שטיין אויפן באס - וויפיל דארף מען באצאלען?

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

אוועטאר
פאפיגיי
שר חמש מאות
תגובות: 722
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 11, 2007 5:07 pm
לאקאציע:בויבעריג האטצן-פלאטץ
פארבינד זיך:

שטיין אויפן באס - וויפיל דארף מען באצאלען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאפיגיי »

אויף די וומסב"ג-ב"פ באס, ווען ס'איז שוין נישטא קיין פלאץ צו זיצען, נאר מ'דארף שטיין, פארלאנגען זיי צו צאלען די געהעריגע פרייז? אויב יא, האבן זיי די רעכט דערויף?

לעצטענ'ס אראפגייענדיג די באס, זאגט מיין קינד אז זי האט באמערקט אז די פרייז פאר קינדער האט זיך געהויבן, אבער זיי האבן נישט געמאלדן מיט גרויסע פלאקאטן, איך בין שוין יעצט אינדערהיים. בין איך מחוייב צוריקצוגיין און באצאלען די דיפפערענץ?

יבואו הלומדים ויפלפלו
איך פלאפעל נאך.
עס פלאפעל באל'ס.
געפון זיך אין בויבעריג, האטצן-פללאטץ.
טראק דרייווער
שר האלפיים
תגובות: 2317
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 01, 2009 2:58 pm

Re: שטיין אויפן באס - וויפיל דארף מען באצאלען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראק דרייווער »

איך בין נישט קיין חושן משפט דיין, אבער קאממאן סענס זאגט אז אזוי ווי די באס איז זייער פריוואטע אייגנטום, ממילא אויב לאזט ער דיר אריין אין די באס, קען ער דיר איינטיילן וויפיל די זאלסט באצאלן, סיי צו די שטייסט און סיי צו די זיצט.

לגבי די צווייטע שאלה, לכאורה על פי הלכה דארפסטו באצאלן.
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזך
ישרן
שר חמש מאות
תגובות: 784
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 07, 2019 12:11 am

Re: שטיין אויפן באס - וויפיל דארף מען באצאלען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישרן »

אויבנאויף איז מען מחויב צו באצאלן.
עי' גמ' בב"ק דאפילו אם זה נהנה וזה לא חסר פטור, מ"מ אם יש חסרון פורתא מגלגלין עליו את הכל, וכל אדם שנוסע בבאס מכביד המשא של הבאס ועולה מן חשבון הגעז.
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרים אלף
תגובות: 20504
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: שטיין אויפן באס - וויפיל דארף מען באצאלען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

פאפיגיי האט געשריבן: אויף די וומסב"ג-ב"פ באס, ווען ס'איז שוין נישטא קיין פלאץ צו זיצען, נאר מ'דארף שטיין, פארלאנגען זיי צו צאלען די געהעריגע פרייז?

מסתבר אז יא אבער דאס איז נישט קיין הלכה שאלה... (כ'מיין די MTA וכדו' קיין איין טראנזיט קאמפעני איז נישט מחלק דערין חוץ פון לאנג דיסטענס בדרך כלל וועלן זיי פארשלאגן א ביליגערע פרייז פארן שטיין)
אויב יא, האבן זיי די רעכט דערויף?

פשוט אז זיי האבן אלע רעכטן דערויף, וואס זאל דען זיין דער צד אז נישט?
זה נהנה וזה לא חסר קומט לכאורה נישט אריין דא ווייל א באס איז נישט קיין קרקע און דערפאר יכולין לעכב ליכנס מן הדין
לעצטענ'ס אראפגייענדיג די באס, זאגט מיין קינד אז זי האט באמערקט אז די פרייז פאר קינדער האט זיך געהויבן, אבער זיי האבן נישט געמאלדן מיט גרויסע פלאקאטן, איך בין שוין יעצט אינדערהיים. בין איך מחוייב צוריקצוגיין און באצאלען די דיפפערענץ?

