9/11 מיטן פרעזידענט (חלק ב' ארויף)

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18342
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע:לויפט

9/11 מיטן פרעזידענט (חלק ב' ארויף)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

היינט ביינאכט געפאלט די 19'טע יארטאג פון 9/11 וואלט געווען אינטערסאנט צו דורכגיין נאך א קוקווינקל פונעם געשיכטע, פון נישט דווקא די אטאקע בעצם נאר וויאזוי די עקזעקיוטיוו ברענטש און דער פרעזידענטס טאג איז אריבער דורכאויס די שרעקליכע פאסירונג.

יעצט אזוי, אויף אסאך פרטים איז דא חלוקי דיעות צווישן די געהילפן וויאזוי ס'איז געווען, זייער נארמאל אין א צייט וואס מענטשן זענען דערשראקן נישט צו געדענקן אלעס קלאר, בין איך אין אזוינע פעלער געגאנגען נאכן רוב, דהיינו אפאר באאמטע געדענקען איין זאך ווידער אנדערע געדענקען אביסל אנדערש.

אזוי אויך איז פארהאן אן א שיעור קריטיק אויף יעדע קליינע ריר -אסאך זאכליך און אסאך סתם זיך צו שטעלן אויפן קאפ-, איך וועל זיך אבער באציען בלויז צו די טריקענע געשעענישן וויאזוי ס'איז צוגעגאנגען, פאר קאמאנטארן און אנאליזן קען מען אפשר מאכן א באזינדערע באשרייבונג אין א צווייטע געלעגענהייט..

אלענפאלס וועלן מיר אריינגיין אין די זאך, פאלגענד איז א דעטאלירטע כראנאלאגיע פונעם סדר היום סעפטעמבער 11 2001, פון פרעזידענט בוש און זיין סוויטע.




אום סעפטעמבער 10 ביינאכט האט זיך דער פרעזידענטליכע סוויטע אויפגעהאלטן אין די קאלאניע רעזארט- סאראסאטע, פלארידע, זייענדיג אינמיטן א טור צו פראמאוטן דעם פרעזידענטס ניי ערציאונגס פאליסיס.



סעפטעמבער 11 אינדערפריה האט מען זיך ערוועקט צו א הערליכע וועטער, פרעזידענט בוש איז ארויס כאפן א געלויף ביים וואסער, מיטנעמענדיג א רעפארטער פון בלומבערג נייעס 'דיק קיעל'.

4:30 פארטאגס- דער פרעזידענטס אינטעלידזשענטס בריעפער 'מייק מארעל' מאכט א טעלעפאון רוף צו די CIA הויפטקוואטירן פרעגן פארוואס ער האט נאכנישט ערהאלטן די טעגליכע בריעפינג ווואס דארף נארמאל אנקומען אום 3:30 צו האבן צייט איבערצוגיין די וויכטיגע פונקטן בעפארן דעליווערן פארן פרעזידענט, די CIA ענטפערט אז זיי האבן עס געשיקט געהעריג אין צייט. מאראל טעלעפאנירט צום סיטואציע צימער אנפרעגן דערוועגן און זיי פארזיכערן אים אז ס'האט זיך געמאכט א קליינע שפעטעגונג אבער עס וועט אנקומען קורצליך.

8:00- מארעל און דער ווייסער הויז סיטואציע צימער דירעקטאר קעפטעין 'דעברע לאווער' קומען אריין צום פרעזידענטס צימער איבערגעבן די טעגליכע בריעפינג, פרעזידענט בוש באגריסט זיי "נו, סיי וואס ספעציעל היינט?", די צוויי געבן דאן א 15 מנוטיגע שיעור איבער די פונקטן אינעם באריכט וואס באציעט זיך מערסטנס איבער די אנגעצויגנקייט צווישן די פאלעסטינער און מדינ"י ווי די 2'טע אינטיפאדע איז דאן געווען אין קראפט ה"י,און איבער רוסלאנד און טשיינע. גארנישט איבער טעראריזאם ווערט דערמאנט אינעם באריכט.

אום 8:30 איז געסקעדזשועלט זיך ארויסצולאזן אין וועג צום 'עמע אי. בוקער' עלעמענטערי שולע ווי דער פרעזידענט האט געדארפט האבן א קורצע טור און פארהערן די קינדער אלס טייל פון זיין פובליק רילעישאנס קאמפיין צו פראמאוטן זיין אדמיניסטראציעס פארגעשלאגענע ערציאונגס פאליסיס,אבער דער פרעזידענט זוימט זיך אביסל, באגריסט די פארזאמעלטע פונעם רעזארט וכו'

אום 8:39 לאזט זיך דער פרעזידענטליכע מאטארקאדע ארויס אויפן וועג צום שולע, ביידע זייטן הייוועי זענען גענצליך בלאקירט פארן טראפיק. היות ס'געווארן שפעט האט די מאטארקאדע זיך עטוואס צוגעיאגט, פארענדיג אויף 40 MPH איבערהיפנדיג די רויטע לייטס לענגאויס די 20 מנוט'יגע וועג.



8:46- א באאינג 767 אמעריקען עירליינס פלייט 11 מיט 92 מענטשן אן באורד און א 10,000 גאלאן אויל טאנק קראכט אריין אינעם ווארלד טרעיד צענטער'ס צפון טורעם 93-99 שטאקן אומברענגענדיג תיכף אלע רייזענדע און עטליכע הינדערט אינעם בנין. (עווענטועל זענען אלע 1,360 מענטשן העכערן קראך און 72 פון דערונטער, טויט. אביסל מער ווי 4,000 אינעם טורעם לעבן איבער).




8:46- CIA דירעקטאר 'זשארדזש טענענט' קריגט א בליץ מעלדונג דורך זיין אגענטור איבערן קראך, ער שפעקאלירט הויעך צו זיינע געהילפן אז דאס איז מעגליך א בין לאדין ארבייט.

