טייערע אידן. איך האלט ממש ביים זיך אינטערברעכן. ביטע העלפט מיהר.
איך וועל עס מאכן בקיצור.
טייערע אידן. איך האלט ממש ביים זיך אינטערברעכן. די לעצטע פאר חדשים עס איך נישט נארמאל, איך קען נישט שלאפן נארמאל, איך האב שרעקליכע ענקזייעטי און איך בין ממש נישט קיין מענטש. איך בין נישט קיין מאן פאר מיין ווייב און נישט קיין טאטע פאר מיינע קינדער. פארוואס?
עול הפרנסה?
ניין! איך בין ב"ה א גיטע פארדינער. מען גיט זיך אן עצה מיט הוצאות יום יום, און מען קען ב"ה העלפען אנדערע. מען פלאגט זיך אזוי ווי רוב היימישע אידן מיט בלעיה"ר גרויסע משפחות.
הודו לה' כי טוב כי לעולם חסדו. טאטע, די ביסט געוועהן זייער גיט צו מיהר. אפילו איך בין עס נישט ווערט געוועהן.
שידוכים?
ניין! מיהר האבן ב"ה געמאכט גיטע שידוכים און שמחות די לעצטע פאר יאהר. זאל השי"ת העלפען אלע אנדערע אידן וואס דארפן געהאלפן ווערן מיט שידוכים.
הודו לה' כי טוב כי לעולם חסדו. טאטע, די ביסט געוועהן זייער גיט צו מיהר. אפילו איך בין עס נישט ווערט געוועהן.
נאר וואס עסט מיך אויף? וואס געט מיהר נישט קיין מנוחה?
אפאר יאר צירוק זענען מיהר געווארן אריינגדרייט צו העלפען אונזערס א נאנטע משפחה. וועגן די ככוד המשפחה, קען איך נישט שרייבן צו פיהל. א פעטער האט אונז געבעטן "צו העלפען". למעשה, נאך א פאר יאר איז די גאנצע "עסקנות" פין "די צוועק" געפאלן אויף מיהר מיט מיין בני בית. אבער... אנדערע קרובים האבן נאך געהאלפן. אבער ציביסלעך האבן מיהר זיך געטראפן אליינס מיט די גאנצע קעיס. א קינד וואס פלעגט העלפען מיט גרעסערע סכומים איז ל"ע געווארן א יורד און ער קען שוין גארנישט העלפן.
מען רעדט דא פון א איד וואס איז א הארץ קראנקער, ווי אויך ליידט ער אויף פארשידענע אנדערע געזונטהייט פראבלעמען. עס איז דירעקט א קאמפלאצירטע קעיס, וואס דארף שעות הילף איעדע וואך, א חוץ געלט. עס איז א קעיס וואס כמעט קיינער קען נישט, אדער וויל נישט העלפן. דער איד איז א בעל יחסן, אן איידעלע מענטש, א איד וואס האט דאס בעל בתיש'קייט און איידעלע באנעמונג, אבער ליידער האט ער נישט זוכה געוועהן אז עס זאל זיין השעה משחקות לו. ער האט אין די אינגע יארן גאר שווער געארבייט על המחיה, ביז ער האט זיך צאמגעקראצט און געעפענט איין אייגנע ביזנעס. פאר א צייט האט ער מצליח געוועהן. אבער דערנאך האט די ביזנעס געקראכט, און דער איד איז געבליבן מיט גרויסע חובות. ער האט זיך ליידער זיך קיינמאהל נישט צירוקגעכאפט. אז עס איז נישט געוועהן קיין פרנסה, נאר בעלי חובות וואס האבן געפייניגט טאג און נאכט, האט די גאנצע משפחה געליטן גאר שטארק.
פון הימל האט מען אזוי ציגעפיהרט אז עס איז געפאלן אויף מיינע און מיין ווייב'ס פלייצעס די גאנצע עול פון די טייערע צובראכענע איד. דאס רעכענט אריין רענט, קליידער און עסען. און פאר יארן האבן מיהר די זכייה צו טוהן כמעט אלעס אליינס, בגוף ובממון. מיהר האבן געהאלפן חתונה מאכן, וכו'. און מיהר ווייסן אז דאס איז געוועהן א זכייה ממש. אבער אסאך פון אונזער געלט איז געגאנגען פאר די צוועק. מיהר זענען גיטע פארדינער, אבער פירן זיך בפשטות. פארוואס? ווייל איעדע איבריג געלט גייט פאר די צוועק . מיהר זענען נישט געוועהן אויף וואקאציע די לעצטע פאר יאהר. אפילו מיהר פלעגען אמאהל גיין צוויי מאהל א יאר. פארוואס? ווייל איעדע איבריג געלט גייט פאר די צוועק. די לעצטע פאר יאר, האט די צוועק מיך געקאסט מער פון הונדערט טויזענט דאלער.