באצאלן דעם דיפערענץ איז מסתבר אז מען דארף, מ'קען אבער דן זיין צי ס'איז דא א חיוב צוריק ציגיין און ארויסגיין פון וועג דאס אפציצאלן, דהיינו, די טענה אז זיי האבן עס נישט געמאלדן מיט קיין גרויסע ענאונסמענט וואס דאס איז געווען דער גורם פארן זיי אינטערצאלן איז בפשטות נישט קיין טענה אויף נישט צי באצאלן. אפילו איינער זאל טענה'ן אז ער וואלט נישט געניצט דעם סערוויס ווען ער ווייסט דעם פרייז פון פארדעם, איינמאל ס'שטייט די פרייז באיזה אופן שהוא פאלט אוועק די טענה, לכאורה. אבער ווען ער טענה'ט אז איך האב נישט קיין פראבלעם מיט די פרייז אבער דאס נישט מפרסם זיין מצד די באס קאמפעני איז מיר גורם יעצט א טירחא יתירה פון צוריקגיין באצאלן, אויף דעם איז א שטארקע סברא אז די טענה איז ריכטיג און ער דארף נישט ארויסגיין פון וועג צי באצאלן.
באמת איז נישט קיין גרויסע נפק"מ ווייל די באס קאמפעני איז בפשטות נישט מקפיד ער זאל זאפארט צוריקצאלן. די פראבלעם ווערט נאר פאר שמיטה אז די געלט דיפערענץ ווערט ווי א הלואה און שביעית משמטתו איז נאך שמיטה ווען ס'קומט איהם אויס צי באצאלן טאר ער שוין נישט..

שוין געלומד'עוועט אביסל יעצט לאמיר הערן פון די תלמידי חכמים עפעס זאכליך...
ושב ד' אלוקיך את שבותך;ווען א איד טוט תשובה, האט כביכול השי"ת חרטה, און טוט תשובה אויף דעם וואס ער האט באשאפן דעם יצה"ר!

זרע קודש נצבים
אוועטאר
א צווייטער
שר האלף
תגובות: 1000
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 25, 2020 2:45 pm

Re: שטיין אויפן באס - וויפיל דארף מען באצאלען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א צווייטער »

האב איך געהערט אמאל פון פאפלאנאש ביין א שיעור בתוך דבריו מיט א פשטות ,כאטש וואס ס'איז נישט מענטשליך מטעם די באס קאמפעני איז מען מחויב צו באצאלן,ופשוט.
א ידען מיינט נישט ער איז קלוג, א חכם מיינט נישט ער איז א ידען.
אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

Re: שטיין אויפן באס - וויפיל דארף מען באצאלען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחשב »

ישרן האט געשריבן: אויבנאויף איז מען מחויב צו באצאלן.
עי' גמ' בב"ק דאפילו אם זה נהנה וזה לא חסר פטור, מ"מ אם יש חסרון פורתא מגלגלין עליו את הכל, וכל אדם שנוסע בבאס מכביד המשא של הבאס ועולה מן חשבון הגעז.

איך קען נישט די הלכות, אבער דא איז קען זיין א פועל. קומט ווארשיינלעך נישט אריין די הלכה פון זה נהנה.
Kollel
שר תשעת אלפים
תגובות: 9495
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

Re: שטיין אויפן באס - וויפיל דארף מען באצאלען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kollel »

פאפיגיי האט געשריבן: אויף די וומסב"ג-ב"פ באס,ווען ס'איז שוין נישטא קיין פלאץ צו זיצען, נאר מ'דארף שטיין, פארלאנגען זיי צו צאלען די געהעריגע פרייז? אויב יא, האבן זיי די רעכט דערויף

יבואו הלומדים ויפלפלו

עד שאתה שואל על וומסב"ג-ב"פ באס שאל נא על המאנרא באס.
אונז זעמיר שוין געשטאנען א גאנצע וועג אריין אין שטאט און דער דרייווער האט פארלאנגט די געהעריגע/איבערגעטריבענע פרייז
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 15340
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: שטיין אויפן באס - וויפיל דארף מען באצאלען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

