Re: אדמורים ורבנים וראשי ישיבה ואנשים מפורסמים וואס זענען גוטע בעלי תפלה
יאך האב שוין געהערט אלע, גענאשט פון אלע. גארנישט קומט נישט צו לקרסוליהם.
ברסלב האט נישט קיין ספעציעלן נוסח.
די בעלי תפלות וועלכע דאווענען אין ברסלב, דאווענען וואהלינער נוסח.
די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער
א גוטן האט געשריבן: דער ברך משה ז״ל מוז איך זאגן אז ער געווען גאר א גוטער בעל תפילה, געדאווענט זייער ווארעם און געהאט א שטארקע נעימות אזויווי די אמאליגע בעלי תפילה. די מלכיות, זכרונות און שופרות איז געווען א תענוג רוחני מיטצוהאלטן. דאס איז עפעס וואס מען קען נישט נאכמאכן.
אוראייניקל האט געשריבן: אין בעלזא גייען די בעלי תפילה מיט א שטריימל אונטערן טלית. ימי"נ ווען דער רב גייט מיט דעם, נוצט דער רב דעם רב ז"ל'ס שטריימל. כ'ווייס נישט צו ס'איז דער שטריימל, אדער סתם א שטריימל מיועד לבעל תפילה.
דער געלע סידור איז לכאורה דער כלבו מחזור פונעם רב ז"ל וואס איז אפן פאר'ן רב ווען ער גייט צו ימי"נ. זעה אז אונטער דעם איז דא אן אנדערע סידור.
סארקאזי האט געשריבן: סאטמאר איז נישט דער שוואכסטער נוסח ווי להגדיל זאגט.
נאר סאיז בכלל נישט קיין נוסח.
דאס וואס אסדר זאגט אז ס'ענדעלט צו די וועלטס נוסח. איז ווייל אז סהאבען געדאווענט בעלי תפילות וואס האבען געוואלט אריינלייגען אביסל טעם האבען זיי אריינגעמישט אביסל וועלטס נוסח..
שטייסעך ווען דער רבי האט געדאווענט האט זיין שטימע אליינס געהאט כל מיני טעמים שבעולם. אבער נאכצוזאגען...
אחוץ ונתנה תוקף וואס קומט פון ראפשיץ. און נאך אפאר שטיקלעך וואס קומען פון ר''ר הערש איז נישטא וואס נאכצוזאגען..
וויזניץ איז א הערליכע התלהבות'דיגע נוסח. ברסלב בפרט. און וואהלין בכלל. איז א'מוראדיגע מתיקות'דיגע נוסח.
נדבורנא. האט זייערע שיינע דביקות'דיגע קוועטשעס..די איבריגע ווייסעך נישט.
קרייסלער האט געשריבן:קוליעקב האט געשריבן: רוב אדמורים זענען בעלי תפלות אין די הייליגע טעג ס'דא צווישען זיי וואס דאווענען שיין אבער רבי'ש נישט אזוי ווייט נוסח התפלה נאר רבישע קרעכצען מיט א חן אפילע הרה"ק הדברי יואל מסאטמאר זצ"ל איז געווען א שיינע בעל תפלה אבער מער א רבי'שע מין דאווענען מיט גרויסע בכיות און קולות, אבער נישט א בעל תפלה'שין נוסח,
מרן האדמור מבעלזא שליט"א איז א הערליכע בעל תפלה קען זיך ערלויבען צו זאגען נישט דייקא בעלזא נוסח, נאר איבער זאגען א וועלטס שטיקעל...
למשל הגה"ק בעל מגדלות מרקחים מ'צעהלים זצ"ל, איז געווען ממש א חזן זייענדיג א הערליכע בעל תפלה,
ווייטער דער אמרי חיים זי"ע איז געווען זייער מוזקאליש אבער נוסח האט ער געזאגט סטריקלי וויזניץ, יא אמאל עפעס פון דזיקוב אבער בעיקר וויזניץ, אוי ווען ער קען ווען זאגען א רופשיצע נתנה תוקף ווי שיין וואלט דאס געווען...
