נארט איסט קאמיונעטי באנק NorthEast Community Bank
פון מיין פערסאנעל אקאונט איז געווארן געטרענספערט צו http://necmoneytransfer.com צוויי מאל איבער אכט הונדער דאללער
פון מיין ביזנעס אקאונט איז געווארן געטרענספערט צו די אויבנדערמאנטע סייט צוויי מאל איבער פופצן הונדערט דאללער (עפעס אן אראבישע סייט)
עס קוקט אויס ווי עפעס א געז סטעשן אדער גראסערי אין די געגנט איז געווארן געהעקט.
די באנק האט אויטאמאטיש דיטעקטעד די פראד און געבלאק א טראנזאקציע און פארמאכט די קארטלעך, אבער ווען ס'איז געקומען צו ריפאנדן האבן זיי געשיקט א בריוו אז זיי האבן איבער געקוקט די טראנזאקציעס און גארנישט געזען עפעס ראנג (גיי ווייס וואס זיי האבן געקוקט און וואס מיינט ביי זיי ראנג) און זיי גיבן מיר נישט קיין ריפאנד.
האט נאך איינער עקספיריענסד דאס? איז דא עפעס וואס צו טוען?