גייסטעך אויפ'ן באס אפ' דו זעהסט אז עס איז איבערגעפילט, וואס איז די שאלה?
ישרן
שר חמש מאות
תגובות: 784
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 07, 2019 12:11 am

Re: שטיין אויפן באס - וויפיל דארף מען באצאלען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישרן »

מחשב האט געשריבן:
ישרן האט געשריבן: אויבנאויף איז מען מחויב צו באצאלן.
עי' גמ' בב"ק דאפילו אם זה נהנה וזה לא חסר פטור, מ"מ אם יש חסרון פורתא מגלגלין עליו את הכל, וכל אדם שנוסע בבאס מכביד המשא של הבאס ועולה מן חשבון הגעז.

איך קען נישט די הלכות, אבער דא איז קען זיין א פועל. קומט ווארשיינלעך נישט אריין די הלכה פון זה נהנה.

ווי קומט דא אריין פועל?
דער באס ארבעט פאר מיר?
דער חיוב איז זיכער אלס נהנה.
אפענע וועלט
שר חמש מאות
תגובות: 986
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 17, 2015 3:26 pm

Re: שטיין אויפן באס - וויפיל דארף מען באצאלען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפענע וועלט »

וואס זענען די באסעס? פארוואס און פארוועם איז עס געמאכט? וואס איז עס אנדערשט ווי די שטאטישע באסעס ?
די וועלט ענדיגט זיך נישט ביי אייוועלט, וואטסעפ און בחצרות. זעצט אייך לערנען וועט איר טרעפן א נייע וועלט.
ישרן
שר חמש מאות
תגובות: 784
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 07, 2019 12:11 am

Re: שטיין אויפן באס - וויפיל דארף מען באצאלען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישרן »

סטאוו יא פיטא האט געשריבן: זה נהנה וזה לא חסר קומט לכאורה נישט אריין דא ווייל א באס איז נישט קיין קרקע און דערפאר יכולין לעכב ליכנס מן הדין.

לכתחלה קען מען אודאי מעכב זיין (כמדומה אפילו ביי קרקע) אבער צו באצאלן בדיעבד איז די זעלבע שאלה ביי מטלטלין ווי ביי קרקע (עי' תוס ב"ק כ: ד"ה הא אתהנית)
פארשטייט זיך אז מרעדט נאר ווען ער טוט נישט קיין מעשה גזילה ווי למשל ביי א באס וואס דאס איז נישט שייך.
לעצט פארראכטן דורך ישרן אום דינסטאג אוגוסט 25, 2020 11:50 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
הרב_שלום
שר עשרת אלפים
תגובות: 16130
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג דעצעמבער 12, 2014 9:44 am

Re: שטיין אויפן באס - וויפיל דארף מען באצאלען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב_שלום »

חיים פריינד פלעגט זאגן אז ער איז מסכים אז די וואס שטייען זאלן נישט באצאלען אבער מיט תנאי אז ווען די באס איז ליידיג און מען ניצט 2 סיעטס זאל מען צאלען דאפעלט
איר קויפט ביי עמעזאן ביטע גייט דורך מיין לינק
https://amzn.to/3XWkbTZ

https://www.referyourchasecard.com/21q/3BAHBAHZE2

You can find jobs at www.macherusa.com/all www.jobsgemach.com
As an Amazon Associate I earn from qualifying purchases
אוועטאר
נתן בן ופסי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5541
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 04, 2019 8:34 am
לאקאציע:מחנה ישראל

Re: שטיין אויפן באס - וויפיל דארף מען באצאלען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נתן בן ופסי »

מחשב האט געשריבן:
ישרן האט געשריבן: אויבנאויף איז מען מחויב צו באצאלן.
עי' גמ' בב"ק דאפילו אם זה נהנה וזה לא חסר פטור, מ"מ אם יש חסרון פורתא מגלגלין עליו את הכל, וכל אדם שנוסע בבאס מכביד המשא של הבאס ועולה מן חשבון הגעז.

