דא האט איהר א נייע סידי מיטן נאמען 'שיר ציון', ניגונים וואס זענען פארפאסט געווארן דורך'ן יונגן פרישן מלחין ר' בן ציון שטיין, המכונה 'בנצי' בלשון חיבה.
די ניגונים ווערן געזינגען דורך די גרעסטע שטערנ'ס אין עולם הנגינה: אברהם פריד, זאנוויל וויינבערגער, בערי וועבער, אהרה'לע סאמעט, חיים ישראל, שלמה כהן, יואלי קליין, מענדי ווייס, ארי היל, מאטי ויזל, עקיבא גראמאן, שוכי גאלדשטיין, שמוליק לונגר, בנצי שטיין.

פוילער האט געשריבן:
אגב אז מרעדט שוין פון בנצי שטיין, איז נישט אבא איתי די זעלבע ניגון ווי מנורה׳לע נאר מיט אנדערע ווערטער?
בנצי מאכט הערליכע ניגונים.
שכח נאר מיט שמחה פאר דיין פראיעקט
איך ווייס נישט פארוואס אבער איך האב געהערט דעם ניגון אבא און דעם ערשטן פאל האב איך געקענט פון אונטערען פענסטער ווי ארי גליק האט געזינגען עפעס א ניגון ביים מארק , איינער מיט מער אינפארמאציע ביטע??!!
איך האלט אימיטן באקן עפעס.. איך בין נישט אזוי שטארק אין גרעפיק, אבער עפעס פראביר איך צאמשטעלן...
masmid האט געשריבן:
קודם שכוח @נאר מיט שמחה ס'איז א געוואלדיגע איידיע... כ'האב א קליינע הערה דו האסט אריינגעלייגט אין בענצי שטיין'ס אלבום די ניגון ''איך בין דיינס'' וואס בענצי האט ארויסגעגעבן מיט אהרעלע סאמעט. די ניגון האט נישט בענצי פארפאסט ס'איז שוין ארויסגעקומען פארדעם אינמיטן די זומער דורך דובי מייזעלס מיט בעני פרידמאן און דארטן איז געשטאנען אז ס'איז געווארן פארפאסט דורך איינעם פנחס קליין..
ריכטיג, איך האב געהאט א ספק אויב עס אריינצולייגן. אבער אזוי ווי ס'גאנץ א פיינעם ניגון האב איך עס אריינגעלייגט. און דער פנחס קליין איז דער 'גאסט קאמפאוזער'... אזוי ווי פינגערפרינט, לב אל הנשמה...
פוילער האט געשריבן:
אגב אז מרעדט שוין פון בנצי שטיין, איז נישט אבא איתי די זעלבע ניגון ווי מנורה׳לע נאר מיט אנדערע ווערטער?
יא יא. ממש די זעלבע ניגון. ער האט געוואלט איבערטייטשן דעם ניגון פאר די נישט היימישע וועלט. אזוי אויך זאל מען עס קענען זינגען אגאנץ יאר. איך וואלט עס אפשר נישט אריינגעלייגט. אבער דאכט'צעך אז ביי די ליטווישע אדער חסידיש/ליטווישע וועלט איז עס זייער שטארק, אסאך מער ווי מנורה'לע, האב איך עס אויך צאמגעשטעלטט (און אפגעריקט איינס פונעם אנדערן. אין אלעס ליגט מחשבה..).
און דא איז די פלאץ צו בעטן פאר נאך אידן ווער ס'קען צאמשטעלן אזא מין סידי, זאל מהנה זיין די ציבור. יעדער וועט הנאה האבן. דאכט'צעך אז דער זינגער/קאמפאוזער וכדו' וועט עס אויך גלייכן.
איך זאג נאר אז די זעלבע זאך קען מען טוהן מיט אלע פראפעשענעל קליפס וואס קומט ארויס ווי למשל פון די דרשו סיום'ס, קען מען צוזאם שטעלן אן אפטנארמאלן הערליכען סידי.
האסטו שוין אמאל געהערט ווי די רויבערס צילאכן זיך... לאך פון די וועלט קח''א קארדינעיטאר
איך זאג נאר אז די זעלבע זאך קען מען טוהן מיט אלע פראפעשענעל קליפס וואס קומט ארויס ווי למשל פון די דרשו סיום'ס, קען מען צוזאם שטעלן אן אפטנארמאלן הערליכען סידי.
לא איש דברים אנכי, ווער בין איך צו רעדן? אבער אפילו ווען איך האב געזאגט פארן מחותן אז איך גיי רעדן, האט ער אויך געפרעגט ווער ביסטו צו רעדן?!(מדברי הרב לאנגסאם אין תפיסה)
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט.וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא:(שבת קד.) בלאג - מיינע ארכיוון