, ציטיר מיר.
פּשוט און פּראָסט
שר האלף
תגובות: 1355
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 25, 2017 2:11 pm

Re: חזנות שטיקלעך אויף די ימים נוראים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פּשוט און פּראָסט »

פעיק ניוז האט געשריבן: עס איז דא א סטרונע אין הארץ וואס קיין איין ניגון, זאל זיין ווי הארציג, קען דאס נישט אנרירן. נאר חזנות האט דארט צוטריט.

ס׳איז א טיפערע סטרונע, פאדערט אביסעלע מחשבה אױך, אױסער דאס הארץ, און דאס איז אײנע פון די סיבות פארװאס ס׳האט לײדער אפגעפײגערט אין די הײנטיגע זשענערעישן, װאס איז אן אינסטענט װעלט אן קײן אטענשן ספען.

און בד״װ איז דא װאס זאגן אז ס׳איז די זעלבע סיבה אױף אנדערע זאכן אױך, װי למשל רוב עולם פארשטײט נישט צו װײן װי אמאל, װײל ס׳איז אױך מער א טיפערע זאך װאס פאדערט אביסעלע געדולד און מחשבה עס צו ליב באקומען און פארשטײן, און כ׳זעה עס גראדע אביסל אין מײן קלײנע סירקל אז חזנות ליבהאבער און װײן מבינים טרעפן זיך אפטמאל אין דעם זעלבן מענטש (פארשטײט זיך די לצים זאגן װײל זײ זענען ערענסטע בעלי דמיונות.. אבער שױן..)
פּשוט און פּראָסט
שר האלף
תגובות: 1355
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 25, 2017 2:11 pm

Re: חזנות שטיקלעך אויף די ימים נוראים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פּשוט און פּראָסט »

@סטאװ, פשיהא, װאו ביזטו ארױסגעװאקסן מיט דעי נעמען?? א גרױס חלק פון זײ האביך קײנמאל נישט געהערט, אקעי כ׳װײס נאכנישט אלעס, נאו פראבלעם.

גראדע קוקט אױס װי דו ביזט נישט קײן שלעכטער זאגער, נאך מיט דעם אמאליגן חן, נאר א שאד אױפן ציגאר, ס׳האט מסתם אװעק גע׳הרגט די שטימע, נישט אזױ?
פּשוט און פּראָסט
שר האלף
תגובות: 1355
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 25, 2017 2:11 pm

Re: חזנות שטיקלעך אויף די ימים נוראים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פּשוט און פּראָסט »

דײן אװעטער דערמאנט מיר סאמהאױ פון דעם חסידישן שמע קולנו זאגער אױף לײבעלע װאלדמאן׳ס פלעי, אױב װײסטע פון װאס איך רעד
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרים אלף
תגובות: 20102
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: חזנות שטיקלעך אויף די ימים נוראים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

יישר כח פאר אלע באדאנקערס. ס'געט צי א געוואלדיגע געשמאק צים ארבעט, הגם מיין ליבשאפט צי חזנות וואלט מיר מסתמא געלאזט ציען צענדליגע בלעטער תגובות ביני לבין עצמי...

איז אזוי @פשוט און פראסט איך בין גאנץ א קנאפע זאגער, כ'מיין מיינע געזאכצער פארטרייבן נישט קיין ציהערער כדרך רוב זאגערס... אבער ס'קען טאקע זיין ווען נישט מיין העווי סמאוקען און ווען כ'זאל זיך ווען אביסל צילערנען (ווי נעמט מען די צייט און געדילד... מיליאן דאלער!) וואלט עס געווען פיל שענער.

פאר אינטערסאנטקייט, וועלעכע פון די נעמען האסטו נאכנישט געהערט בעפאר? (באמת, הרבה יותר ממה שהבאתי יש, אבער (את חטאי) ס'זינגען דערויף נשים אין די קאפעליע...)
כי אפילו השפל שבשפלים יוכל לבוא לעבודת ה' ע"י התוה"ק.
כי זה הוא השלימות התוה"ק, שתוכל להתפשט לכל מיני שפלים ועומקים ולהעלות כל הבחינות, אפילו הפחותים מתעלים ע"י התוה"ק.

- זרע קודש במדבר בד"ה א"י במדבר סיני
פּשוט און פּראָסט
שר האלף
תגובות: 1355
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 25, 2017 2:11 pm

Re: חזנות שטיקלעך אויף די ימים נוראים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פּשוט און פּראָסט »

גאלדשטײן, קעניגסבערג, אלגאזי, מזרחי, קײנמאל געהערט פון זײ, קאצין אפשר אױך נישט, כ׳בין נישט די גרעסטע ידען אין אלטע חזנים, כ׳בין פשוט אױפגעװאקסן דערמיט, און כ׳האב אן אפן אױער און הארץ צו דעי זאכן.