8:47- אפיציר מעיזשאר 'פאול מענטאנעס' וועלעכער איז דער אחראי אויפן סעקיורעטי ארום דעם גאנצן פרעזידענטליכע באזוך, וועלעכער רייזט אצינד אויך אינעם מאטארקאדע קריגט א בליץ מעלדונג פון די CIA איבערן קראך. ליוטענענט קאלאנעל 'טאמעס גאלד' דער פרעזידענטס מיליטערישער עמערזשענסי דירעקטאר קריגט א נאטיץ קורצליך דערנאך פונעם אונטערערדישן ווייסן הויז עמערזשענסי רעספאנס צענטער, ביידע פארשטייען אז דאס איז אן עקסידענט און איגנארירן עס.

8:53- פרעסע סעקרעטאר 'ארי פליישער' וועלעכער זיצט אויך אין איינע פון די ווענס אינעם מאטארקאדע קריגט א מעסעדזש מיט די נייעס פון 'ברייען בראווע' א געהילף אין די ווייסע הויז פרעסע אפיס, פליישער רעאגירט הויעך "אוי מיין גאט, איך גלויב נישט, אן ערעפלאן עקסידענט אינעם ווארלד טרעיד צענטער". קורצליך דערנאך האט שוין די נאציאנאלע מידיע לעבעדיגע דעקונג פון די ברענעדיגע געביידע, אבער דער פרעזידענט איז נאך דערווייל נישט אינפארמירט דערוועגן.

8:55- די מאטארקאדע קומט אן צום שולע, דער סיטואציע צימער דירעקטאר קעפטעין 'דעברע לאוער' וועלעכער האט נארוואס ערהאלטן די נייעס פון ווייסן הויז סיטואציע צימער, לויפט צו צום פרעזידענטס לימיוזין, וועען דער פרעזידענט שטייגט ארויס קומט לאוער צו און מעלדט אים די נייעס: "מר. פרעזידענט, די סיטואציע צימער באריכטעט אז אן ערעפלאן האט געקראכט אין איינע פון די ווארלד טרעיד סענטערס געביידעס", און זי לייגט צו אז ס'איז נאך צו פריה און ערשטע באריכטן שטעלן זיך אסאך מאל ארויס גרייזיג. בוש ענטפערט: "שכח קעפטעין! האלט מיך אינפארמירט", און ער מאכט זיין וועג ווייטער צום שולע געביידע. אויפן וועג קומט צו סיניער אדווייזער 'קארל ראוו' וועלעכער פארציילט אויך די נייעס פארן פרעזידענט, בוש שאקלט מיטן קאפ "וואספארע שרעקליכע עקסידענט, ווי האט א פילאט געקענט מאכן אזא שלעכטע דריי, איז געווען א שלעכטע וועטער?", קארל ראוו ענטפערט "דאס שיינט ווי א פילאט ערראר, עס איז אומגלויבליך א מענטש זאל טוהן אזא זאך, ער האט ווארשיינליך געליטן א סטראוק".

9:00- דער פרעזידענטס סוויטע קומט אן אינעם בנין, בוש גייט גלייך אריין אינעם פראוואזאריש פארזיכערטן קאמיוניקאציע צימער ווי ער נעמט א רוף פון נאציאנאלע זיכערהייט ראטגעבער 'קאנדאליזע רייס' וועלעכער מעלדט בוש אז ס'געווען א קאמערציאלע פליגער וואס האט געקראכט אין טווין טאוער, בוש ענטפערט "וואספארע שלעכטע פילאט" און בעט רייס אים צו האלטן אנפארמירט ווי נאר זי ווייסט מער. בוש דאן דירעקטירט זיין קאמיוניקאציע דירעקטאר 'דאן בארלעטט' צוצוגרייטן א סטעיטמענט ווי ער וועט פארזיכערן די פולע הילף פון די פעדעראלע אגענטורן.

9:02- בוש טרעפט די שולע פרינציפל און זאגט אז ער וועט אנגיין געהעריג מיטן סקעדזשועל, און ער גייט אריין אין א קלאס צימער ווי ער שמועסט און פארציילט א מעשה פאר די קינדער, 60 מענטשן געפינען זיך אין צימער, אריינגערעכנט די 16 קינדער, ווייסע הויז געהילפן און רעפארטער.



די פעדעראלע אוויאציע אגענטור און די מיליטער זענען שוין אויף אלערט מיט די אינפארמאציע אז ס'דא עטליכע געהיידזשעקטע פליגער, אבער קיינער אינעם ווייסן הויז איז אינפארמירט דערוועגן.

9:03- א באאינג 767, יונייטעד עריליינס פלייט נומער 175 מיט 65 מענטשן אן באורד פארט אריין אינעם דרום טורעם'ס 77-85 שטאקן אומברענגענדיג תיכף אלע רייזענדע און ארום 100 מענטשן אויף די באטראפענע שטאקן אינעם בנין, עווענטועל קאסט עס נאך 500 לעבנס אין דעם בנין. די קראך ווערט געזעהן לעבעדיג אויף נאציאנאלע טעלעוויזיע.




תיכף נאכן צווייטן קראך הייבן אן שטראמען מעסעדזשעס און טעלעפאון רופן צו די ווייסע הויז שטאב וואס געפינט זיך מיטן פרעזידענט, די ספעציעל אויסגעשטאטע קאמיוניקאציע צימער פארמאגט אבער נישט קיין טעלעוויזיע, קארל ראוו לויפט ארויס אין די האלוועי און הייבט אן ארומזיכן א טעלעוויזיע, ער טרעפט ענדליך אין איינע פון די קלאסן און ברענגט עס אריין צום צימער. ער פלאגט זיך קודם א שטיק צייט מיטן קעיבל וואס מאכט פראבלעמען אבער פארבינדט עס סוקסעספול נאך עטליכע מנוט און די שטאב לויפט זיך צאם קוקן די שוידערליכע בילדער, די באאמטע זענען אין קאנטאקט מיטן ווייסן הויז עמערזשענסי צענטער צו קאארדענירן א רעספאנס.

9:05- עס איז אצינד קלאר אז ס'האנדעלט זיך פון א בייזוויליגע אקט און דער הויפט סעקיורעטי דעטאל מעידזשער 'פאול מענטאנעס' פארלאנגט א זאפארטיגע עוועקואציע פונעם פרעזידענט און די גאנצע שטאב, די שטאב הויפטן באשליסן אבער צו בלייבן אויף דערווייל.

