היות עס איז מיר היינט אויסגעקומען צו קלערן פונעם נושא קוויטלעך פאר א רבי, און איך האב עטליכע פראגן דערויף, און איך געדענק נישט אז עס זאל האבן געווען א שמועס דערוועגן, מאך איך אויף דעם אשכול.
א. פון וואנעט שטאמט דער מנהג?
ב. איז דער מקור די זעלבע סיי פאר רביים בחייהם און סיי במותם, אדער איז עס אן אנדערע ענין.
יאנאש האט געשריבן:
היות עס איז מיר היינט אויסגעקומען צו קלערן פונעם נושא קוויטלעך פאר א רבי, און איך האב עטליכע פראגן דערויף, און איך געדענק נישט אז עס זאל האבן געווען א שמועס דערוועגן, מאך איך אויף דעם אשכול.
א. פון וואנעט שטאמט דער מנהג? ביטע שרייבן מקורות וואו מעגליך, יישר כח.
יאנאש האט געשריבן:
היות עס איז מיר היינט אויסגעקומען צו קלערן פונעם נושא קוויטלעך פאר א רבי, און איך האב עטליכע פראגן דערויף, און איך געדענק נישט אז עס זאל האבן געווען א שמועס דערוועגן, מאך איך אויף דעם אשכול.
א. פון וואנעט שטאמט דער מנהג?
ב. איז דער מקור די זעלבע סיי פאר רביים בחייהם און סיי במותם, אדער איז עס אן אנדערע ענין.
לכבודו פון מרן יאנאש וועל איך אביסל אויסגיסן איבער דעם נושא אבער נאר בקיצור נמרץ ווייל אויף אן אריכות איז אין לזה שיעור וחקר און מקען שרייבן דעראויף א גאנצע ספר
א. דער ערשטער אנגעבליכע מקור איז טאקע דער רמב"ן אבער אויף די גורי האר"י טרעפט מען אויך דעם מושג פון מזכיר זיין בכתב
ב. דער ענין פון דאס אז צדיקים זענען מתפלל אויף כלל ישראל בעת צר להם און סיי בחיים און גדולים במיתתן יותר מבחייהן
ג. אויף פארשידענע ענינים איז דא וואס א קוויטל איז דער ענין פון די שורש פון די נשמת ישראל (עיין להלן) און דאס איז אויך אזוי ווי ביי א ספר תורה וואס איז די שורש פון די ס' רבוא נשמת ישראל לאור זה ניצט מען א פאפיר וואס שטייט נישט דעראויף קיין אנדערע זאך נאר ממש דער קוויטל (עס איז דא בילדער פון קמיע'ס און קוויטלעך פון תלמידי בע"ש וואס איז געשריבן בקלף ודיו)
ה. לענ"ד איז דאס געוואנדען אין די הרגשים פון דעם מבקש ווייל דער צדיק בעולם האמת קען מתפלל זיין און ליינען דעם קוויטל אפילו עס איז אינעם קעסטל מצבה א.ד.ג. אבער וועם מען איז ציבראכן און מען וויל זיך איינבעטן ביים צדיק גיבן זיך די געפיהלן אויס מער אויף דעם אופן אדער ווען א מנהיג אדער רבי פארט מיט זיינע חסידים צו א ציון ליינט דער רבי פאר פארן מצבה דעם קוויטל דאס איז מצד המנהיג א מהלך פון סערוויסי פאר זיין ציבור און מצד דעם חסיד איז דאס א דאפעלטע זכיה אז זיין קוויטל ווערט דגעליינט דורך זיין רבי און ער בעט פאר אים ביים צדיק'ס ציון
ו. אויף דעם שטייט שוין אין די חסידישע ספרים (נוע"א) אז כדי דער צדיק זאל קענען געהעריג מתפלל זייל אויף דעם מענטש דארף דער צדיק נהנה זיין פון דעם מענטש א הנאה גשמיות און דאס איז שוין נישט שייך לאחר פטירתו
לכבודו פון מרן יאנאש וועל איך אביסל אויסגיסן איבער דעם נושא אבער נאר בקיצור נמרץ ווייל אויף אן אריכות איז אין לזה שיעור וחקר און מקען שרייבן דעראויף א גאנצע ספר
