ווי אזוי מאכט מען א לוח?
אויף דער בקשה פון עמיצן אין אישי, וועל איך דא אראפשרייבן ווי אזוי אונזער לוח איז באזירט. מחוסר פנאי וועט עס זיין שטארק בקיצור, אויפ'ן שפיץ גאפל. אזוי אויך וועל איך מיך האלטן אויפ'ן דרך המלך, אן פארקריכן צו די זייטן, הגם מ'קען אין יעדער זאך אריינגיין לענגער און ברייטער. אדרבה, ווער ס'קען צולייגן און בעסער ארויסברענגען, למצוה תחשב.
דער באדייט פון א יאר און א חודש
דער גאנצער הימל אינאיינעם מיט אלע שטערנס און פלאנעטן דרייט זיך ארום אונזער וועלט יעדן טאג פון מזרח צו מערב (לויט דער היינטיגער אסטראנאמיע דרייט זיך די וועלט צו מזרח און נישט דער הימל, אבער ס'איז היינו הך לענינינו). דאס ווערט אנגערופן דער "גלגל העליון". א דריי פונעם הימל ארום דער וועלט דויערט נישט קיין גאנצע 24 שעה, נאר עטליכע מינוט ווייניגער, דאס מיינט אז א שטערן וואס איז העכער אונזער קאפ יעצט, וועט זיין צוריק אין אביסל ווייניגער ווי 24 שעה ארום.
די זון, וועלכע פארט מיט אינאיינעם מיט'ן גאנצן הימל פון מזרח צו מערב, שפאצירט זעלבסט אינעם הימל צו דער פארקערטער ריכטונג, פון מערב צו מזרח (לויט ווי ס'איז היינט אנגענומען דרייט זיך די וועלט ארום דער זון, אבער ס'מאכט נישט אויס צו פארשטיין דעם לוח). זי גייט פאמעליך, ארום איין מעלה א טאג. דאס איז גורם אז זי זאל זיין יעדן טאג אביסל הינטערשטעליג פונעם גלגל העליון צו מזרח צו, און דעריבער דויערט גאנצע 24 שעה ביז מיר זעען איר נאכאמאל אויפ'ן זעלבן ארט ווי א טאג פריער.
נאכ'ן שפאצירן 365 טעג מיט נאך אביסל ווייניגער ווי זעקס שעה, קומט זי צוריק צום זעלבן פלאץ אינעם גלגל וואו זי האט אנגעהויבן, און דאס איז א יאר. אט דער מהלך פון דער זון איז דער גורם צו די פיר סעזאנען פון יאר, וועלכע שאפן זיך לויט'ן ארט פון דער זון ביחס צו דער וועלט.
די לבנה שפאצירט אויך פון מערב צו מזרח, אבער פיל שנעלער. זי גייט ארום דרייצן מעלות א טאג, און קומט צוריק צום זעלבן ארט נאך בערך 27 טעג. א חודש איז למעשה אביסל לענגער ווי דעם, ווייל א חודש ווערט אפגעצייכנט ווען די לבנה גרייכט דעם זעלבן פלאץ ווי די זון, וואס דעמאלטס ווערט זי אינגאנצן פארטונקלט, וויבאלד איר גאנצע ליכטיגע זייט איז אויסגעדרייט צו דער זון. ממילא וויבאלד די זון רוקט זיך אויך ארום א מעלה א טאג, קומט אויס אז די לבנה דארף גיין עטוואס מער ווי א גאנצן קרייז צו זיין נאכאמאל אויפ'ן זעלבן ארט ווי דער זון.
ווען די לבנה קומט אן אויפ'ן ארט פון דער זון, איז דער "מולד" – ס'ווערט געבוירן א נייע לבנה, און דעמאלטס פאנגט זיך אן א נייער חודש. דאס פאסירט נאך 29.5 טעג, מיט נאך 44 מינוט און איין חלק.
ווי מיר זעען איז די נאטירליכע ערשיינונג פון א יאר פארבינדן מיט דער זון און די ערשיינונג פון א חודש מיט דער לבנה. ס'איז אויך דא א "לבנה יאר" אדער א "זון חודש", אבער דאס מיינט גארנישט באמת. א "לבנה יאר" איז בלויז צוועלף חדשים, און א "זון חודש" איז פשוט צוטיילט דאס יאר אין צוועלף; ביידע זענען נאר פאר פראקטישקייט, הגם ס'פאסירט גארנישט באמת אין הימל.