איך קען נישט די הלכות, אבער דא איז קען זיין א פועל. קומט ווארשיינלעך נישט אריין די הלכה פון זה נהנה.

נישט אלעמאל זאגט מען לכאורה זה נהנה אויב יא איז אויס וועלט, איך מעג אריין גיין שווימען ביי איינעם אן באצאלען? זה נהנה?
ה' נָתַן וה' לָקָח, יְהִי שֵׁם ה' מְבֹרָךְ (איוב א, כא)
ישרן
שר חמש מאות
תגובות: 784
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 07, 2019 12:11 am

Re: שטיין אויפן באס - וויפיל דארף מען באצאלען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישרן »

נתן בן ופסי האט געשריבן:

אודאי מוז מען באצאלן.
זה נהנה וזה חסר.
האסט א סבה אז נישט?

חוץ אז מועט זאגן אז עס הייסט נישט קיין נהנה ווייל עס איז א גברא דלא עביד למיגר ווייל ער האלט נישט ביים באצאלן צו גיין שווימען, וצריך עיון בזה.
אוועטאר
נתן בן ופסי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5541
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 04, 2019 8:34 am
לאקאציע:מחנה ישראל

Re: שטיין אויפן באס - וויפיל דארף מען באצאלען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נתן בן ופסי »

ישרן האט געשריבן:
נתן בן ופסי האט געשריבן:
מחשב האט געשריבן:
ישרן האט געשריבן: אויבנאויף איז מען מחויב צו באצאלן.
עי' גמ' בב"ק דאפילו אם זה נהנה וזה לא חסר פטור, מ"מ אם יש חסרון פורתא מגלגלין עליו את הכל, וכל אדם שנוסע בבאס מכביד המשא של הבאס ועולה מן חשבון הגעז.

איך קען נישט די הלכות, אבער דא איז קען זיין א פועל. קומט ווארשיינלעך נישט אריין די הלכה פון זה נהנה.

נישט אלעמאל זאגט מען לכאורה זה נהנה אויב יא איז אויס וועלט, איך מעג אריין גיין שווימען ביי איינעם אן באצאלען? זה נהנה?

אודאי מוז מען באצאלן.
זה נהנה וזה חסר.
האסט א סבה אז נישט?

וואס איז חסר?
ה' נָתַן וה' לָקָח, יְהִי שֵׁם ה' מְבֹרָךְ (איוב א, כא)
ישרן
שר חמש מאות
תגובות: 784
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 07, 2019 12:11 am

Re: שטיין אויפן באס - וויפיל דארף מען באצאלען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישרן »

נתן בן ופסי האט געשריבן:
ישרן האט געשריבן:
נתן בן ופסי האט געשריבן:
מחשב האט געשריבן:
ישרן האט געשריבן: אויבנאויף איז מען מחויב צו באצאלן.
עי' גמ' בב"ק דאפילו אם זה נהנה וזה לא חסר פטור, מ"מ אם יש חסרון פורתא מגלגלין עליו את הכל, וכל אדם שנוסע בבאס מכביד המשא של הבאס ועולה מן חשבון הגעז.

איך קען נישט די הלכות, אבער דא איז קען זיין א פועל. קומט ווארשיינלעך נישט אריין די הלכה פון זה נהנה.

נישט אלעמאל זאגט מען לכאורה זה נהנה אויב יא איז אויס וועלט, איך מעג אריין גיין שווימען ביי איינעם אן באצאלען? זה נהנה?

אודאי מוז מען באצאלן.
זה נהנה וזה חסר.
האסט א סבה אז נישט?

וואס איז חסר?

אביסל וואסער.
איינמאל עס איז דא קליינע חסרון דארף מען באצאלן די גאנצע.
אוועטאר
נתן בן ופסי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5541
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 04, 2019 8:34 am
לאקאציע:מחנה ישראל

Re: שטיין אויפן באס - וויפיל דארף מען באצאלען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נתן בן ופסי »

ישרן האט געשריבן:
נתן בן ופסי האט געשריבן:
ישרן האט געשריבן:
נתן בן ופסי האט געשריבן:
מחשב האט געשריבן: איך קען נישט די הלכות, אבער דא איז קען זיין א פועל. קומט ווארשיינלעך נישט אריין די הלכה פון זה נהנה.