ג. אויף פארשידענע ענינים איז דא וואס א קוויטל איז דער ענין פון די שורש פון די נשמת ישראל (עיין להלן) און דאס איז אויך אזוי ווי ביי א ספר תורה וואס איז די שורש פון די ס' רבוא נשמת ישראל לאור זה ניצט מען א פאפיר וואס שטייט נישט דעראויף קיין אנדערע זאך נאר ממש דער קוויטל (עס איז דא בילדער פון קמיע'ס און קוויטלעך פון תלמידי בע"ש וואס איז געשריבן בקלף ודיו)
ט. יא ווען איך און די ליינען א קוויטל זעהט מען גענוי וואס מען האט געשריבן אבער א צדיק וואס האט געקענט ליינען קוויטליך האט געזעהן זיין שורוש נשמה זיין גאנצע עבר און די סבה פון זיין יעצטיגע אריינקומען און עס זענען געווען צדיקים וואס האבן געזאגט פונעם קוויטל וואס דער מענטש איז געווען אין די פריעדיגע גולגולים און פארוואס ער איז יעצט דא אויף די וועלט און פון די דברים פשוטים איז געווען אז ווען מען האט נישט געשריבן ריכטיג א נאמען אדער אויסגעלאזט א נאמען האבן זיי דאס גלייך געזעהן לויטן שורש נשמה פונעם מבקש
און דאס איז אויכעט דער ענין פארוואס מען פאררעכט נישט קיין טעותים אויף א קוויטל נאר מען שרייבט איבער א נייע אזוי ווי ביי א ספר תורה און אזוי אויך ווען דער צדיק האט געזעהן אז די נעמען זענען נישט אין די ריכטיגע סדר, אדער א נאמען נישט גוט געשריבן א.ד.ג. האט מען ארויסגעשיקט און געהייסן איבערשרייבן
אין לי יד בנסתרות אלו, אדרבא נאך פון א יונגע עלטער האב איך געהאט אסאך קשיות און שאלות אויף דער גאנצע ענין, איך האב געזוכט און גענישטערט פאר תירוצים פאר א לאנגע צייט ולא מצאתי את שאהבה נפשי, דער וואס קען דא אביסל ארויסהעלפען מיט קלארע תירוצים תבא עליו ברכה.
אבער אפאר קליינע אינטרעסאנטע פירורים איבער דער נושא וואס איך האב מיך אפגעזאמעלט איבער די יארן וועל איך א יעצט מיט טיילען מיט די עולם.
קודם נאך א שאלה:
1)די וועלט זאגט אז מ'קוויטלט זיך נישט ביי צוויי רבי'ס, איך האב דאס געהערט פון 'גוטע אידן'. וואס איז פשט אין דעם? פארוואס נישט? איז דא א מקור דערויף?
2)איך בין אמאל אלץ בחור געגאנגען צו א גוטע איד אין א"י און איך האב אים געוואלט געבן א קוויטעל, אבער זייענדיג א שוואנץ און נישט וועלענדיג זיך קוויטלען ביי צוויי רביס האב איך געגעבן די גבאי א פאפיר מיט שורות (LINES) און איך האב מיר געטראכט אז ווייל עס האט שורות איז עס דאך נישט קיין עכטע קוויטעל און עס הייסט נישט זיך געקוויטעלט ביי צוויי רביס. די גבאי האט מיר באלד געגעבן א פסק און ער האט מיר געזאגט, "דו ווייסט נישט אז א קוויטעל שרייבט מען נישט אויף א פאפיר מיט שורות?" די רבי וועלעכע איז געזעצן נישט ווייט האט דאס געהערט האט ער זיך אנגערופען בזה"ל "ווער עס קען ליינען קוויטלעך אן שורות קען ליינען קוויטלעך מיט שורות אויך". ווען איך האב איבערגעגעבן די קוויטעל צו יענע רבי מיט א פדיון האט די רבי געליינט די קוויטעל און צו אלעמענס וואונדער האט ער אנגעהויבן צו שמועסען מיט מיר איבער צוויי ענינים וואס איך האב פונקט געשמועסט אין די קאר אויף די וועג אהין, צוויי ענינים וואס זענען מיר דאן געווען נוגע און ער האט מיר געגעבן אן עצה אויף איינע פון די ענינים און א ברכה אויף די צווייטע וועלעכע איז באלד מקוים געווארן כדבריו.