אלע איבריגע פון דײן ליסט האב איך שױן געהערט פון זײ, כאטש נישט צו סאך ׳צוגעהערט׳ צו אלע פון זײ.

כ׳בין גראדע אױף א גרופ װי מ׳לײגט ארױף אסאך שײנע זאכן, מענינא דיומא געװענטליך, כ׳בין נאר נישט צו גוט אין די טעכנישע חלקים, כ׳װאלט נישט געהאט קײן פראבלעם צו מהנה זײן דעם עולם דא אױב מ׳איז אינטערעסירט.
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14882
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: חזנות שטיקלעך אויף די ימים נוראים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

פּשוט און פּראָסט האט געשריבן: גאלדשטײן, קעניגסבערג, אלגאזי, מזרחי, קײנמאל געהערט פון זײ, קאצין אפשר אױך נישט, כ׳בין נישט די גרעסטע ידען אין אלטע חזנים, כ׳בין פשוט אױפגעװאקסן דערמיט, און כ׳האב אן אפן אױער און הארץ צו דעי זאכן.

אלע איבריגע פון דײן ליסט האב איך שױן געהערט פון זײ, כאטש נישט צו סאך ׳צוגעהערט׳ צו אלע פון זײ.

כ׳בין גראדע אױף א גרופ װי מ׳לײגט ארױף אסאך שײנע זאכן, מענינא דיומא געװענטליך, כ׳בין נאר נישט צו גוט אין די טעכנישע חלקים, כ׳װאלט נישט געהאט קײן פראבלעם צו מהנה זײן דעם עולם דא אױב מ׳איז אינטערעסירט.

Go Ahead
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרים אלף
תגובות: 20102
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: חזנות שטיקלעך אויף די ימים נוראים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

פּשוט און פּראָסט האט געשריבן: גאלדשטײן, קעניגסבערג, אלגאזי, מזרחי, קײנמאל געהערט פון זײ, קאצין אפשר אױך נישט, כ׳בין נישט די גרעסטע ידען אין אלטע חזנים, כ׳בין פשוט אױפגעװאקסן דערמיט, און כ׳האב אן אפן אױער און הארץ צו דעי זאכן.

אלע איבריגע פון דײן ליסט האב איך שױן געהערט פון זײ, כאטש נישט צו סאך ׳צוגעהערט׳ צו אלע פון זײ.

כ׳בין גראדע אױף א גרופ װי מ׳לײגט ארױף אסאך שײנע זאכן, מענינא דיומא געװענטליך, כ׳בין נאר נישט צו גוט אין די טעכנישע חלקים, כ׳װאלט נישט געהאט קײן פראבלעם צו מהנה זײן דעם עולם דא אױב מ׳איז אינטערעסירט.

פערצופאל די אלע וואס דו האסט אויסגערעכנט זענען נישט צי אלט
מזרחי און גאלדשטיין זענען ממש היינטיגע
קעניגסבערג וואלט איך געזאגט 60 יאר צוריק איז ער נאך געווען אקטיוו

קאצין איז יא א אלטער,
אלגאזי קען איך אויך נישט כ'האב פשוט לעצטנס אריינגעבאמפט אין זיין נאמען האב איך עס נאכגעזוכט און געטראפן ער איז געווען א גרויסע חזן אין איזמיר טערקיי און סוף יארן אין אורעגוויי, ער איז שוין אוועק אין 1950, זעה דא
כי אפילו השפל שבשפלים יוכל לבוא לעבודת ה' ע"י התוה"ק.
כי זה הוא השלימות התוה"ק, שתוכל להתפשט לכל מיני שפלים ועומקים ולהעלות כל הבחינות, אפילו הפחותים מתעלים ע"י התוה"ק.

- זרע קודש במדבר בד"ה א"י במדבר סיני
חרש וחושב
שר מאה
תגובות: 212
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 31, 2016 10:52 pm

Re: חזנות שטיקלעך אויף די ימים נוראים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חרש וחושב »

;l;p-
פּשוט און פּראָסט האט געשריבן: דײן אװעטער דערמאנט מיר סאמהאױ פון דעם חסידישן שמע קולנו זאגער אױף לײבעלע װאלדמאן׳ס פלעי, אױב װײסטע פון װאס איך רעד
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרים אלף
תגובות: 20102
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: חזנות שטיקלעך אויף די ימים נוראים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

למעשה האבן מיר געברענגט דא 17 שטיקלעך אויף דעם הבן יקיר לי, בעסערע און שוואכערע, וועל איך צילייגן מיינע צוויי צענט אזוי אז די וואס פילן זיך פארלוירן זאלן האבן א שטיקל באגריף איבער וואס די קאמפעזיציעס זענען.

