cano האט געשריבן:
און וועגען די מקור פון קוויטלעך, לויט וואו איך האב געהערט שטאמט עס , פון רבי ר' בער, ער האט געזאגט אז דער רבי דער בעל שם טוב האט געקענט מיטען קאפ, אבער איך קען נישט אזוי, האט ער איינגעפירט מען זאל שרייבען קוויטלעך.
די תלמידים פון הייליגן בעש"ט האבן אריינגעשריבן זייערע נעמען אין רבינ'ס סידור. דער סידור עקזיסטירט נאך.
cano האט געשריבן:
און וועגען די מקור פון קוויטלעך, לויט וואו איך האב געהערט שטאמט עס , פון רבי ר' בער, ער האט געזאגט אז דער רבי דער בעל שם טוב האט געקענט מיטען קאפ, אבער איך קען נישט אזוי, האט ער איינגעפירט מען זאל שרייבען קוויטלעך.
די תלמידים פון הייליגן בעש"ט האבן אריינגעשריבן זייערע נעמען אין רבינ'ס סידור. דער סידור עקזיסטירט נאך.
איך האב געהערט א מעשה פון א איד וואס האט באקומען א טעלאפאן קאל פון ארץ ישראל אז זיין ברודער איז געווען אינוואלווד אין א עקסידענט, און אזויווי ער איז די איינציגסטע אין די משפחה וואס וואוינט אין אמעריקא זאל ער אריינגיין מזכיר זיין צום בעל על הגאולה מ'סאטמאר זי"ע דאס איז געווען שוין דעם לעצטן זומער תשל"ט ער נעמט די קוויטל, ער גיט א קוק ער ווערט ווייס און ווארפט אראפ די קוויטל און מאכט מיט די הענט אז עס איז שוין לאחר המעשה, דער איד האט גלייך פארשטאנען אז עס איז שוין לאחר המעשה האט ער אנגערופן קיין ארץ ישראל או מ'האט עס באשטעטיגט אז ער איז שוין ליידער נישט בעלמא הדין, שנשמע ונתבשר בשורות טובות
cano האט געשריבן:
אז איך האב שוין דערמאנט דעם רבין וועל איך פארציילען וואס איך האב געהערט פון הרה"ח ר' אהרן פאלאק ע"ה, א תלמיד פין זענטא אז אין די ישיבה האט מען געוויסט אז די ערשטע קוויטעל וואס דער רבי' האט באקימען איז געווען פון זיין פעטער דער דברי יואל זי"ע,
די מעשה איז א ביסעל אן אריכות, ועוד חזון בל"נ.
יעצט באמערקט דעם אינהאלטסרייכן אשכול
קאנוי, אפשר ביסטו משלים די מעשה?
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
שמעתי מהגה"ח ר' ניסן קרעמער שליט"א, אז ער איז אמאל געווען ביים באהושער רבי אין ארץ ישראל און געשריבן א קוויטל פשוט די נעמען אהן קיינע בקשות, ווען דער באהושער רבי האט עס געלייענט האט ער געפרעגט פון ר' ניסן, "איר האט אפשר די און די פראבלעם? ענטפערט ר' ניסן אז יא, אויב אזוי האט איהם דער באהושער רבי געזאגט גיי ארויס אין שרייב עס אריין אין קוויטל און קום דערנאך צוריק.
דער געווענטליכער נוסח צו שרייבן אויף קוויטלעך וועלכע מ'לייגט אויף א ציון איז געווען דער נאמען צוגעשריבן לבריאת הגוף והנפש, אדער אין קורצן לברה"ג ולברה"נ.
אנדי פעטיט האט געשריבן:
אין לי יד בנסתרות אלו, אדרבא נאך פון א יונגע עלטער האב איך געהאט אסאך קשיות און שאלות אויף דער גאנצע ענין, איך האב געזוכט און גענישטערט פאר תירוצים פאר א לאנגע צייט ולא מצאתי את שאהבה נפשי, דער וואס קען דא אביסל ארויסהעלפען מיט קלארע תירוצים תבא עליו ברכה.
אבער אפאר קליינע אינטרעסאנטע פירורים איבער דער נושא וואס איך האב מיך אפגעזאמעלט איבער די יארן וועל איך א יעצט מיט טיילען מיט די עולם.
קודם נאך א שאלה:
1)די וועלט זאגט אז מ'קוויטלט זיך נישט ביי צוויי רבי'ס, איך האב דאס געהערט פון 'גוטע אידן'. וואס איז פשט אין דעם? פארוואס נישט? איז דא א מקור דערויף?