נישט אלעמאל זאגט מען לכאורה זה נהנה אויב יא איז אויס וועלט, איך מעג אריין גיין שווימען ביי איינעם אן באצאלען? זה נהנה?

אודאי מוז מען באצאלן.
זה נהנה וזה חסר.
האסט א סבה אז נישט?

וואס איז חסר?

אביסל וואסער.
איינמאל עס איז דא קליינע חסרון דארף מען באצאלן די גאנצע.

קוקען א פלעי? איך מיין די געדאנק אז ווען איינער זאגט איך טוה עס נאר פאר כך וכך, גייט עס נישט אריין און כלל זה נהנה וזה לא חסר
ה' נָתַן וה' לָקָח, יְהִי שֵׁם ה' מְבֹרָךְ (איוב א, כא)
ישרן
שר חמש מאות
תגובות: 784
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 07, 2019 12:11 am

Re: שטיין אויפן באס - וויפיל דארף מען באצאלען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישרן »

מיינסט א אומלעגאלע קאפי פון א dvd?
פיל מער קאמפליצירט ואכמ"ל.
ישרן
שר חמש מאות
תגובות: 784
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 07, 2019 12:11 am

Re: שטיין אויפן באס - וויפיל דארף מען באצאלען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישרן »

נתן בן ופסי האט געשריבן: איך מיין די געדאנק אז ווען איינער זאגט איך טוה עס נאר פאר כך וכך, גייט עס נישט אריין און כלל זה נהנה וזה לא חסר

די נקודה האב איך שוין דערמאנט אויבן אז אויב מען האלט נישט ביים באצאלן הייסט עס א גברא דלא עביד למיגר.
אבער ביי קאפיס פון סידיס קען עס זיין א שאלה פון גניבה ממש און נישט נהנה ואכמ"ל.
אוועטאר
נתן בן ופסי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5541
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 04, 2019 8:34 am
לאקאציע:מחנה ישראל

Re: שטיין אויפן באס - וויפיל דארף מען באצאלען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נתן בן ופסי »

ישרן האט געשריבן: מיינסט א אומלעגאלע קאפי פון א dvd?
פיל מער קאמפליצירט ואכמ"ל.

איך מיין נישט מאכן קיין קאפיס איך מיין אריין גיין קוקען א פלעי לייוו אן באצאלען
ה' נָתַן וה' לָקָח, יְהִי שֵׁם ה' מְבֹרָךְ (איוב א, כא)
ישרן
שר חמש מאות
תגובות: 784
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 07, 2019 12:11 am

Re: שטיין אויפן באס - וויפיל דארף מען באצאלען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישרן »

נתן בן ופסי האט געשריבן:
ישרן האט געשריבן: מיינסט א אומלעגאלע קאפי פון א dvd?
פיל מער קאמפליצירט ואכמ"ל.

איך מיין נישט מאכן קיין קאפיס איך מיין אריין גיין קוקען א פלעי לייוו אן באצאלען

לכתחלה טאר מען זיכער נישט, אבער לאחר המעשה קען זיין אז איינער וואס האלט נישט ביים קויפן א טיקעט דארף נישט באצאלן.
וכמובן דכ"ז להלכה ולא למעשה.
אוועטאר
ציגאנער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3252
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 02, 2020 2:53 pm

Re: שטיין אויפן באס - וויפיל דארף מען באצאלען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ציגאנער »

אויב ס'איז עביד למיגר - דאס מיינט אז דו האסט הנאה פון א קאמפעני מיט א סערוויס וואס אויף דעם שטייט די ביזנעס, דעמאלס אפילו ביי לא חסר דארף מען געהעריג צאלן, (ס'דא א תשובה כ'מיין פון שבט הלוי לגבי קראצן סטעמפס, ער ענטפערט טאקע שטארק לאיסור). און די זעלבע איז ביי א באס/טרעין/פאל/פלעי. (ביי סידיס און דיווידיס קען מען אפשר יא אביסל דרייען).