9:07- די קינדער אין קלאס צימער ענדיגן די ערשטע חלק פארהער פון פארליינען די ספעלינג ביכער, און נעמען ארויס דעם צווייטן בוך צום שרייבן, שטאב הויפט 'ענדרו קארד' וועלעכער שטייט שוין ביים טיר עטליכע מנוט זעהט עס אלס פאסיגע געלעגענהייט איבערצוהאקן און גייט אריין אין קלאס צימער מעלדן פאר בוש די נייעס, אריינמירמלענדיג אים אין אויער: "א צווייטע ערעפלאן האט געקראכט אין צווייטן ווארלד טרעיד סענטער טורעם, אמעריקא איז אונטער אטאקע".




דער שטאב הויפט גיבט זיך א רוק צוריק צו זיין פריערדיגע פאזיציע און פאר די נאכפאלגענדע 20 סעקונדעס איז דער פרעזידענט געלעמט אויף זיין פלאץ, זיין אויגן וואנדערנדיג ארום דעם צימער טראכנדיג צו זיך "א חוצפה פון אטאקירער, זיי גייען באצאלן דערויף".



דאן פאסט בוש א באשלוס צו גיין אביסל ווייטער מיטן פראגראם כדאי נישט צו דערשרעקן די קינדער (און ווי ער האט שפעטער ערקלעקט האט ער אויך אינזין געהאט ער זאל געזעהן ווערן ביים אלגעמיינע באפעלקערונג אלס רוהיג און געלאסן), און ער הייבט אויף די בוך פארהערנדיג ווייטער די קינדער.

עטליכע מנוט דערויף רוקט זיך דער פרעסע סעקרעטאר 'ארי פליישער' אביסל נאענטער צום פרעזידענט און הייבט אויף זיין נאטיץ ביכל דירעקט אנטקעגן בוש'ס אויגן מיט א מעסעדזש אין גרויסע ווערטער: “DON’T SAY ANYTHING YET”. פליישער אלס קומיונקאציע דירעקטאר האט געוואלט זיכער מאכן אז דער פרעזידענט ענטפערט קיינע פראגעס צו די פרעסע איבער די אטאקע אין ניו יארק בעפאר ער באקומט אליינס די דעטאלן פריוואט.

9:16- דער פרעזידענט ענדיגט דעם פראגראם, באדאנקט זיך פאר די קינדער און די שולע שטאב און מאכט זיין וועג ארויס צום פארזיכערטן קאמיונעקאציע צימער, די פרעסע ווערט שנעל ארויסגעשיקט פון בנין.

אין צימער קומט זיך צוזאם די גאנצע שטאב און זיכערהייט פערסאנעלן ווי דער פרעזידענט זעהט צום ערשטן מאל די לעבעדיגע בילדער פון ניו יארק און קאמאנטירט פארן שטאב "מיר זענען אין מלחמה". די אנוועזנדע מאכן פארבינדונג מיטן ווייזן הויז וועלעכע שטייט אין פארבינדונג מיט די אנדערע פעדעראלע אגענטורן, אבער נישט מיטן פענטעגאן וועלעכע זענען די איינציגסטע אין דעם מאמענט וועלעכע ווייסן אז ס'דא נאך געהיידזשעקטע פליגער און פארמאגן פייטער דזשעטס אין די לופטן.

דער פרעזידענט טעלעפאנירט וויצע פרעזידענט 'דיק טשעני' וועלעכע ענטפערט נישט די ליניע צוליב וואס ער איז אינמיטן עוועקואציע צום ווייסן הויז בונקער, בוש דאן טעלעפאנירט ניו יארק גאווערנער 'דזשארדזש פאטאקי' און FBI דירעקטאר 'ראבערט מוללער' וועלעכער אינפארמירט בוש אז ס'האנדעלט זיך פון גרויסע קאמארציאלע דזשעטס וועלעכער איינס דערפון איז באשטעטיגט אלס געהיידזשעקט אויפן וועג פון באסטאן. בוש גרייט זיך אן א רעדע פארן פאלק.






דער סיקרעט סערוויס הויפט אגענט 'עדווערד מארינזעל' פארלאנגט א זאפארטיגע עוואקואציע פונעם גאנצן בנין אריין צום פרעזידענטס לימיוזיון וועלעכע איז בולעט און באמבע פראוף. אבער דער שטאב הויפט עקשנ'ט זיך אז דער פרעזידענט זאל געבן א רעדע נאך פאר מ'לאזט זיך ארויס אין וועג. מ'גייט איין אויף א פשרה אז ס'וועט זיין א קוירצע רעדע און מ'וועט תיכף דערנאך פארלאזן די פלאץ.

9:30- די גאנצע שולע איז פארזאמעלט אינעם אדאטוריעם ווי עס איז געווען באשטימט פארן פרעזידענט צו געבן א רעדע איבער ערציאונג. דער פרעזידענט ערשיינט און גיבט א קורצע 4 מנוטיגע ערענסטע סטעיטמענט געוואנדן צום פאלק דערקלערענדיג דעם פאסירונג אלס א נאציאנאלע טראגעדיע.





9:34- דער פרעזידענט ענדיגט זיין סטעיטמענט און גייט ארויס צום ווארטענדע מאטארקאדע בעת די סיקרעט סערוויס לאזט וויסן די שטאב "מיר גייען פליען מיטן מאטארקאדע". די מאטארקאדע לאזט זיך ארויס אויפן וועג צום סערעסאטע אינטערנאציאנאלע לופטפעלד, 3 אהאלב מייל פונעם שולע אויף אן עקסטרעם שנעלע ספיד פון 85 MPH.


למעשה פון די גרויס געיאגעניש מאכט די מאטארקאדע א טעות און פארט אויף די פארקערטע דירעקציע, נאך עטליכע קילאמטער פארן כאפט מען זיך און מען מאכט א יו טורן צום עירפארט. די סיקרעט סערוויס ברענגט אריין אויסנאם זיכערהייט מאסנאמען, אוועקטעלנדיג דריימאל אזויפיל בלאקאדעס ווי געווענליך און האלטנדיג די ביקסן אין די הייעך דורכאויס די רייזע.