אונזער לוח איז למעשה באזירט אויף אמת'ע חדשים און אויף אמת'ע יארן. מיר ציילן חדשים צו דער לבנה און באשטימען א "יאר" נאך צוועלף חדשים, אבער דאס יאר איז אביסל ווייניגער, מיט ארום עלף טעג, פון דעם אמת'ן זון יאר. דעריבער מאכן מיר יעדע עטליכע יאר אן עיבור יאר, ווען מיר לייגן צו א דרייצנטן חודש צום יאר, און אזוי גלייכן מיר זיך אויס, ווי שפעטער אויסגעשמועסט.
באשטימען חדשים לויט'ן מולד
אבער איידער מיר זעען ווי אזוי מ'פארגלייכט זיך מיט דער זון, דארפן מיר קודם זען ווי אזוי די חדשים שטימען מיט דער לבנה.
ווי דערמאנט איז א חודש פון דער לבנה 29.5 טעג מיט 44 מינוט און א חלק. א חודש באשטייט אייביג פון גאנצע טעג, וואס דאס מיינט אז ס'דארף זיין אמאל פון 29 טעג און אמאל פון 30.
וואלט דער מולד געווען נאך פונקט 29.5 טעג, וואלטן מיר געקענט מאכן איין חודש 29 און דער צווייטער 30 און מיר וואלטן געווען אויפ'ן ריכטיגן פלאץ נאך יעדע צוויי חדשים. למעשה דארף מען זיך רעכענען מיט די איבריגע 44 מינוט און א חלק וואס קומט צו יעדן חודש. גלייכצייטיג איז אויך א תקנה פון חז"ל נישט צו באשטימען דעם ערשטן טאג ראש השנה אין די טעג אד"ו – זונטאג, מיטוואך, און פרייטאג – כדי יום כיפור זאל נישט זיין אינאיינעם מיט שבת און כדי הושענא רבה זאל נישט אויספאלן שבת.
דעריבער זענען אלע חדשים פון יאר טאקע מיט א סיסטעם פון איינס 30 און דער צווייטער 29, חוץ די חדשים חשון און כסלו וועלכע קענען זיין אויף דריי אופנים: אדער "כסדרן", אויפ'ן סיסטעם פון אלע חדשים, דהיינו חשון האט 29 און כסלו 30; אדער זענען ביידע "מלא", מיט 30 טעג; אדער זענען ביידע "חסר", מיט 29. אזוי ארום קען מען זיך שפילן מיט'ן לוח, סיי צוצולייגן נאך א חודש מלא ווען ס'שאפט זיך א גאנצער חודש פון די איבריגע 44 מינוט, און סיי זען אז ראש השנה זאל נישט אויסקומען אין די טעג אד"ו, ווי מיר וועלן שפעטער זען.
די איבריגע חדשים לויפן שטענדיג אויפ'ן סיסטעם: תשרי, שבט, (אדר א'), ניסן, סיון, אב פארמאגן אייביג 30 טעג, און טבת, אדר, אייר, תמוז, אלול פארמאגן אייביג 29 טעג.
ווי אזוי באשטימט מען למעשה די חדשים חשון און כסלו? דאס טוט מען דורכ'ן קובע זיין דעם טאג פון ראש השנה פון דעם יאר און פונעם קומענדיגן יאר, און לויט'ן צאל טעג וואס דאס יאר פארמאגט, זעט מען ווי אזוי צו באשטימען חשון און כסלו.
ווייל נאכ'ן קובע זיין דעם טאג פון ראש השנה פון דעם יאר און פונעם קומענדיגן יאר, וועט מען זיך טרעפן מיט א יאר מיט איינעם פון די דריי מספרים: 353 טעג, 354 טעג, אדער 355 טעג (אויב איז עס אן עיבור יאר, איז מיט 30 טעג מער, וויבאלד אדר א' איז אלץ 30 טעג). יעצט אויב פארמאגט דאס יאר 354 טעג, מאכט מען חשון און כסלו "כסדרן"; אויב פארמאגט עס 353 טעג, מאכט מען ביידע חסר; און אויב פארמאגט עס 355 טעג, מאכט מען ביידע מלא. דוק ותשכח אז דער חשבון שטימט.
קובע זיין ראש השנה
יעצט דארפן מיר זען ווי אזוי מ'באשטימט דעם טאג פון ראש השנה.
די גלייכסטע זאך וואלט געווען צו באשטימען ראש השנה אויפ'ן טאג פונעם מולד פון חודש תשרי, דהיינו אויב דער מולד איז צב"ש זונטאג, זאל ראש השנה זיין זונטאג. למעשה זענען דא פיר דחיות וואס חז"ל האבן אוועקגעשטעלט ווען מ'שטופט אפ ראש השנה פונעם טאג פונעם מולד.
