Re: בד"ה - הרה"ח ר' יצחק לנדוי ז''ל משב"ק הרה"ק מהר"א מבעלזא זי"ע
ביים דאווענען מנחה פאר'ן עמוד ערב יום הקדוש
- אטעטשמענטס
-
- ר' יצחק לנדאו עה.jpg (73.04 KiB) געזען 1539 מאל
די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד
אנא עבדא האט געשריבן: זיין לעבנ'ס געשיכטע איז זייער אינטרעסאנט.
געבוירן כ"ג שבט תרצ"ב [88.5 יאר צוריק] און קראקא.
די ערשטע מאהל וואס ער האט געזעהן די בעלזער רב זי"ע איז געווען און גטו באכניא, אלטס יונגל האט ער מיט-געהאלטן אסאך ביים רב ז"ל, בפרט אלטס נעפיו פון עסקן ההצלה ר' אליעזר לנדא ז"ל.
ארויף געקומען קיין ארץ ישראל אליין - אן זיין טאטן וואס איז געקומען קיין א"י אפאהר יאהר שפעטער, דערווייל געוואוינט און די מוסדות פון "המפעל למען ילדי ישראל", דארט בר-מצוה געהאט, און דארט געלעבט.
פון דארט אריבער קיין ישיבת תפארת ציון - א ליטווישע ישיבה, און פון דארט איז ער געווען פון די ערשטע 10 תלמידים און די ישיבה - דחסידי בעלזא - און קטמון.
כסלו תשי"ג איז ער אויפגענומען געווארן אלטס משמש בקודש הקדשים.
...
יוסף פריעדמאן האט געשריבן:אנא עבדא האט געשריבן: זיין לעבנ'ס געשיכטע איז זייער אינטרעסאנט.
געבוירן כ"ג שבט תרצ"ב [88.5 יאר צוריק] און קראקא.
די ערשטע מאהל וואס ער האט געזעהן די בעלזער רב זי"ע איז געווען און גטו באכניא, אלטס יונגל האט ער מיט-געהאלטן אסאך ביים רב ז"ל, בפרט אלטס נעפיו פון עסקן ההצלה ר' אליעזר לנדא ז"ל.
ארויף געקומען קיין ארץ ישראל אליין - אן זיין טאטן וואס איז געקומען קיין א"י אפאהר יאהר שפעטער, דערווייל געוואוינט און די מוסדות פון "המפעל למען ילדי ישראל", דארט בר-מצוה געהאט, און דארט געלעבט.
פון דארט אריבער קיין ישיבת תפארת ציון - א ליטווישע ישיבה, און פון דארט איז ער געווען פון די ערשטע 10 תלמידים און די ישיבה - דחסידי בעלזא - און קטמון.
כסלו תשי"ג איז ער אויפגענומען געווארן אלטס משמש בקודש הקדשים.
...
ס'לעבן נאך היינט איינער פון די 10 ערשטע תלמידים פון ישיבה?
יוסף פריעדמאן האט געשריבן: זיין פלומעניק הרה"ג ר' מנשה ישראל רייזמן שליט"א פארציילט אויף ר' יצחק ע"ה
כבוד הרב האט געשריבן:יוסף פריעדמאן האט געשריבן: זיין פלומעניק הרה"ג ר' מנשה ישראל רייזמן שליט"א פארציילט אויף ר' יצחק ע"ה
ווי אזוי איז ער זיין פלומעניק ?
יערסלוב האט געשריבן: המשב"ק הרב ר' יצחק לנדוי ע"ה
מיט כ"ק אדמו"ר מפני מנחם מגור זצ"ל
אנא עבדא האט געשריבן: געבוירן כ"ג שבט תרצ"ב [88.5 יאר צוריק] און קראקא. די ערשטע מאהל וואס ער האט געזעהן די בעלזער רב זי"ע איז געווען און גטו באכניא, אלטס יונגל האט ער מיט-געהאלטן אסאך ביים רב ז"ל, בפרט אלטס נעפיו פון עסקן ההצלה ר' אליעזר לנדא ז"ל.
נחוניא האט געשריבן:אנא עבדא האט געשריבן: געבוירן כ"ג שבט תרצ"ב [88.5 יאר צוריק] און קראקא. די ערשטע מאהל וואס ער האט געזעהן די בעלזער רב זי"ע איז געווען און גטו באכניא, אלטס יונגל האט ער מיט-געהאלטן אסאך ביים רב ז"ל, בפרט אלטס נעפיו פון עסקן ההצלה ר' אליעזר לנדא ז"ל.
זיין טאטע איז געווען א בעלזער חסיד?
אור הצפון האט געשריבן: א גרויסע פארלוסט פאר די וועלט מיט די בשורה לא טובה
אז הרב החסיד ר' יצחק לנדוי ז"ל פין די באקאנטע משמשים ביי די הייליגע בעלזער רב ז''ל איז נפטר געווארן לחיי העולם הבא,
מיט דעם איז אוועק גענומען געווארן א פענסטער צווישן אינזערע דור מיט די קשר צום הייליגען בעלזער רב - ער איז באוויסט מיט זיין בארימטע ספר בקודש פנימה, וואס האט אויפגעלאכטן דער הערצער פין די חסידישע וועלט מיטן עפענען א פענסטער צו קענען עטוואס אריין בליקן אין די בקודש פנימה פונעם הייליגן בעלזער רב ז''ל.
נאכן מלחמה איז ער געוועהן די לענגסטע משמש בפועל ביי די הייליגע בעלזער רב, זייעדיג א משמש פאר איבער 4 יארן כולם שווין לטובה (פארן מלחמה איז הרה"ח ר' יודל דובעצקער ז''ל געוועהן די לענגסטער משמש - געוועהן משמש 7 יארן) אין בעצם געוועהן די לעצטע משב''ק ביי די בעלזער רב ווען ער איז געוועהן משמש ביזן פטירה פין די הייליגע בעלזער רב ז''ל
זאל ער זיין א מליץ יושר פאר אונז אלע אין כמו כאן היה משמש זאל ער דארט זיין א משמש אין בעטן פאר אונז אלע מיט אלע ברכות אין אלעס וואס מיר דארפן.
יה''ר שלא ישמע עוד שוד ושבר בגבולנו ונשמע ונתבשר בשורות טובות
מען קען נאך אסאך רעדן איבער דער נפטר פין אסאך אנדערע זאכן ועוד חזון למועד
אונגארישע הייזער האט געשריבן:אור הצפון האט געשריבן: א גרויסע פארלוסט פאר די וועלט מיט די בשורה לא טובה

ר' שלום איז נישט געווען לענגער ווי 4 יאר?
יערסלוב האט געשריבן:יוסף פריעדמאן האט געשריבן:מחובר לקרקע האט געשריבן: וויפל משמשים בקודש לעבן נאך היינט לאויוש"ט ?
צוויי.
זיין שוואגער הרה"ח ר' מרדכי'לע וועבער. און הגה"צ ר' אהרן מרדכי רוטנר שליט"א.
אין יבלחט"א ר' נפתלי פרענקעל הי"ו פין בני ברק