סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינעןhttps://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/
איך האב יעצט געגעבן א בליק, און איך זעה אז דער גאול איז 20 אלפים, און ס'האלט נאר ביי 2 אלפים
רבותי, מ'דארף זיך כאפן א שאקל, כאפט אריין א מצוה פאר דעם יום הדין יום המלכת הבורא
מ'זאל האבן מיט וואס צו קומען
מתן בסתר יכפה אף!!!
לאזט נישט ארויס דאס געלעגנהייט, שיקט דעם לינק ווייטער פאר אלע חברים ידידים קרובים וכדו', און בעט'ס ביים באשעפער, אז דער קאמפיין זאל מצליח זיין
בברכת שבתא טבא!!!! הק' המכונה שמו
כשמ"ו כן הוא
סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינעןhttps://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/
עס איז א מורא'דיגע חיזוק וויאזוי אידן שטרענגן זיך אהן צו געבן פאר אזא גרויסע מצוה. איך וויל זיך זייער באדאנקען, פון די טיפעניש פון מיין הארץ, פאר אלע נותנים. און נאך מער, פאר מיינע ידידים וואס שיקן ארום צו חבירים, וואס עס ברענגט אריין שיינע נתינות, און מיט דעהם זענען זיי מקיים דעהם גדול המעשה יותר מן העושה. ובפרט פאר א גאר חשובער אינגערמאן, הרב ר' ב.ב., וואס מיט זיין גיט הארץ האט ער מעורר געוועהן א פאר חבירים און זיין האבן אויסגעמאכט די גרעסטע חלק פון אלע נתינות. זאל השי"ת דיהר געבן געזונט און כח, זאלסט קענען ווייטער ממשיך זיין צו העלפן אידן, זאלסט זיין געבענטש מיט כל טוב, די מיט דיין בני בית, בני חיי ומזוני רוויחי, וכל טוב סלה.
איך וויל נאכאמאהל ארויסברענגען, אז עטליכע גאר חשובע רבנים אין מאנסי זענען אויף די קעיס. אבער בעיקר ווערט עס געפיהר בהסכמה, ובעידוד אדמו"ר מזיקוב-מעליץ שליט"א. ווי אויך איז ער די גאנצע אחראי אויף די געלט. אלעס וועט גענוצט ווערן נאר דורך איהם.
קודם כל, טייערע אידן, א גרויסן ישר כח פאר אלע הילף. עס איז ממש נתפעל צו ווערן ווי כלל ישראל העלפט מיהר ארויס, ממש צדקה מתן בסתר, וואס איז פון די גרעסטע מצוות. זאל דאס זיין פאר אייך אלע א זכות פארן נייע יאר. רפואות, ישועות, פרנסה, גיטע שידוכים, מיט אלע גיטע זאכן וואס מען דארף.
למעשה, מיהר האבן נישט באוויזן צו צאמשטעלען גענוג געלט צו דעקן די עפלייענסעס פאר די נייע דירה. אהן די בעיסיק עפלייענסעס קען מען נישט מופן צו א נייע דירה. ממש וואס מען מוז. פרידיזשער, וואש מאשין, דרייער. ווער עס קען העלפן וועט האבן די זכייה אז מען וועט קענען אריינמופען אין די נייע דירה.ואין המצוה נקראת אלא על שם גומרה.
וואס מיינט דאס? אוואדאי האט איעדער די גרויסע מצוה. אבער "נקראת", די שיינע סיין אויף די בילדינג, די רוחנית'דיגע "שם הבנין" דארט אויבן אין הימעל, דאס גייט פאר די וואס געבען די לעצטע שטופ. איהר קענט נאך קויפן די "זכות בוני הבית". ווי מען אויפהענגען די שיינע טאוועל? עס איז דאך מתן בסתר? דארט אויבן אין הימעל!
טייערע אידן, איעדער זוכט סגולות צו זוכה זיין בדין. עס איז געוועהן א שווערע יאהר פאר כלל ישראל. עס איז אבער דא איין סגולה וואס העלפט זיכער. חז"ל זאגן אונז קלאהר "צדקה תציל ממות". עס איז אויך דא נאך א בענעפיט פאר די מצוה פון צדקה, אז עס קאסט אייך גארנישט. אזוי ווי דער הייליגער חינוך זאגט:
ספר החינוך מצות צדקה
ואמרו זכרונם לברכה (שמות רבה לוג) שאין שום אדם בא לעניות לעולם בשביל רבוי הצדקה שיעשה, שנאמר (ישעיהו לב יז) והיה מעשה הצדקה שלום. ואין ישראל נגאלין אלא בזכות הצדקה, שנאמר (שם א, כז) ציון במשפט תפדה ושביה בצדקה. ויתר פרטיה, במקומות בתלמוד בפזור, ורבם במסכת כתבות (פרק שישי) ובבבא בתרא [פ''א].
לכבוד שבת שובה, כאפט אריין מערערע זכותים, ווי אויך מצוות: צדקה, עזוב תעזוב עימו, לא תאמץ את ידך, ואהבת לריעך כמוך, און נאך. ביטע כאפט אריין א נתינה, א גרויסע ווי א קליינע, אלעס העלפט!
טייערע אידן, לכבוד יום טוב האט אינזין די עכטער ארימעלייט צווישן אונז. איך ווייס אז עס איז נישט גרינגע צייטן. און טאקע דערפאר, האט די מצוה פון צדקה אסאך מער ווערט.
איך האף איהר האט אלע אלעס וואס איהר דארפט אויף יום טוב. ווער עס האט אהנגעגרייט א שיינע יום טוב פאר זיך און זיין משפחה, זאל אויך ביטע טראכטן פון די ארימעלייט וואס האבן גארנישט.
אזוי ווי די הייליגע רבמ"ם שרייבט להלכה און הלכות יום טוב:
כיצד הקטנים נותן להם קליות ואגוזים ומגדנות. והנשים קונה להן בגדים ותכשיטין נאים כפי ממונו. והאנשים אוכלין בשר ושותין יין שאין שמחה אלא בבשר ואין שמחה אלא ביין.וכשהוא אוכל ושותה חייב להאכיל לגר ליתום ולאלמנה עם שאר העניים האמללים. אבל מי שנועל דלתות חצרו ואוכל ושותה הוא ובניו ואשתו ואינו מאכיל ומשקה לעניים ולמרי נפש אין זו שמחת מצוה אלא שמחת כריסו.ועל אלו נאמר זבחיהם כלחם אונים להם כל אוכליו יטמאו כי לחמם לנפשם. ושמחה כזו קלון היא להם שנאמר וזריתי פרש על פניכם פרש חגיכם.
ביטע כאפט אריין צדקה פאר יום טוב סוכות: ~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~ https://thechesedfund.com/help_homeless/homeless ~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~
ביום אחרון של חול המועד הוא הושענא רבה. נוהגין להיות ניעורים בלילה ולעסוק בתורה כמו שנדפס הסדר, לפי שבחג נידונין על המים, וכל חיי האדם תלויים במים, והיום הוא יום האחרון של החגוהכל הולך אחר החיתום.