ווער עס קען ברענגען זאכען פון חצירות וואס איז שיין געזאגט ווי למשל אין מונקאטש האט שיינע תנועה וואס בעלי תפלות קענען איבערזאגען אדרבה זייט מהנה די ציבור מען זאל צוזאמשטעלן ניסחרות וואס רביים האבען געזאגט און יסודתם מהררי קודש און סאיז אויכעט גיט פאר בעלי תפלה
רביה"ק מסאטמער זי"ע איז געווען א הערליכע בעל תפילה, יעדעס ווארט אפגעטייטש מיט א תנועה מיט מתיקות
איינער וואס פארשטייט נאר אביסעלע צו נוסח וועט אגריען, סאיז א שווערע קונץ צו דאווענען ווארעם, קרעכציג און פארט זיך האלטן אויף די רעלסן. נישט פארוואסערט אדער אראפגעשלינגן קיין איינציג ווארט, אזש מהאט געקענט פארשטיין די פירוש מילות בלויז פון הערן די נוסח
כל מקדש האט געשריבן:א גוטן האט געשריבן: אז מען רעדט שוין פונעם ברך משה ז״ל מוז איך זאגן אז ער געווען גאר א גוטער בעל תפילה, געדאווענט זייער ווארעם און געהאט א שטארקע נעימות אזויווי די אמאליגע בעלי תפילה. די מלכיות, זכרונות און שופרות איז געווען א תענוג רוחני מיטצוהאלטן. דאס איז עפעס וואס מען קען נישט נאכמאכן.
געדאווענט זייער ווארעם און געהאט א שטארקע נעימות .דאס
יא אבער גאר א גוטע בעל תפילה דאס נישט זיין פעטער זצ"ל
איז געווען גאר א גוטע בעל תפילה
קוליעקב האט געשריבן: די מעלה פונעם ברך משה האט געזאגט די נוסח מיט זיינע כוחות נישט מיט די פעטערס איז עס געווען ווארעם און כמעשה שייו, זיינע קינדער מאכען נאך די פעטער און עס איז ליידער נישט שיין...
נא_שכל האט געשריבן:היסטאריקער האט געשריבן: איך מיין אין וומסב"ג איז יששכר גוטמאן דער שענסטער בעל תפלה
ר' אייזיק האניג דאווענט נישט ווארימער?
קיסריה האט געשריבן: ואוהלין איז דער מלך פון ימים נוראים.
יאך האב שוין געהערט אלע, גענאשט פון אלע. גארנישט קומט נישט צו לקרסוליהם.
ברסלב האט נישט קיין ספעציעלן נוסח.
די בעלי תפלות וועלכע דאווענען אין ברסלב, דאווענען וואהלינער נוסח.
הרב שעפטיל שליט''א האט געשריבן: כ"ק מרן אדמו"ר מגאלאנטא שליט"א פון וומ"ס איז אויך באוויסט אלס זעלטן שיינע בעל תפילה, מיט א זעלטענע חן, אידן קומען אים הערן מארבע כנפות העיר
(איך מיין אז אויך זיין ברודער האדמו"ר מבורשטין שליט"א פון ב"פ)
אידיאט האט געשריבן:הרב שעפטיל שליט''א האט געשריבן: כ"ק מרן אדמו"ר מגאלאנטא שליט"א פון וומ"ס איז אויך באוויסט אלס זעלטן שיינע בעל תפילה, מיט א זעלטענע חן, אידן קומען אים הערן מארבע כנפות העיר
(איך מיין אז אויך זיין ברודער האדמו"ר מבורשטין שליט"א פון ב"פ)
איך דאווען אגאנץ יאר און בורשטין ( גילוי אלערט( … די רבי דאווענט קבלת שבת און מנחה שבת יעדע וואך פארן עמוד. און אוודאי ימים נוראים. הערליך, ווארים, פיל מיט רגש.
