על ספרים וסופרים
[אויב סאיז שוין פארהאן אזאנס, ביטע צו-וויסן טון.
יישר כח,
יאנקל פיקניק.]
די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד
חוח בין השושנים האט געשריבן: אונז גייען עס follow'ען מיט פארגעניגן!
סוד שיח האט געשריבן: יש ספר כתבי קודש מהמגיד מקאזניץ זיע"א עם ארבעה מיטיבי לכת הבעש"ט המגיד הבארדיטשובער רב והמגיד מקאזניץ.
יש המעוררין על הספר וסוברים שאינו נכון מה הטעם לכך?
פיק ניק האט געשריבן: ס'קומט די יארצייט פון בן איש חי, צווישן די פילע ספרים וואס ער האט מחבר געווען איז פארהאן א ספר "מקבציאל", אט דער ספר ווערט כמה פעמים דערמאנט דורכן מחבר בתוך שאר ספריו, אבער ס'איז למעשה נישט בנמצא. סהאט איינער לעצטענס ארויסגעגעבן א ספר מקבציאל מיוחס להבן איש חי, אבער ווי ס'שטעלט זיך ארויס איז די כתב יד וואס יענער האט געטראפן גאר עפעס אנדערש, ס'איז טיוטות פון ספר בן איש חי.
פארוואס פארצייל איך דאס? ווייל איך האב געעפנט ביידעאון זיי משוה געווען ס'איז צו שטוינען די קאפ און מח, און די גרויס חכמה וואס די בן איש חי האט אריינגעלייגט אין זיין לשון, ס'זאל זיך ליינען לייכט, גרינג אריינגיין אין קאפ, און ווערן געדענקט מסודר'דיג.
איך בין מייעץ ווער ס'וויל האבן אן עונג שבת זאל משווה זיין די צוויי ספרים.
shalsheles האט געשריבן: רבי מנשה רייזמאן שליט״א דערמאנט פאריגע וואך ביים יארצייט אז ווען די אמעריקאנע זענען אריין אין באגדאד ביי די גאלף מלחמה האבן זיי געטראפן כתבי יד פון בן איש חי זצ״ל וואס דער מקבציאל האט געדארפט זיין דארט, רבי עובדי׳ יוסף זצ״ל געטון השתדלות עס צו באקומען.וואס איז געווארן למעשה ווייסט ער נישט.
איינס האט געשריבן: דאס אז ער איז געווען מחולק האט איהם נישט געמאכט ער זאל נישט וועלן זעהן דעם ספר (אפשר גאר פארקערט...), ער איז געווען מחולק אויך מיטן כף החיים און דאך האט ער צוגעענדיגט דעם כף החיים די לעצטע סימן
shalsheles האט געשריבן: רבי מנשה רייזמאן שליט״א דערמאנט פאריגע וואך ביים יארצייט אז ווען די אמעריקאנע זענען אריין אין באגדאד ביי די גאלף מלחמה האבן זיי געטראפן כתבי יד פון בן איש חי זצ״ל וואס דער מקבציאל האט געדארפט זיין דארט, רבי עובדי׳ יוסף זצ״ל געטון השתדלות עס צו באקומען. וואס איז געווארן למעשה ווייסט ער נישט.
יש מבין האט געשריבן: די מעשה מיט די ארמיי אין באגדאד איז גאנץ אינטרעסאנט און כנהוג איז עס מן הסתם שוין געווען באריכטע אין כמעט יעדע אידישע אויסגאבע.
בקיצור נמרץ, אין די לעצטע טעג אדער שעות פון סאדאמ'ס הערשאפט האבען זיי פארפלייצט די בעיסמענט ווי די ריזיגע אידישע אוצרות זענען געווען און זיי שווער געשעדיגט. דער אמעריקאנער ארמיי האט ארויסגעפאפמט די וואסער און אונטערגעפירט פירסט עיד פאר די ספרים וכתבי ידות מיט די הילף פון פראוויזארישע פענס און די נאטירליכע זין.
שפעטער האט מען זיי אפגעשיקט קיין אמעריקא ווי די עקספערטן האבען געארבייט בלאט בלאט צו ראטעווען וויפיל מען קען. עס דארף צו זיין א גאנצע וועבסייט פון וואס מען האט מצליח געווען צו ראטעווען און איז געבליבן ליינבאר, דארט האט א מומחה אינדעציפירט כתבים פונעם בא''ח און דאס האט מען געדרוקט.
עס איז געווען באריכטעט אז איראק איז צוריק תובע די אוצרות און כמובן די מאכטפולע אמעריקאנע אידישע אורגאניזאציעס האבען זיך קעגן געשטעלט ווייל דאס זענען דאך בארויבטע אידישע אוצרות מיט געהעריגע יורשים. איך געדענק נישט יעצט כרגע וואס עס האט זיך אויסגעקאכט, מעגליך אז מען שלאגט זיך נאך.
בוחר בשירי זמרה האט געשריבן: ער האט געמאכט אויף די גאנצע פסוק.
בו איש חי רב פעלים מקבציא' וכו

יוסף פריעדמאן האט געשריבן:בוחר בשירי זמרה האט געשריבן: ער האט געמאכט אויף די גאנצע פסוק.
בו איש חי רב פעלים מקבציא' וכו
בן איש חיל