צים ערשט, מיין פעיוואריט איז שלום כץ'ס נאכגעפאלגט ביי מלבסקי'ס שטייטע און דערנאך בערעלע חגי'ס
יאסעלע איז יאסעלע דארף איך קיינעם נישט זאגן אבער פערצופאל איז דאס לדעתי פון זיינע שוואכערע שטיקלעך
דערנאך זענען דא די גאר אלטע קאמפיזיציעס ווי גרשון סירוטה (וואס איז אגב געווען די ערשטע חזן ארויסציגעבן רעקארדינגס), דוד רויטמאן, מאריס קאצין און נאך, די זענען נישט עפעס ווער ווייסט וואס אבער מען קען טרעפן אין זיי אלע א געוואלדיגע טעם
דוד ווערדיגער'ס מיין איך איז יענקל תלמוד'ס

בין איך טאקע נייגעריג צי הערן וואס ענקערע פעיוואריטס זענען, און צי נאך איינער ווערט צילאזט פון שלום כץ'ס אדער מלבסקי און בערעלע חגי.
כי אפילו השפל שבשפלים יוכל לבוא לעבודת ה' ע"י התוה"ק.
כי זה הוא השלימות התוה"ק, שתוכל להתפשט לכל מיני שפלים ועומקים ולהעלות כל הבחינות, אפילו הפחותים מתעלים ע"י התוה"ק.

- זרע קודש במדבר בד"ה א"י במדבר סיני
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע:אנאנימע סאורסעס

Re: חזנות שטיקלעך אויף די ימים נוראים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

פון דיינע דריי פעיוואריטס האט מיר נאר מלבסקי געכאפט. סיי זיין שטארקע הארץ, ווי אויך זיין ארויפגיין. ער האט א שלימות.

גראדע בין איך שטארק איבערגענומען געווארן פון רויטמאנ'ס הארץ.

יוסעלע איז דאך אפגערעדט. עס איז איבריג יעדעס ווארט. איך האלט גראדע נישט אז דאס איז פון זיינע שוואכע סחורה, ער סחורה וואס זענען היבש שוואכער, איך וואלט עס געלייגט ערגעץ אינמיטן, עס איז באמת א הערליך שטיקל.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
פּשוט און פּראָסט
שר האלף
תגובות: 1355
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 25, 2017 2:11 pm

Re: חזנות שטיקלעך אויף די ימים נוראים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פּשוט און פּראָסט »

ס׳שײך צו זאגן, אײנס שענער פון צװײטן, יעדער מיט זײן אײגנארטיגן הארץ און געפיל, ס׳איז זײער געפילישע װערטער, מ׳קען זיך זײער גוט אױסגעבן דערױף

שלום כ״ץ, האב איך גראדע יא הנאה געהאט, מעסיװ קאלערעטור, און אזא גרינגע זיסע שטימע׳לע, מלבסקי טאקע הערליך, אבער אפי׳ בערעלע חגי האטזיך זײנע אײגנארטיגע בעטעדיגע תנועה׳לעך, גארנישט אװעקצומאכן, און רױטמאנ׳ס הארץ איז דאך אפגערעדט, כאמיך דערמאנט װי ער שטײט דארט מיט זײנע װאנצעס און קװעטשט ארױס זײן נשמה װען ער זאגט אשמנו מכל עם, אױב אײנער האטעס געזעהן, ער מאכט דאך אזױנע תנועות, ס׳קוקט אױס װי מ׳האלט אינמיטן ארױסטרײבן א דיבוק פינעם..

דוד װערדיגער, א שײנע לידעלע, גארנישט מיט חזנות, באט איטס אלסאו װעל עפרישיעטעד, כ׳בין נישט מקפיד

עניװעי, כ׳האב נאכנישט געהערט אלע, אבער דארפסט נישט װארטן סטאװ, כ׳בין רעדי פאר נאך
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע:אנאנימע סאורסעס

Re: חזנות שטיקלעך אויף די ימים נוראים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

פּשוט און פּראָסט האט געשריבן: דארפסט נישט װארטן סטאװ, כ׳בין רעדי פאר נאך
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
סיפורי צדיקים
שר האלף
תגובות: 1489
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 11, 2018 9:43 pm
לאקאציע:געווענליך אין מיין הויזן...