3)א חסיד איז אמאל אריין מיט א קוויטל צו אדמו"ר המהרנ"ץ מבאבוב זצ"ל און ער האט געבעטן אז די רבי זאל אים מסביר זיין וואס די ענין פון א קוויטל איז. האט ער געענטעפר בקיצור נמרץ כדרכו בקדש, די עיקר פון אריין גיין מיט א קוויטעל צו א רבי איז די הכנעה און קבלת מרות, די קוויטל מיט די פדיון איז שטיק", ודו"ק.
4)איך האב אמאל געהערט א פשט אין די ענין פון זיך גיין מזכיר זיין ביי א צדיק. ווען די אייבישטער גיבט א צרה צו א איד איז אויסגערעכנט אז אלע ארומיגע וואס עס וועט זיי נגרם ווערן צער און עגמת נפש דורך דעם וואס דער איד האט דער צרה, למשל זיין משפחה און זיינע חבירים וכדומה, מוז זיין אז זיי קומט זיך דער עגמת נפש, און אויב עס קומט זיך נישט איינע פון זיי דער עגמת נפש איז די אייבישטער מבטל די גזירה. פארדעם איז מען זיך מזכיר ביי א צדיק וואס נעמט אן יענעמ'ס צער צום הארצען, קומט דאך אויס אז די צדיק ליידט וועגען א צרה וואס באמת קומט זיך אים נישט די צער, איז די אייבישטער מבטל די גזירה, והבן.
אנדי פעטיט האט געשריבן:
1)די וועלט זאגט אז מ'קוויטלט זיך נישט ביי צוויי רבי'ס, איך האב דאס געהערט פון 'גוטע אידן'. וואס איז פשט אין דעם? פארוואס נישט? איז דא א מקור דערויף?
2)איך בין אמאל אלץ בחור געגאנגען צו א גוטע איד אין א"י און איך האב אים געוואלט געבן א קוויטעל, אבער זייענדיג א שוואנץ און נישט וועלענדיג זיך קוויטלען ביי צוויי רביס האב איך געגעבן די גבאי א פאפיר מיט שורות (LINES) און איך האב מיר געטראכט אז ווייל עס האט שורות איז עס דאך נישט קיין עכטע קוויטעל און עס הייסט נישט זיך געקוויטעלט ביי צוויי רביס. די גבאי האט מיר באלד געגעבן א פסק און ער האט מיר געזאגט, "דו ווייסט נישט אז א קוויטעל שרייבט מען נישט אויף א פאפיר מיט שורות?" די רבי וועלעכע איז געזעצן נישט ווייט האט דאס געהערט האט ער זיך אנגערופען בזה"ל "ווער עס קען ליינען קוויטלעך אן שורות קען ליינען קוויטלעך מיט שורות אויך". ווען איך האב איבערגעגעבן די קוויטעל צו יענע רבי מיט א פדיון האט די רבי געליינט די קוויטעל און צו אלעמענס וואונדער האט ער אנגעהויבן צו שמועסען מיט מיר איבער צוויי ענינים וואס איך האב פונקט געשמועסט אין די קאר אויף די וועג אהין, צוויי ענינים וואס זענען מיר דאן געווען נוגע און ער האט מיר געגעבן אן עצה אויף איינע פון די ענינים און א ברכה אויף די צווייטע וועלעכע איז באלד מקוים געווארן כדבריו.
3)א חסיד איז אמאל אריין מיט א קוויטל צו אדמו"ר המהרנ"ץ מבאבוב זצ"ל און ער האט געבעטן אז די רבי זאל אים מסביר זיין וואס די ענין פון א קוויטל איז. האט ער געענטעפר בקיצור נמרץ כדרכו בקדש, די עיקר פון אריין גיין מיט א קוויטעל צו א רבי איז די הכנעה און קבלת מרות, די קוויטל מיט די פדיון איז שטיק", ודו"ק.