2)איך בין אמאל אלץ בחור געגאנגען צו א גוטע איד אין א"י און איך האב אים געוואלט געבן א קוויטעל, אבער זייענדיג א שוואנץ און נישט וועלענדיג זיך קוויטלען ביי צוויי רביס האב איך געגעבן די גבאי א פאפיר מיט שורות (LINES) און איך האב מיר געטראכט אז ווייל עס האט שורות איז עס דאך נישט קיין עכטע קוויטעל און עס הייסט נישט זיך געקוויטעלט ביי צוויי רביס. די גבאי האט מיר באלד געגעבן א פסק און ער האט מיר געזאגט, "דו ווייסט נישט אז א קוויטעל שרייבט מען נישט אויף א פאפיר מיט שורות?" די רבי וועלעכע איז געזעצן נישט ווייט האט דאס געהערט האט ער זיך אנגערופען בזה"ל "ווער עס קען ליינען קוויטלעך אן שורות קען ליינען קוויטלעך מיט שורות אויך". ווען איך האב איבערגעגעבן די קוויטעל צו יענע רבי מיט א פדיון האט די רבי געליינט די קוויטעל און צו אלעמענס וואונדער האט ער אנגעהויבן צו שמועסען מיט מיר איבער צוויי ענינים וואס איך האב פונקט געשמועסט אין די קאר אויף די וועג אהין, צוויי ענינים וואס זענען מיר דאן געווען נוגע און ער האט מיר געגעבן אן עצה אויף איינע פון די ענינים און א ברכה אויף די צווייטע וועלעכע איז באלד מקוים געווארן כדבריו.
3)א חסיד איז אמאל אריין מיט א קוויטל צו אדמו"ר המהרנ"ץ מבאבוב זצ"ל און ער האט געבעטן אז די רבי זאל אים מסביר זיין וואס די ענין פון א קוויטל איז. האט ער געענטעפר בקיצור נמרץ כדרכו בקדש, די עיקר פון אריין גיין מיט א קוויטעל צו א רבי איז די הכנעה און קבלת מרות, די קוויטל מיט די פדיון איז שטיק", ודו"ק.
4)איך האב אמאל געהערט א פשט אין די ענין פון זיך גיין מזכיר זיין ביי א צדיק. ווען די אייבישטער גיבט א צרה צו א איד איז אויסגערעכנט אז אלע ארומיגע וואס עס וועט זיי נגרם ווערן צער און עגמת נפש דורך דעם וואס דער איד האט דער צרה, למשל זיין משפחה און זיינע חבירים וכדומה, מוז זיין אז זיי קומט זיך דער עגמת נפש, און אויב עס קומט זיך נישט איינע פון זיי דער עגמת נפש איז די אייבישטער מבטל די גזירה. פארדעם איז מען זיך מזכיר ביי א צדיק וואס נעמט אן יענעמ'ס צער צום הארצען, קומט דאך אויס אז די צדיק ליידט וועגען א צרה וואס באמת קומט זיך אים נישט די צער, איז די אייבישטער מבטל די גזירה, והבן.
שמעתי מהגה"ח ר' ניסן קרעמער שליט"א, אז ער איז אמאל געווען ביים באהושער רבי אין ארץ ישראל און געשריבן א קוויטל פשוט די נעמען אהן קיינע בקשות, ווען דער באהושער רבי האט עס געלייענט האט ער געפרעגט פון ר' ניסן, "איר האט אפשר די און די פראבלעם? ענטפערט ר' ניסן אז יא, אויב אזוי האט איהם דער באהושער רבי געזאגט גיי ארויס אין שרייב עס אריין אין קוויטל און קום דערנאך צוריק.
דער געווענטליכער נוסח צו שרייבן אויף קוויטלעך וועלכע מ'לייגט אויף א ציון איז געווען דער נאמען צוגעשריבן לבריאת הגוף והנפש, אדער אין קורצן לברה"ג ולברה"נ.
ביסט גערעכט וועגען אריין צושרייבן די בקשה אינעם קוויטעל איז אויך דא מנהגים מאנכע פלעצער האט מען זיך טאקע געפירט אז מען זאל אריין שרייבען די בקשות, אין מאנכע פלעצער האט מען זיך געפירט אז מען האט גארניט אריין געשריבן, ווייל די צדיק סייווי אלעם.
יונתי בחגוי הסלע בסתר המדרגה הראיני את מראיך השמיעני את קולך כי קולך ערב ומראיך נאוה:(שה"ש ב יד) teibele1 at birdlover.com
איך בעט דער עולם זאל מיר ארויסהעלפן איך פאר אי"ה די קומענדיגע וואך צו מקומת הקדושים באיירפה איך דארף א נוסח וויאזוי אויסצושטעלן א קוויטעל ווער עס וועט מיר ארויסהעלפן וועל איך עם זייער דאנקבאר זיין
חכם הקהל בן חכמה הקהילה זו' .. בת אאויבער חכמה ב' ב' ב' ב' ב' ב' ב' ב' ב' ב' ב' ב' ב' ב' ב' ב' ב' האסט נאך??? (דאס שרייב נישט) לבהגו"נ ולהצלחה בכל ענינים
איטשע האט געשריבן:
כ׳האב געמיינט אז דו ווייסט, איך ווייס!?
די סיבה פארוואס איך פרעג ווייל אין דער בלאט די וואך -אוצר אפטיילונג איז געווען א מעשה אז די רביצן פון רביה"ק בעל דברי יואל מסאטמאר זי"ע איז געפארן קיין קאלוב צו די יארצייט אין זי האט מיטגענומען א קוויטל אין די רבי האט איר געבעטן די קוויטל אין צוגעשריבן וואס מען שרייבט אין קוויטל וואס מען גיבט איבער פאר לעבעדיגע אין איר געזאגט אז רביה"ק בעל ברך משה זי"ע וועט דארט זיין אין זי זאל אים איבערגעיבן די קוויטל אא"כ וויל איך וויסן צו איינער האט שוין אמאל געהערט פון אזא חילוק