Re: חזנות שטיקלעך אויף די ימים נוראים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סיפורי צדיקים »

איך פערזענליך האב איך זייער שטארק ליעב חזנות, איך ווער ממש משוגע דערפאר, די זאך איז נאר אז כ'האב נישט צופיל געלעגנהייטן צו הערן, אבער ווען ס'קומט מיר יא אויס צו הערן קען איך זיצן צוגענאגלט זייער לאנג דערצו.
יעצט בנוגע יאסעלעס שטיקל גיי איך נישט אריינגיין יעצט ווי גוט ס'איז ווייל ווי געזאגט בין איך נישט זייער שטארק אויסגעקאכט, אבער אזויפיל קען איך זאגן מיין טאטע זז"ג דאווענט ר"ה פארן עמוד און ער זינגט דעם שטיקל פון יאסעלע, און איך קען ענק זאגן אז די הארץ קען ממש צוגיין דערפון פון די ווארעמקייט דערפון, און אזוי אויך פיט עס זייער גוט אריין אין די דאווענען מ'דארף נישט צופיל אוועקפארן, און אזוי אויך קען מען זיך זייער גרינג אריינגליטשן צוריק אין די המשך התפילה.
איך בין א שלהבת איד!!! viewtopic.php?t=65737
אוועטאר
א צווייטער
שר האלף
תגובות: 1000
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 25, 2020 2:45 pm

Re: חזנות שטיקלעך אויף די ימים נוראים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א צווייטער »

די אשכול איז נישט געמאכט פאר היינטיגע חזנים? מאיר ברוך קאהן וכדו'.
א ידען מיינט נישט ער איז קלוג, א חכם מיינט נישט ער איז א ידען.
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרים אלף
תגובות: 20102
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: חזנות שטיקלעך אויף די ימים נוראים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

א צווייטער האט געשריבן: די אשכול איז נישט געמאכט פאר היינטיגע חזנים? מאיר ברוך קאהן וכדו'.

יעקב מוצען און אלברטו מזרחי זענען ביידע היינטיגע...
כי אפילו השפל שבשפלים יוכל לבוא לעבודת ה' ע"י התוה"ק.
כי זה הוא השלימות התוה"ק, שתוכל להתפשט לכל מיני שפלים ועומקים ולהעלות כל הבחינות, אפילו הפחותים מתעלים ע"י התוה"ק.

- זרע קודש במדבר בד"ה א"י במדבר סיני
אוועטאר
א צווייטער
שר האלף
תגובות: 1000
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 25, 2020 2:45 pm

Re: חזנות שטיקלעך אויף די ימים נוראים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א צווייטער »

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:
א צווייטער האט געשריבן: די אשכול איז נישט געמאכט פאר היינטיגע חזנים? מאיר ברוך קאהן וכדו'.

יעקב מוצען און אלברטו מזרחי זענען ביידע היינטיגע...

אויב אזוי פארוואס טאקע נישט אראפברענגן פון די היימישע?
א ידען מיינט נישט ער איז קלוג, א חכם מיינט נישט ער איז א ידען.
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרים אלף
תגובות: 20102
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: חזנות שטיקלעך אויף די ימים נוראים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

אדרבה ברענג ברענג, כ'האב ארויפגעלייגט אלס וואס כ'האב פארמאגט תחת ידי
כי אפילו השפל שבשפלים יוכל לבוא לעבודת ה' ע"י התוה"ק.
כי זה הוא השלימות התוה"ק, שתוכל להתפשט לכל מיני שפלים ועומקים ולהעלות כל הבחינות, אפילו הפחותים מתעלים ע"י התוה"ק.

- זרע קודש במדבר בד"ה א"י במדבר סיני
אוועטאר
א צווייטער
שר האלף
תגובות: 1000
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 25, 2020 2:45 pm

Re: חזנות שטיקלעך אויף די ימים נוראים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א צווייטער »

סטאוו יא פיטא האט געשריבן: אדרבה ברענג ברענג, כ'האב ארויפגעלייגט אלס וואס כ'האב פארמאגט תחת ידי

אדרבה,ס'מוז זיין דוקא אויף זכרונות? אדער מאיר ברוך'ס כתר און זיין ועל ידי עבדיך פון מלכיות איז אויך גוט,
כאב עס נישט יעצט ביי מיר אבער אי"ה.
א ידען מיינט נישט ער איז קלוג, א חכם מיינט נישט ער איז א ידען.
שרייב תגובה

צוריק צו “חזנות ווינקל”