1) די ארגינעלע ווארט גייט אז א קעלבל וואס זייגט פון צוויי קוען ווערט קרעציג פשט דערפון איז ווייל יעדער איד האט געהאט זיין רבי און צדיק וואס איז געווען זיין מורה דרך בגשמיות ורוחניות און ער איז געווען זיין בעטער בעת צר לו און אויך זיין סניגור בעולם האמת און ער האט מבטל געווען גזירות און ער האט אים אינזינען געהאט די הייליגע טעג וכ' וכו' אבער יעדער צדיק האט דאך געהאט זיין אייגענארטיגע מהלך און אלעס סיי און עבודת ה' און סיי און די הדרכה א.א.וו. קומט אויס אז ווען איינער גייט צו צוויי רבי'ס איז א פוסח על שני סעיפים וואס עס קען בשום אופן נישט קלאפן באנאזאם
2) איך ווייס נישט פון וועם די רעדטס אבער עס איז "קוויטל ליינערס" און עס איז דא "נעמען ליינער" א קוויטל ליינער האב איך שוין מסביר געווען אויף א שפיץ גאפל אבער נעמען ליינער האט נישט קיין שום שייכות צוו דעם עס איז אויכעט א שטארקע חכמה און צומאל אויכעט א מתנה פון הימל ואיכ"מל
3) מען טרעפט אסאך עובדות ווען אינגע רביים האבן אנגענומען רבנישע פוזיציעס זענען די עלטערע אידן און רבנים געקומען קוויטלען צו ווייזן אז זיי ווארפן זיך אינטער און זיי זענען מקבל מרות א.ד.ג. אויך טרעפט מען אז עס זאל מיינען חיזוק פאר א אדמו"ר וכו'
קען איך דיר א סך פאצילען, וואס איך האב געהערט פון מענטשען ארויסקימענדיג פין ספרים שטוב פין בעל ברך משה זי"ע, עס איז געווען אזא אפטע זאך אז איך געדענק כמעט נישט קיין נעמען, אבער איך געדענק נאך געניג נעמען פון מענטשען וואס די קענסט זיי גיין פרעגען, גאר אינטערעסאנטע זאכען.
איין זאך וואס איך האב געהערט פין איינעם, אין אישית קען איך דיר אנגעבען א נאמען, ער איז אריין אפאר חדשים נאך די חתונה מיט א קוויטעל אז זיין ווייב ווארט, האט אים די רבי געזאגט א צווילינג, האט ער געזאגט איך ווייס נישט, איך האלט נאך פאר די טעסט, האט אים די רבי געזאגט צוויי אינגלעך, האט ער געזאגט איך ווייס נישט, האט אים די רבי געזאגט וואס הייסט די ווייסט נישט, די זעהסט נישט דא אינעם קוויטעל?
האט ער גענטפערט ניין איך זעה נאר מיין נאמען און מיין ווייב'ס נאמען מיט א פאר ציגעשריבענע אותיות, זאגט אים די רבי די זעהסט נישט, דא א "ב" און דא א (צווייטע אות איך געדענק נישט פינקטליך וועלכע)(די רבי האט אויסגעקליבען צוויי אותיות פון די נעמען פון אים מיט זיין ווייב) דאס מיינט צוויי אינגלעך.
דאס איז געווען א נארמאלע זאך אז די רבי זאל פרעגען וועלכע איז עלטער, ווען א אינגערע קינד איז געשטאנען אויסגערעכענט פאר אן עלטערען אין קוויטעל,
וואו אויך צישרייבען א נאמען ווען עס האט געפעלט איינע פין די נעמען ביי איינעם וואס האט געהאט מערערע נעמען, איך געדענק אויף צוויי פעלער ווען די רבי האט צוגעשריבען אן פרעגען פארדעם, כדרכו פלעגט די רבי פרעגען, נאך וועם הייסט ער, און געווענדליך האט זיך שוין דער טאטע געכאפט אז דער זיידע נאך וועם ער הייסט האט געהאט נאך א נאמען,
וואו אויך פלעגט די רבי אלעמאל צושרייבען די נאמען אדער אותיות וואס האבען געפעלט, פלעגט די רבי צושרייבען אויפען קוויטעל, אדער אויף געציילטע פעלער געדענק איך האט מען פארציילט אז די רבי האט מיט די שפיץ פון די פעדער(די טינט אריינגעדריקט אויב איינער כאפט וואס איך מיין) געשריבען אויפען טישטעך, עסגעווען א איז סאמעטענע טישטעך שטענדיג אויפען טיש, און די רבי האט אזוי אריינגעקריצט אינעם טישטעך די נעמען, זעהט אויס אז דער קוויטעל דארף זיין א דבר השלום.
און וועגען די מקור פון קוויטלעך, לויט וואו איך האב געהערט שטאמט עס , פון רבי ר' בער, ער האט געזאגט אז דער רבי דער בעל שם טוב האט געקענט מיטען קאפ, אבער איך קען נישט אזוי, האט ער איינגעפירט מען זאל שרייבען קוויטלעך.