אזוי פארענדיג פראבירן די באאמטע אינעם מאטארקאדע אומאויפהערליך צו מאכן קאנטאקט מיט זייערע קאלעגעס אין וואשינגטאן, אבער די פארזיכערטע טעלעפאונען אינעם לימיוזין און אנדערע קומיונעקאציע מיטלען זענען אויסגעשאלטערט.

9:37- א באאינג 757, אמעריקאן עירליינס פלייט 77 מיט 64 מענטשן אן באורד קראכט אריין אינעם מערב פליגל פונעם פענטעגאן, אומברענגענדיג תיכף אלע רייזענדע און נאך 124 ארבייטער אינעם בנין (נאך איינער שטארבט אין שפיטאל עטליכע טעג דערויף, די איבעריגע 700 ארבייטער ראטעווען זיך ארויס).




9:38- עס געלונגט פארן פרעזידענט צו גרייכן זיין נאציאנאלע זיכערהייט ראטגעבער 'קאנדעליזא רייס' דורך א געבארגטע סעלפאון פון א מיטרייזנדער, רייס מעלדט איין דעם פרעזידענט אז א דריטע פליגער האט נארוואס געקראכט, דאסמאל אינעם פענטעגאן. בוש האלט אן זיין אויסערליכע רוהיגקייט אבער איז אצינד קאכעדיג כעס'יג, קלערנדיג ביי זיך אז ער וועט פאר יעדן פרייז פארניכטן די אטאקירער, רייס זאגט פאר בוש אז ס'וואלט נישט געווען גוט דער פרעזידענט זאל צוריקקימען קיין וואשינגטאן אין יעצטיגן מצב, אינמיטן דעם געשפרעך מעלדט רייס פארן פרעזידענט אז זי מוז אראפלייגן צוליב וואס זי ווערט פיזיש געשטיפט אראפצוגיין זאפארט צום ווייסן הויז בונקער.

9:43- די מאטארקאדע גרייכט דעם סערעסאוטע אינטערנאציאנאלע לופטפעלד און דער פרעזידענטליכע לימוזין שטעלט זיך האסטיג אפ הארט ביים עיר פאורס 1 וועלכע ווארט שוין מיט אנגעצינדענע מאטארן (א זאך וואס איז נישט ערלויבט אין נארמאלע אומשטענדן ביז דער פרעזידענט איז אויפן פליגער) גרייט זיך צו הייבן, דער פרעזידענט שטייגט אויס און היפט איבער די געווענליכע באגריסונגען און גייט ארויף די ערעפלאן שטיגן כמעט לויפנדיג, ער דרייט זיך אויס בעפארן ארייינגיין אין פליגער מאכענדיג א שנעלע געזעגענוגס צייכן מיט די האנט צו די פרעסע.




דער פרעזידענט גייט אריין גלייך אין זיין פריוואטע צימער ווי ער פארארדענט די סיקרעט סערוויס צו טראגן זיין ווייב און טעכטער -וואס געפינען זיך אין וואשינגטאן- צו ספעציעלע שוץ פלעצער.

אלע רעפארטער און ווייסע הויז באאמטע אויפן וועג ארויף צום פליגער ווערן פלוצלונג ענטפאנגען דורך א גרויסע גרופע סיקרעט סערוויס אגענטן וועלעכע פירן דורך א פרישע גאר שטרענגע סעקיורעטי טשעק וואס נעמט אריין באמבע מאטריאל שמעק הונט, בעפארן ווערן ארויפגעלאזט אויפן ערעפלאן.



9:45- יעדער זיצט שוין פארבינדן אין די זיצן גרייט זיך צו הייבן,דער פרעזידענט איז שוין אומגעדולדיג און וויל זיך זעהן ווי שנעלער צוריק אין וואשינגטאן צו קענען געהעריג מיטהאלטן די סיטואציע רעספאנס. 'מארק ראזענקער' דער ווייסע הויז מיליטער אפיס דירעקטאר קריגט א רוף פונעם סיטואציע צימער מיט א ווארענונג אז דער פרעזידענט זאל זיך בשו"א נישט אומקערן קיין וואשינגטאן די. סי. אדער די גאנצע אומגעגענט, אזוי אויך פאדערן זיי אויף דעם מיליטערי דירעקטאר צו שאפן אן עסקארט פון מיליטערישע קריג ערעפלאנען צו באגלייטן עירפאורס 1. דער דירעקטאר גייט אריבער צום שטאב הויפט איבערגעבן די פארלאנג און מ'הייבט אן ארבייטן אויף אנדערע מעגליכע דעסטינאציעס, אבער די ציל איז זיך קודם צו הייבן אין די לופטן די שנעלסטע מעגליכקייט צו פארמיידן געפארן אויף די ערד און דערנאך מאכן א באשלוס.

9:46- וויצע פרעזידענט טשעיני וועלעכער געפינט זיך אין ווייסן הויז בונקער רופט אן דעם פרעזידענט, די צוויי דיסקוסירן דעם מצב און בוש זאגט פאר טשעיני: "קוקט אויס ווי א שטיקל מיני מלחמה גייט דא פאר.. כ'האב געהערט וועגן די פענטעגאן, מיר זענען אין מלחמה, איינער גייט דא באצאלן". בוש בעט טשעיני צו אינפארמירן קאנגרעס איבער די אטאקע דעטאלן. טשעיני זאגט פארן פרעזידענט אז יונייטעד עירליינס פלייט 93 איז באריכטעט געהיידזשעקט און אויפן וועג קיין וואשינגטאן און די פענטעגאן האט נארוואס אנגעפרעגט דעם ווייסן הויז פאר אפראוול אראפצושיסן סייוועלעכע מעגליכע געהיידזשעקטע ציווילע פליגער אין די אמעריקאנע הימלען, בוש גיבט זיין אטוריזאציע.