ב"ה, די לעצטע פאר יאהר האבן מיהר חתונה געמאכט אפאר קינדער. מיהר זענען אריין אין חובות. פארוואס? נישט פאר די חתונה הוצאות. פאר דעהם האבן מיהר גענומען גמ"ח הלוואות, געהאט אייגענס, וכו'. מיהר זענען אריין אין חובות, פשוט פאר די צוועק !
למשעה, אונזער "קעיס" האט איצטער פארלוירן זיין דירה. משום כמה סיבות איז ער געווארן פשוט און גראד
Homeless.
איך האב ב"ה געטראפן א דירה וואס איז ציגעפאסט פארן מצב. איך האב זיך אונטערגענומען די שכר דירה, ווי אויך אויסרישן די דירה. איך מוז שוין האבן געלט פאר רענט. ווי אויך מוז איך שוין האבן Emergency Funds צו אויסרישן א דירה. איך האב זיך דאס אלעס אונטערגענומען, אבער איך האב שוין נישט פון ווי צו נעמען דאס געלט.איך האב שרעקליכע פרעשור צו אויפקומען מיט די געלט, אז ממש, עס גייט מיהר צו מיין געזונט.
מיין רב האט מיך געגעבן דעת תורה אז איך טאר מער נישט אויסגעבען מער פון $6,000 א יאר פון מיין אייגן געלט, פאר די צוועק . ער זאגט אז איך מוז זיך אונטערנעמען צו פארשאפען געלט פון אנדערע, אז נישט טאר איך נישט. אז איך קען נישט, מוז איך אויפגעבען די קעיס. אבער דער איד נעבעך, ער בעט זיך, "איך בין א הארץ ליידענער, איך קען עס נישט דערהייבן, ביטע לאזט מיך נישט אויפן וואסער".
איך קום איצטער צו אייך טייערע אידן. איך בעט אייך פון די טיפעניש פון מיין הארץ, ביטע, העלפט מיהר! זייט מקיים די גרויסע מצוה פון צדקה, וואס חז"ל זאגן דאך אז צדקה תציל ממוות. נאך דערצו דא, וואס איהר זענט מקיים די מצוה פון מתן בסתר.
איך בעט אבער נישט איצטער מען זאל מיך ארויסנעמען פון די חובות וואס האט זיך מיך אהנגעזאמעלט פאר די צוועק . איך וועל אי"ה דאס צוביסלעך באצאלען. איך בעט אבער יא מען זאל מיהר העלפן מיט די גרויסע מצוה פון והחזקת בו, פאר איצטער, וואס איך דארף emergency funds פאר רענט און אויסרישן די דירה. ווען איך שרייב "והחזקת בו", מיין איך, מיך מחזק זיין. ווייל איך קען נישט דערהייבן די פרעשור מער אליינס. איהר וועט ראטעווען א חשובער איד, ווי אויך מיך, פון צאמברעכן.
וואס גייט מען טוהן מיט די געלט?
די גאנצע געלט גייט ווערן גענוצט צו צאלען רענטאון אויסרישן די מינימום וואס א דירה מוז האבן. דהיינו:
ביליגע מינימום מעבעל און עפלייענסעס. בעטן צו שלאפן מיט א שאפע. א טיש מיט בענקלעך, אביסעלע הויז ווירטשאפט ווי עסצייג, בעזעם, וכו'.
די געלט גייט נישט גיין צו פעינטען, סקרעיפען, וכו'.
רבותי, איך בעט זיך ביי אייך, איך קען מער נישט אליינס, העלפט מיהר!
די קאמפיין איז בעידוד, ווי אויך וועט די גאנצע געלט געניצט ווערן בפיקוח, כ"ק אדמו"ר מזיקוב מעליץ (מאנסי) שליט"א.
לכבוד דעהם נייעם יאר, זאלט איהר געהאלפן ווערן מיט אלעם גיטן.
איהר קענט דא מנדב זיין:
https://thechesedfund.com/help_homeless/homeless
איהר קענט אויך שיקן די לינק פאר אייערע באקאנטע און מקיים זיין גדול הַמְעַשֶה יותר מן העושה.