אז איך האב שוין דערמאנט דעם רבין וועל איך פארציילען וואס איך האב געהערט פון הרה"ח ר' אהרן פאלאק ע"ה, א תלמיד פין זענטא אז אין די ישיבה האט מען געוויסט אז די ערשטע קוויטעל וואס דער רבי' האט באקימען איז געווען פון זיין פעטער דער דברי יואל זי"ע,
די מעשה איז א ביסעל אן אריכות, ועוד חזון בל"נ.
דיסקליימער: ווען איך מאך א ספעלינג טעות, איז דאס נישט דיירעקט, עס פשוט א טעות.
cano האט געשריבן:
וואו אויך צישרייבען א נאמען ווען עס האט געפעלט איינע פין די נעמען ביי איינעם וואס האט געהאט מערערע נעמען, איך געדענק אויף צוויי פעלער ווען די רבי האט צוגעשריבען אן פרעגען פארדעם, כדרכו פלעגט די רבי פרעגען, נאך וועם הייסט ער, און געווענדליך האט זיך שוין דער טאטע געכאפט אז דער זיידע נאך וועם ער הייסט האט געהאט נאך א נאמען,
וואו אויך פלעגט די רבי אלעמאל צושרייבען די נאמען אדער אותיות וואס האבען געפעלט, פלעגט די רבי צושרייבען אויפען קוויטעל, אדער אויף געציילטע פעלער געדענק איך האט מען פארציילט אז די רבי האט מיט די שפיץ פון די פעדער(די טינט אריינגעדריקט אויב איינער כאפט וואס איך מיין) געשריבען אויפען טישטעך, עסגעווען א איז סאמעטענע טישטעך שטענדיג אויפען טיש, און די רבי האט אזוי אריינגעקריצט אינעם טישטעך די נעמען, זעהט אויס אז דער קוויטעל דארף זיין א דבר השלום.
דאס צי שרייבען און פארעכטען נעמען און א קוויטל האב איך געזעהן ביים סטאשעווער רבי. ער האט אנגעפאנגען נעמען קוויטלעך שוין גאר אויף די עלטער און איך פלעג איהם זעהן און די זומער חדשים ווען ער פלעגט צי וויילען און מאנסי, ווען איך האב דארט געוואוינט [עס זענען דא פלא'דיקע מעשות מיט איהם און מיט זיין קוויטל ליינען]
אגב מיין שווער ע"ה איז אמאל געווען ביים רבין זי"ע [בעל דברי יואל] און מיין שוועגערענס נאמען איז געווען פארדרייט. זי האט דריי נעמען און בטעות אז די צווייטע מיטען דריטע געווען אסגעטוישט. דער רבי, ליינענדיג דאס קוויטל האט עטליכע מאל געפרעגט וויא אזוי הייסט זי, ביז מיין שווער האט זיך געכאפט אז דער נאמען איז פארדרייט [די מעשה איז געווען שוין נאכען סטראק]
וועל איך דיר דערציילן א מעשה איינע פון די תלמידי בעש"ט זצ"ל האט געהאט א חסיד וואס איז געקומען צו אים מזכיר זיין, און בטעות האט ער ארויס גענומען א ליידיגע פאפיר אנשטאט זיין קוויטל, און דער רבי האט אים אנגעוואונטשן א ברכה און געגעבן א עצה צו זיין פראבלעם, ווען ער איז ארויס האט ער ערשט באמערקט זיין טעות, איז ער צוריק געלאפן איבערבעטן דעם רבי'ן אז ער האט נישט באמערקט אז ער האט בטעות געגעבן א ליידיגע קוויטל. האט אים דער רבי געענטפערט "א רבי וואס קען נישט ליינען א ליידיגע קוויטל, טאר נישט ליינען א געשריבענע קוויטל",
אין גליון 'שלומה של מלכות' (יו"ל ע"י באבוב...) איז געוועהן געדריקט אזא מעשה אויף כ"ק האדמו"ר המהר"ש השני אויפן אהבת ישראל מוויזניץ האב איך עס אויך געהערט.
אויב דער היינטיגע דרך אין קוויטלעך זענען נאך ווי דער רמב"ן שרייבט אז עס איז אזוי געוועהן בימי משה, פארוואס דעמאלס איז עס געבליבען ביי די חסידים, איז די מושג פון קוויטלעך אזוי שטארק אויך ביי די ליטווישע פונם רמב"ן אדער אר"י הק' ביז תלמידי בעש"ט, ווייסט מען אויך וועגען גדולים וואס האבען געליינט קוויטלעך למשל מהר"ל מפראג, חתם סופר?