9:48- די ווייסע הויז סיטואציע צימער שיקט אריבער דעם אטאריזאציע צום פענטעגאן, און א מעסעדזש ווערט ארויסגעשיקט צו די פייטער דזשעטס אין די לופטן העכער ניו יארק סיטי און איבער אנדערע סטראטעגישע פלעצער צו עפענען פייער אויף סיי וועלעכן פארדעכטיגטן.



9:54- עיר פאורס וואן הייבט אן פליען אויפן ראנוועי זיך צו הייבן אבער די סיקרעט סערוויס באמערקט א מאן ביים אנדערן עק ראנוועי מיט א גרויסן אבדזשעט אין די האנט געצילט צום ערעפלאן. די סיקרעט סערוויס פארארדענט די אגענטן אויף די ערד צו זיין גרייט צו שיסן דעם פארשוין, זיי הייסן אויך דעם פילאט צו הייבן דעם פליגער די שיפסטע אויף ארויף מעגליך צו פארמיידן דעם פילאט קאבינע פון געטראפן ווערן דורכן מעגליכן שיסער. דער ערעפלאן מאכט טאקע א גאר שארפע הייבונג, גאר ענליך צו א ראקעט.

די סיקרעט סערוויס אויף דר'ערד בשטעטיגן דערנאך אז דער מענטש איז קיין געפאר נאר א פשוט'ע צושויער וואס איז געקומען זעהן דעם פרעזידענט און געהאלטן א גרויס ווידיא רעקארדירער אין ריכטונג פון ערעפלאן אפכאפענידג די הייבונג (כ'קען אפשר האבן די ווידיאו?..).

9:55- די פליגער איז אין די לופטן אן קיין ציל דערווייל און די פרעזידענט און זיין שטאב פראבירן מאכן טעלעפאון רופן קיין וואשינגטאן עס איז אבער דא ערענסטע פראבלעמען מיט די קאמיוניקאציע, בוש גרייכט טשעיני אויפן ליניע אבער אינמיטן רעדן ווערט די ליניע אפגעהאקט. דא ווערט שוין דער רוהיגער בוש אין כעס און גיבט א זעץ אויף זיין טישל: "דאס איז אומאקצעפטירבאר! גיבטס מיר דעם וויצע פרעזידענט!".



עס איז אויך געווען זייער שווער צו קריגן א געהעריגע סיגנאל פאר די טעלעוויזיעס אויפן ערעפלאן, בעת וואס מיליאנען אמעריקאנער האבן מיטגעהאלטן פונקטליך וואס פאסירט לעבעדיג האט מען אין עירפאורס וואן זיך געבראכן קאפ וויאזוי צו כאפן קאנעקשאן.

בוש האט ענדליך אנגעהויבן קריגן עפעס סיגנאלן אויף זיין טעלעוויזע, גענוג ער זאל זיך קענען פארבינדן מיט די טשענעלס פון די לאקאלע טעלעוויזע סטאנציעס איבער די געגענטער ווי זיי זענען דורכגעפלויגן, די סקרין איז יעדע שטיק צייט געגאנגען נאכאמאל שווארץ און ער האט געדארפט פראבירן זיך פריש קאנעקטן צום נעקסטן לאקאלן סטאנציע. עס איז אבער געווען גענוג פארן פרעזידענט צו האבן א גוטע בליק אויפן מצב וואס גייט פאר.

בילד פון בוש קוקנדיג טעלעוועזיע אין די ערשטע מינוטן נאכן זיך הייבן:


10:00- עיר פאורס וואן פליעט אצינד אין די צפון ריכטונג, א גרופע F-15 זשעטס הייבן זיך פונעם 125'סטן מלחמה פליגל באזע אין זשעקסאנוויל,פלארידע צו אנטקעגן קומען עיר פאורס וואן און באגלייטן אויפן רייזע. למעשה צוליב די צעמישעניש פון די שלעכטע קאמיונעקאציע מיטן עיר פאורס וואן דרייען זיי זיך צוריק.

10:06- פרעזידענט בוש ווערט אינפארמירט אז יונייטעד עירליינס פלייט 93 האט נארוואס אראפגעקראכט אין פענסילוועניע מיט 44 פאזשאזירן דערויף, בוש איז צום ערשט דערשראקן און זיין ערשטע פראגע אזי צו דאס איז געווען א מיליטערישע אראפשיס אלס רעזולטאט פון זיין אטאריזאציע, די ענטפער דערצו קריגט ער נישט ביז הערשט עטליכע שעה נאכדעם.

10:10- עיר פאורס וואן דרייט זיך ארום אין די לופטן העכער פלארידע אין די צפון ריכטונג, טשיף אוו סטעף 'ענדי קארד' און סיקרעט סערוויס הויפט אגענט 'עדווארד מארינזעל' שלאגן זיך מיט בוש איבערן דעסטינאציע. דער פרעזידענט עקשנ'ט זיך אז ער וויל דווקא יא צוריק קיין וואשינגטאן זאגענדיג "איך לאז נישט די טעראריסטן מיך דערשרעקן, איך בין די פרעזידענט און מיר גייען קיין וואשינגטאן!", אבער די סיקרעט סערוויס אנטזאגט זיך פון נאכלאזן זאגענדיג אז ס'פשוט אוממעגליך, עווענטועל גיבט בוש אויף און די ערעפלאן הייבט אן פארן מערב, דערווייל אן א דעסטינאציע אבער צום ערשט אוועק פון וואשינגטאן ריכטונג.

10:16- דער פרעזידענטס מיליטערישער געהילף ליוטענענט קאלאנעל 'טאמעס קאולד' פארבינדט זיך מיטן ווייסן הויז סיטואציע צימער און פארלאנגט 1)עטליכע F-16 פייטער דזשעטס 2)א גאז ערעפלאן איבערפילער 3)אן AWACS קאנטראל סיסטעם ערעפלאן וועלעכער קען אויפכאפן מעגליכע געפארן פון הינדערטער מיילן ווייט. די סיטואציע צימער שיקט אריבער דעם פארלאנג צום פענטעגאן.

