ציטיר
1
צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט
תגובה
דורך ייחוס זוכער
»
מוצ"ש נאוועמבער 02, 2024 6:24 pm
לכבוד די פערדע יאהרצייט פון'ם אומפארגעסליכען משמש ר' יצחק ע"ה, העלעך ארויפלייגן אן אינטערעסאנטער עפיזאד, [די סאטמערע ניקים זאלן נישט שרייען, ס'האט גארנישט מיט בעלזא...], און איינע פון די שבעה טעג נאך ר' יצחק, זענען ארויפגעקומען מנחם זיין עטליכע יודן פון א ליטווישער משפחה און דערציילט אזוי: זיי האבען געהאט א מומע מיטן נאמען צביה סאוויצקי, ווען זי איז נפטר געווארן ליידער אהן זש"ק, האבען זיי געזעהן ר' יצחק'ן זעך באטייליגען ביי איהרע לויה, אזוי אויך ביי די שבעה נאך איהר, איז ר' יצחק ארויפגעקומען מנחם זיין די אבלים, פארווינדערטערהייט האבען זיי געפרעגט ר' יצחק וואס האט ער געהאט מיט איהר, דערציילט זיי ר' יצחק, אז ווען ער איז אנגעקומען קיין א"י נאכן קריג אליינס אהן זיינע עלטערן [וואס זענען נאך געבליבן אין לאגער א גוטע פאר יאהר], זייענדיג א גרויס יונגל פון צוועלף יאהר, איז ער געווען אין א קינדערהיים סנהדריה אין ירושלים, דארט איז געווען א יודענע צביה סאוויצקי וואס זי האט זעך אסאך געפארעט מיט די קינדער, און זעך שטארק איבערגעגעבן פאר זיי, איינמאל ווען זי האט זעך געפארעט מיטן קינד יצחק, האט זי איבערגעקוקט זיין האר פון לייז, אזוי אינמיטן האט ער אנגעהויבן צו וויינען, פרעגט זי וואס וויינט ער, זאגט ער איהר, אז אזא זאך טוט נאר א מאמע, און יעצט טוט זי דאס פאר איהם, און ער ווייסט נישט וואס ער וועט איהר קענען צוריקגעבן דערפאר, זאגט זי אז זי האט נישט קיין קינדער, און אויב ער וויל קען ער זאגן קדיש נאך איהר לאחר פטירתה, שוין, אזוי איז אריבער אסאך יאהרען, און שטייצעך ער האט פארגעסן פון די גאנצע זאך, איינמאל ביינאכט חלומט זיך ר' יצחק ווי ער זעהט איהר אין חלום און זי זאגט איהם אז ס'געקומען די צייט וואס ער זאל זאגען קדיש נאך איהר, ר' יצחק וועקט זעך אויף און איז געווען זייער דערשראקען, ער גייט ארויס פון שטוב זעהט ער פרישע צעטלעך אז ס'יז אוועק א יודענע מיט דער נאמען, ער האט זעך גלייך דערמאנט פון די גאנצע מעשה, און דערפאר איז ער געקומען צןם לויה און יעצט זיי מנחם זיין, און שטייצעך אז ער האט טאקע געזאגט קדיש א גאנץ יאהר,