א) לא אד"ו ראש. דאס האבן מיר שוין פריער געזען, אז מ'איז נישט קובע ראש השנה אין איינעם פון די טעג זונטאג, מיטוואך, אדער פרייטאג. אויב קומט דער מולד אויס אין איינעם פון די טעג, שטופט מען אפ ראש השנה צום קומענדיגן טאג.
ב) מולד זקן בל תדרוש – מ'איז נישט קובע ראש השנה אינעם טאג פונעם מולד אויב איז עס אן "אלטער מולד". אן אלטער מולד ווערט אנגערופן אויב ס'איז שפעטער ווי 12:00 נאכמיטאג. אין אזא פאל באטראכט מען עס שוין ווי דעם קומענדיגן טאג און מ'איז דעמאלטס קובע ראש השנה, און אויב איז דער קומענדיגער טאג פון אד"ו, שטופט מען אפ ראש השנה צו א טאג שפעטער. די סיבה פון דעם דיחוי איז אן אריכות פאר זיך.
ג) ג"ט ר"ד בשנה פשוטה גרוש – אויב איז דער מולד אין חודש תשרי פון א שנה פשוטה דינסטאג שפעטער ווי 9 שעה מיט 204 חלקים אריין אין טאג (דאס קומט אויס 3:11 פארטאגס מיט 6 חלקים), שטופט מען אפ ראש השנה צו דאנערשטאג – ווייל מיטוואך קען דאך נישט זיין ראש השנה.
ד) בט"ו תקפ"ט בשנה שאחר מעוברת עקור מלשרוש – אויב איז דער מולד פון חודש תשרי נאך אן עיבור יאר מאנטאג שפעטער ווי 15 שעה מיט 589 חלקים אריין אין טאג (9:32 אינדערפרי מיט 13 חלקים), שטופט מען אפ ראש השנה צו דינסטאג. די סיבה פון די לעצטע צוויי דיחויים איז כדי דאס יאר זאל נישט דארפן זיין לענגער ווי 355 טעג אדער קורצער ווי 353 טעג. ווער ס'וויל קען עס אליין אויסרעכענען.
ווייסן מיר שוין ווי אזוי מ'מאכט א לוח:
מ'קוקט ווען ס'וועט זיין דער מולד פון חודש תשרי פון דעם באטרעפנדן יאר, דערנאך קוקט מען ווען ס'וועט זיין דער מולד פון חודש תשרי פונעם קומענדיגן יאר, און מ'איז קובע ראש השנה פון ביידע יארן באזירט אויף די אויבנדערמאנטע פיר דחיות. יעצט קוקט מען וויפיל טעג דאס יאר וועט האבן, און לויט דעם באשטימט מען די חדשים חשון און כסלו. די איבריגע חדשים האבן דאך א באשטימטן צאל טעג יעדעס יאר.
זיך אויסגלייכן מיט דער זון
יעצט אז אונזערע חדשים שטימען שוין מיט דער לבנה, דארף מען נאר זען נאך אז די יארן זאלן שטימען מיט דער זון.
ווי דערמאנט, א יאר איז 365 טעג מיט נאך כמעט 6 שעה. דאס מיינט אז ס'איז מיט איבער 11 טעג מער ווי אונזער א מיטלמעסיג יאר פון 354 טעג. לויט דעם וועט נאך צוויי יאר צוקומען בערך 22 טעג, און נאך דריי יאר 33 טעג. דאס מיינט אז מיר, וואס מיר כאפן צוריק די טעג דורכ'ן צולייגן א חודש העיבור, דארפן צולייגן א חודש יעדע צוויי-דריי יאר.
חז"ל האבן צוליב דעם אוועקגעשטעלט א מחזור פון 19 יאר, וואס איז דעם מחזור זענען דא 12 שנים פשוטות און 7 שנים מעוברות, אויף דעם פאלגנדן סדר: 2 פשוטות, אן עיבור יאר, 2 פשוטות, אן עיבור יאר, 1 פשוטה, אן עיבור יאר, 2 פשוטות, אן עיבור יאר, 2 פשוטות, אן עיבור יאר, 2 פשוטות, אן עיבור יאר, 1 פשוטה, אן עיבור יאר. דער סימן פון די שנים מעוברות איז גו"ח אדז"ט.
דער פינקטליכער מאס פון אן אמת'ן יאר איז א מחלוקת פון תקופת שמואל און תקופת רב אדא, אזוי אויך איז דא די היינטיגע אסטראנאמישע ציילונג. אונזער לוח איז באזירט אויף תקופת רב אדא, און אפילו אויב וויל מען זאגן אנדערש, שטימט עס כמעט, אזוי אז מ'דארף זיך נישט צוטון מאכן פון דעם קליינעם שינוי.