10:20- די אמעריקאנע עירפאורס באזע אין אפפאט,נאבראסקע ווערט פארגעשלאגן אלס דעסטינאציע אבער ווערט אפגעשלאגן דורך דעם פרעזידענטס געהילפן צוליב די ווייטקייט און די פרעזידענטס פארלאנג צו אנקומען ווי שנעלער אויף א פלאץ מיט געהעריגע קאמיונעקאציע ווי ער זאל קענען מאכן א סטעיטמענט צום פאלק כדאי צו ווייזן אז ער לעבט. די אמעריקאנע עירפאורס באזע אין בארקסדעיל,לואיזיאנא ווערט למעשה אידענטעפעצירט אלס נאענטע פאסיגע דעסטינאציע און דער ערפלאן מאכט זיין וועג אהין.

דורכאויס די אייין אהאלב שעה רייזע ווערט געמאכט צענדליגע טעלעפאון קאולס קיין וואשינגטאן צו פראבירן קאארדענירן די סיטואציע די מערסטע וואס איז שייך.

פאלגענד זענען די בילדער פון אינערהאלב עירפאורס וואן.

מיטהאלדענדיג די לעבעדיגע בילדער אויף טעלעוויזיע:



טשיף אוו סטעף,דער מיליטער דירעטאר,פרעזידענטס מיליטער געהילף,און דער סיקרעט סערוויס הויפט אגענט אין א אנגעצויגענע געשפרעך אין עיר פאורס וואן סיטואציע צימער:


מיטן טשיף אוו סטעף 'ענדי קארד' אינעם פרעזידענטס בעדרום:


דער פרעזידענט מיטן פרעסע סעקרעטאר 'ארי פליישער' (לינקס) און סיניער אווייזער 'קארל ראוו' (רעכטס):


מיטן טשיף אוו סטעף:



די מצב איז אנגעצויגן:



10:32- בוש רופט אריין זיין אינטעלידזשענט בריעפער 'מייק מארעל' און פרעגט אים צו מ'ווייסט שוין עפעס מער וועגן די פאלעסטינער גרופע DFLP וועלעכע באריכטן פארציילן אז זיי האבן זיך דערקלערט אז די וואס שטייען אונטער די אטאקע. מארעל ענטפערט אים אז לויט די אינפארמאציע פון די CIA איז דאס אוממעגליך צוליב זייערע שוואכע קעפעבילעטיס און איז ווארשיינליך סתם א פאלשע דעקלעראציע.

בוש פארלאנגט מארעל זיך צו פארבינדן מיטן סי איי עי דירעקטאר 'דזשארדזש טענעט' זיכער מאכן אז ער פארבינדט זיך מיט מארעל ווי נאר זיי האבן פרישע אינפארמציע איבער די אטאקירער, "מייקעל, איך וויל דו זאלסט זיין דער ערשטער צו וויסן, פארשטייסט דאס?!", מארעל גיבט זיין צושטימונג און פארבינדט זיך מיט טענעט איבערגעבן דעם פרעזידענטס פארלאנג.

10:35- די סיטואציע צימער פארבינדט זיך מיט עירפאורס וואן מעלדן אז ס'איז אריינגעקומען קרעדיבל סטראשע קעגן דעם פרעזידענטס ערעפלאן, אן אנאמיער רופער וועלעכער האט אריינגערופן דעם ווייסן הויז הויז סוויטשבאורד האט איבערגעגבן אז "ענג'ל איז נעקסט", די סיקרעט סערוויס וואס ניצן דעם געהיימן קאוד נאמען פאר עירפאורס וואן צווישן זיך הייבן אצינד אן חושד זיין אז ס'איז דא א מעגליכער "אינסיידער" וואס פלאנירט היידזשעקן דעם פליגער.

די סיקרעט סערוויס מאכט א פרישע שטרענגע גרינטליכע אונטערזיכונג ביי אלע פאסאזשירן און שטעלן וועג באוואפענטע וועכטער ביים טיר פונעם פילאטן קאבינע. די שטימונג אין ערעפלאן איז אנגעצויגן אויפן העכסטן.

10:38- די פעדעראלע אוויאציע צענטער אין דזשעקסענוויל פלארידע אינפארמירט עירפאורס וואן קאנטראל צימער אז זיי האבן פארלוירן פארבינדונג מיט אן ערעפלאן וואס פארט אין זעלבן ריכטונג פון זייער ערעפלאן, דער אנגעבליכער פליגער ענטפערט נישט דעם טראנסמישען אבער די ראדיא סיגנאל איז אנגעצינדן און זיי זעען אים פארן אין יענעם דירעקציע.

דער עירפאורס 1 פילאט קאלאנעל 'מארק טילמאן' ווערט פארארדענט צו מאכן א דריי אין ריכטונג פונעם גאלף אף מעקסיקאו אויפן וועג קיין לואיזיאנע. עווענטועל שטעלט זיך ארויס אז דער ערעפלאן האט געהאט א צעבראכענע טראנסמיטער און איז געווען אומשעדליך.

10:55- עירפאורס וואן הייבט זיך אויף מיט נאך עטליכע טויזענט פוס העכער די ביז יעצטיגע 40,000 פוס הויכקייט.

11:09- עס קומט אריין באריכטן פון נייעס סטאנציעס אז אן ערעפלאן האט געקראכט אין פרעזידענטס אפרוה רעזארט 'קעמפ דעוויד', מחנות פייערלעשער יאגן זיך צום געגענט. דער פרעזידענט מיליטערי געהילף פרעגט אן דעם פענטעגאן דערוועגן אבער זיי באשטעטיגן אז ס'איז אומריכטיג.

11:15- באאמטע אינעם בארקסדעיל עירפאורס באזע ווערן אינפארמירט דורכ'ן פענטעגאן אז א גרויסע דזשעט גרייט זיך צו לאנדן אין זייער לופטפעלד אין די נעקסטע האלבע שעה און זיי דארפן צוגרייטן מאקסימום זיכערהייט מאסנאמען און באדערפענישן פאר 2 טעג, אריינגערעכנט 150,000 פונט גאז, 75 מיטאג שאכטלען, 10 גאלאנען ארענדזש דזשוס, צענדליגער בייגלס,מאפינס, און 25 פונט באנאנעס. ווען דער קאמאנדיר פונעם באזע ליוטענענט גענעראל 'טאמעס קעק' הערט פונעם ארדער וואונדערט ער זיך הויעך צו זיינע געהילפן: "ווער אין די וועלט איז דאס?" די קאנטראלערס ווייסן נישט קיין ענטפער נאר אז ס'איז א 'קאוד אלפע', וואס באדייט א "טאפ פריאריטעט".