אבער שיקן א פעקל מיט mta אדער כאפן א היטש מיט ups איז געהעריג זה נהנה וזה לא חסר (-די דיפערענץ פון געז איז לכאורה פחות משוה פרוטה...). און ביי מאנרא באס וואס שטעלט צו א סערוויס פאר פעקלעך דארף מען טאקע דן זיין.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 36792
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: שטיין אויפן באס - וויפיל דארף מען באצאלען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

א שטיין אויף א באס

ער דארף באצאלן וויפיל ס'קאסט צו פארעכטן די שאדן.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5754
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: שטיין אויפן באס - וויפיל דארף מען באצאלען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

Kollel האט געשריבן:
פאפיגיי האט געשריבן: אויף די וומסב"ג-ב"פ באס,ווען ס'איז שוין נישטא קיין פלאץ צו זיצען, נאר מ'דארף שטיין, פארלאנגען זיי צו צאלען די געהעריגע פרייז? אויב יא, האבן זיי די רעכט דערויף

יבואו הלומדים ויפלפלו

עד שאתה שואל על וומסב"ג-ב"פ באס שאל נא על המאנרא באס.
אונז זעמיר שוין געשטאנען א גאנצע וועג אריין אין שטאט און דער דרייווער האט פארלאנגט די געהעריגע/איבערגעטריבענע פרייז

געפרעגט גראדע אמאל א דיין אויף פונקט דער שאלה, האט ער געזאגט אזוי, א באס קאמפיני האט די רעכט צו בעטן וויפיל געלט ער וויל, סיי פאר זיצן, און סיי פאר שטיין, די זאך איז אזוי, א מענטש קומט ארויף אויף א באס, און ער זעט אז די באס איז פיל, און ער גייט נישט האבן קיין פלאץ צו זיצן, דאן קען ער נישט האבן קיין שום טענה צו די באס קאמפיני, ווייל ער באצאלט פארן שטיין אויף די באס, און די פרייז וואס די קאמפיני בעט, איז פונקט די זעלבע פאר׳ן שטייען ווי פאר׳ן זיצן, נאכמער, די וויליאמסבורג-ב״פ באס, איז זייער אפט פיל (ווייל ער איז אן אוממענטש און שטעלט נישט צו גענוג באסעס), מילא ווען א מענטש גייט ארויף אויף די באס ווייסט ער אז ס׳איז גאר גרויסע טשאנסען אז ער גייט דארפ׳ן שטיין, מילא איז סבר וקבל אויף די פרייז פון שטיין.

משא״כ אויב ער קומט ארויף אויף די באס, און ער זעט נישט אז ס׳איז נישטא קיין ליידיגע סיעט, און ערשט נאכדעם דערזעט ער זיך מיט א פילע באס, דאן קען ער האבן טענות, אז די פרייז וואס איך האב מסכים געווען איז געווען אויף זיצן, פאר שטיין וואלט איך קיינמאל נישט געצאלט די פרייז, וואס דאן קען שוין זיין א שאלה טאמער ער דארף באצאלען די גאנצע (איך האב שוין אפט מאל געזען, אז ווען א באס איז פיל, גייען אראפ 5-6 מענטעשן און מען באשטעלט א טעקסי צוזאמען, מילא האט ער א טענה, ווען איך ווייס ווען אז איך וואלט געדארפט שטיין, וואלט איך קיינמאל נישט באצאלט די פרייז פון זיצן, איך וואלט מיטגענומען אפאר מענטשען און געמאכט א טעקסי, אויב וואלט עס אבער געווען האלב פרייז, וואלט איך אפשר יא מסכים געווען צו שטיין).

בלייבט נאר איבער די שאלה, ווי אפט איז די מאנרא באס פיל אן קיין ליידיגע זיצן.
שרייב תגובה

צוריק צו “בין אדם לחבירו”