בוחר בשירי זמרה האט געשריבן:אידיאט האט געשריבן:הרב שעפטיל שליט''א האט געשריבן: כ"ק מרן אדמו"ר מגאלאנטא שליט"א פון וומ"ס איז אויך באוויסט אלס זעלטן שיינע בעל תפילה, מיט א זעלטענע חן, אידן קומען אים הערן מארבע כנפות העיר
(איך מיין אז אויך זיין ברודער האדמו"ר מבורשטין שליט"א פון ב"פ)
איך דאווען אגאנץ יאר און בורשטין ( גילוי אלערט( … די רבי דאווענט קבלת שבת און מנחה שבת יעדע וואך פארן עמוד. און אוודאי ימים נוראים. הערליך, ווארים, פיל מיט רגש.
מוז נישט זיין גילוי
ס'קען זיין ס'איז דא דארט מער ווי איין אידיאט
הרב שעפטיל שליט''א האט געשריבן: כ"ק מרן אדמו"ר מגאלאנטא שליט"א פון וומ"ס איז אויך באוויסט אלס זעלטן שיינע בעל תפילה, מיט א זעלטענע חן, אידן קומען אים הערן מארבע כנפות העיר
(איך מיין אז אויך זיין ברודער האדמו"ר מבורשטין שליט"א פון ב"פ)
lebediger berel האט געשריבן:אוראייניקל האט געשריבן: אין בעלזא גייען די בעלי תפילה מיט א שטריימל אונטערן טלית. ימי"נ ווען דער רב גייט מיט דעם, נוצט דער רב דעם רב ז"ל'ס שטריימל. כ'ווייס נישט צו ס'איז דער שטריימל, אדער סתם א שטריימל מיועד לבעל תפילה.
דער געלע סידור איז לכאורה דער כלבו מחזור פונעם רב ז"ל וואס איז אפן פאר'ן רב ווען ער גייט צו ימי"נ. זעה אז אונטער דעם איז דא אן אנדערע סידור.
פארוואס ליגט עס דעמאלטס אויפן עמוד, דארף דאס דאך זיין אויפן קאפ, פלעין כ'האב ליב מנהגים שונים צו וויסן.
אסדר לסעודתא האט געשריבן:להגדיל שמו האט געשריבן: די פראבלעים איז די נוסח. די סאטמארע נוסח איז מסתמה די שוואכסטע נוסח.
נישט ריכטיג. אלס נוסח אויס איז עס גאר א שיינע נוסח און מער דומה צו די וועלט'ס נוסח. איך האב שוין געהערט אסאך נוסחאות, סאטמאר איז פון די בעסערע קעגן רוב חצרות הקודש, ווי סקווירא, בעלזא, מונקאנטש, גור וכדו'.
וויזניץ איז גאר גאר א ווארימע נוסח, איך וואלט עס אפי' ענדערש געקליבן ווי די וועלט'ס נוסח אדער סאטמאר, עס איז אבער נישט אזוי לייכט פאר א פרעמדן צו הערן. איינער וואס איז נישט געוואוינט דערצו וועט נעמען צייט צו כאפן די שיינקייט.
בוחר בשירי זמרה האט געשריבן: כ'האב הנאה פון דעם אשכול
א צווייטער האט געשריבן:כל מקדש האט געשריבן:א גוטן האט געשריבן:
ווי אזוי קענען זיי נאכמאכן דעם פעטער, דאכצעך זיי זענעו כמעט נישט געווען ביינעם די הייליגע טעג זיי זענען בעיקר געווען אין סיגוט ביים טאטן, איך גלייב נישט אז זיי הערן אויס א טעיפ און מאכן עס נאך... אויב עפעס מאכן זיי נאך דעם טאטן.