די באזע קאנטראלער'ס מאכן פארבינדונג מיטן פילאט און פרעגן אן ווער ס'זענען די געסט? פילאט טילמאן ענטפערט אז ער פירט 4 הויכראנגיקע קאנגרעסלייט. קאמאנדיר קעק קויפט עס אבער נאכנישט און ער איז חושד אז דאס איז עירפאורס 1. ער דערזעהט זיך דאן מיט קנאפע 20 מינוט צוצוגרייטן פארן לאנדונג.

11:15- רוסלאנדס פרעזידענט 'ווילאדימיר פוטין' רופט אן דעם ווייסן הוז צו רעדן מיט פרעזידענט בוש, צוליב דעם פרעזידענטס אפוועזנהייט ווערט די טעלעפאון רוף געענטפערט דוך זיכערהייט ראטגעבער רייס וועלעכער פארבינדט פוטין מיט עירפאורס 1 און איז דער ערשטער וועלט פירער זיך צו פאארבינדן מיטן פרעזידענט נאכפאלגענדיג די אטאקעס, פוטין גיבט איבער פאר בוש זיינע ווארימע טרייסט וואונטשן און זאגט ער האט געהערט אז די אמעריקאנער האבן געהעכערט זייער טרופן וואכזאמקייט לעוול און ער דריקט אויס זיין וויליגקייט צו מיטארבייטן מיטן פרעזידענט קעגן די טעראר צילן. בוש דריקט זיך אויס דערנאך צו זיינע ארומיגע אז עס איז מערקבאר פון פוטין אז ער האלט אויך אז די קאלטע קריג איז פארריבער.

11:29- דער פילאט באקומט א מעסעדזש פונעם אוויאציע קאנטראל טורעם זאגענדיג: "עירפאורס 1, דו האסט אז עטליכע קלענערע פליגער דערנענטערן זיך אונטער דיין לינקע פליגל מיט אן עקסטרעם שנעלקייט (וואס באדייט אז מ'רעדט פון פייטער דזשעטס)". דער פילאט פרעגט "ווער איז דאס?" אויף וואס די קאנטראל ענטפערט אז זיי האבן נישט קיין אנונג, "זיי האבן נארוואס ארויסגעשפראצט פון ערגעץ לעבן טעקסעס אדער די גאלף". דער פילאט גיבט איבער די נייעס פארן מיליטער געהילף 'טאמעס גאלד' און זיי האבן מורא אז ס'מעגליך אויסלענדישע פייטער דזשעטס וואס קומען זיי אטאקירן. גאלד פארגעסט אז ער האט באשטעלט די ארדער פונעם פענטעגאן פריער אין טאג.

למעשה תיכף דערויף באקומט דער פילאט א מעסעדזש פון איינע פון די דזשעטס: "עיר פאורס 1, דא איז קארי 4-5, ערעפלאן פון 2, מיר זענען דיין דעקונג". דער פילאט בארוהיגט זיך הערענדיג די שארפע טעקסעס אקצענט וויסנדיג אז דאס זענען נישט קיין פרעמדע..

קורצליך דערויף באמערקן די רייזענד 2 מיליטער ערעפלאנען הארט לעבן דעם ערעפלאן, איינס ביים רעכטן און איינס ביים לינקן פליגל, עס פליעט אזוי נאענט אז די רייזענדע קענען זעהן דעם פנים פון יענע פילאטן.





די F-16 פליגער פארמירן אן 80 מייל שטח א.ג. "באבל", ווי יעדע זאך אין דעם טעריטאריע ווערט באטראכט אלס געפאר.

ע"כ חלק א'. די איבעריגע צו נאכפאלגן בעז"ה.
לעצט פארראכטן דורך כאפצעם אום דאנערשטאג סעפטעמבער 10, 2020 4:02 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
באנאנא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3098
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 26, 2020 11:49 am
לאקאציע:אין די אידישע וועלט

Re: 9/11 מיטן פרעזידענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באנאנא »

יוש קלאפט מיין הארץ.
כ'האב אסאך געליינט וועגן 9/11, גאר אינטערסאנט דיין ארטיקעל.
ווארטן מיר שוין צו זען בוש אויף די פייער טראק ביים טצענע...
אוועטאר
יש בו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4474
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

Re: 9/11 מיטן פרעזידענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש בו »

WOW WOW WOW, א מאסיווע ארבעט אראפדעלייגט,

אויב איך מעג בעטן איבערצולייגן די בילדער אויף אייוועלט סייט זעלבסט, ווייל אלע פנים'ער קומען מיר ארויף פארשווארצט מחמת די פילטער
The Divided States Of America
אוועטאר
הודו להשם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4762
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 17, 2017 3:44 pm
לאקאציע:אפדעיט: נארוואס צוריקגעקומען!

Re: 9/11 מיטן פרעזידענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הודו להשם »

הערליך אראפגעלייגט!
ווארט מיר אויפן המשך.
אִיר קָאנְט שׁוֹין אוֹיךְ פַארְשְׁטֵיין לִיבֶּע קִינְדֶּערְלִיךְ אַז סֶע אִיז מֶער קַיין תַּכְלִית נִיט נָאר דַאוִונֶין אוּן לֶערְנֶין אוּן מַעֲשִׂים טוֹבִים
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: 9/11 מיטן פרעזידענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

Wow!!!


דראמאטיש באשריבן!!!
דער קאמפיין איז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלען זענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
בארואיגט-אייך
שר האלף
תגובות: 1296
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 15, 2017 11:53 am

Re: 9/11 מיטן פרעזידענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בארואיגט-אייך »

מאסיווע ארטיק,

זייער א שיינע ארבעט שכח
אסאך מאל דארף זיך א מענטש ווענטילעטען זיין יומידיטי.
בעסער דא אויף מיר, ווי איידער אויף זיין ווייב אונדערהיים
אוועטאר
שלמה מולכו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4590
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 18, 2019 11:18 am
לאקאציע:אין פעלד

Re: 9/11 מיטן פרעזידענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה מולכו »

wow כאפצעם,
העכסט אינטרעסאנט,
מיר ווארטן אויפן המשך.
פון רעמסס קיין ניו יארק

פעלדמאן בחורל׳ס טרערעליך - וויינט מיט מיר.

מיין וואקאציע - קאליפארניע

מסירת נפש יש לכל אחד ואחד מישראל בכל יום ובכל שעה לקוטי מוהר"ן תנינא מו
אוועטאר
קאנטרי מאוד
שר האלפיים
תגובות: 2178
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 29, 2017 9:21 pm
לאקאציע:אויף די שטראזן,צווישן ביימער און גראזן,

Re: 9/11 מיטן פרעזידענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנטרי מאוד »

wow wow wow
א מעסיוו ארבעט כאפעם!!!
אוועטאר
ויתן לך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5360
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 03, 2011 4:35 pm
לאקאציע:ביים סידור'ל פאר הבדלה

Re: 9/11 מיטן פרעזידענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ויתן לך »

קאנטרי מאוד האט געשריבן: wow wow wow
א מעסיוו ארבעט כאפעם!!!
אוועטאר
אלטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10079
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 14, 2020 12:44 pm
לאקאציע:אין בהמ"ד ביים קאווע שטיבל

Re: 9/11 מיטן פרעזידענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטער »

שלמה מולכו האט געשריבן: wow כאפצעם,
העכסט אינטרעסאנט,
מיר ווארטן אויפן המשך.
ווייל איך בין א אידעלע, זינג איך מיר א לידעלע, ווייל איך בין א איד, זינג איך מיר א ליד
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 36791
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: 9/11 מיטן פרעזידענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

הערליך, ברענגסט מיר צוריק זכרונות פון יענעם טאג.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
מה ידידות
שר חמש מאות
תגובות: 862
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 27, 2014 11:14 am

Re: 9/11 מיטן פרעזידענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה ידידות »

הערליך שיין!
לְהִתְעַנֵּג בְּתַעֲנוּגִים בַּרְבּוּרִים וּשְׂלָו וְדָגִים....
אוועטאר
שמואל בארג
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4026
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 6:44 pm

Re: 9/11 מיטן פרעזידענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל בארג »

זייער אינטערעסאנט!
שיעלע בהמה
שר האלפיים
תגובות: 2366
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 10, 2019 11:59 am

Re: 9/11 מיטן פרעזידענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שיעלע בהמה »

שכויעך הרב @כאפצעם, דאס איז א מאסיווע ארבעט
אוועטאר
גיב א שמייכל
שר חמש מאות
תגובות: 822
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 12, 2019 2:27 pm

Re: 9/11 מיטן פרעזידענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיב א שמייכל »

;l;p-
איך שמייכל נישט ווייל איך בין פרייליך...
איך בין פרייליך ווייל איך שמייכל!
קרייסלער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4617
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע:אויפן ראוד

Re: 9/11 מיטן פרעזידענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרייסלער »

מאסיווע ארבייט, קיפ איט קאמינג

פליישער האט אמאל ארויסגעגבן אלעס מינוט ביי מינוט, העכסט דראמאטיש
אגב איז אינטערסאנט אז א פרעס סעקרעטערי זאל זיין ממש פון די נאנסטע מענטשען צום פרעזידענט
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים

מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
באקסער בוים
שר האלף
תגובות: 1866
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 31, 2017 12:41 pm

Re: 9/11 מיטן פרעזידענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באקסער בוים »

א אויסטערלישע קלארע זשאב הרב כאפצעם! מיר ווארטן מיט שפאנונג אויפן פארזעצונג.
איך האב בכלל נישט קיין מיינונג איבער די נושא, ס'איז זשאסט געשריבן אין די וועלט אריין.
אוועטאר
הלשון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3620
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

Re: 9/11 מיטן פרעזידענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלשון »

א קנאק פון א רייכע אינפארמאטיווע קאפיטל היסטאריע!

שכח פאר די געלונגענע ארטיקל! גאר גוט געשילדערט!
הלשוןהוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)
מחובר לקרקע
שר חמישים
תגובות: 92
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 15, 2020 6:34 pm

Re: 9/11 מיטן פרעזידענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחובר לקרקע »

מוירעדיג .שכויעח
hoipt1
שר האלף
תגובות: 1038
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 25, 2017 6:02 pm

Re: 9/11 מיטן פרעזידענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך hoipt1 »

הלשון האט געשריבן: א קנאק פון א רייכע אינפארמאטיווע קאפיטל היסטאריע!

שכח פאר די געלונגענע ארטיקל! גאר גוט געשילדערט!

גא"מ
שייך צו לייגן אויף pdf?
פאר די געסט א שטעך טראכט אפשר איז עס מחר
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8279
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

Re: 9/11 מיטן פרעזידענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

wow! נייס ארבעט! ריעלי עפרישיעיטעד. קיפ איט אפ ביטע.
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 29838
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: 9/11 מיטן פרעזידענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

א שיינעם דאנק כאפצעם פאר די אויסטערליש שיינע ארבעט
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 18071
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: 9/11 מיטן פרעזידענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

געוואלדיג!
חוח בין השושנים האט געשריבן:
עס איז איבערמארגן אין אמעריקע
בלעכענער פנים
שר האלפיים
תגובות: 2676
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אפריל 04, 2019 12:51 pm

Re: 9/11 מיטן פרעזידענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלעכענער פנים »

מעסיוו ארבעט, שכח.
קענטאקי
שר האלף
תגובות: 1620
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 12, 2020 4:13 pm

Re: 9/11 מיטן פרעזידענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קענטאקי »

א הערליכע ארבעט! זייער אינטערעסאנט און אינפארמאטיוו. ישר כח!
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”