צענטראלע פרא-ביידן וואלן HQ
געוויסע האבן געטענה'ט אז לכאורה וואס פעלט אויס א פרא ביידען אשכול ווען אויבנאויף איז דאך די אלגעמיינע אשכול א שטיק פרא ביידען אטאמאטיש, לפי די גוטע נייעס אין זיין דירעקציע. אבער די אמת איז אז וויפיל גוטע דאטא פוינטס ס'איז דא איז דא א באראדזש פון נעגעטיווע נייעס, האחבע אמת און גאנצע שקרים, וואס די אלטרייט סטעיט ספאנסערד מידיע, די קאראפטירטע אדמיניסטראציע און פאלטשע העק פאולסטערס, ווארפן אין די אויגן און אסאך ביידעניסטן ווערן אפגעשראקן, אסאך קענען נישט שלאפן פאר ענקזייעטי מורא האבנדיג פון אן 16' איבערשפיל, און יעדע ווארט נעגעטיוו איז ביי זיי אמעריקא'ס טויט סענטענס.
אויסער דעם איז דער אלגעמיינער אשכול שרעקליך באצוימט, קיין אנטי טראמפ קאממענטערי ווערט גענצליך נישט טאלערירט, וואגן זאלסטו דיר געבן א זאג א קורצע שטעכעדיגן "וויץ" אויפן חשבון פון דעם ווייניגסטע-ראסיסטישע-פרעזידענט-זייט-לינקלאן, באקומסט תיכף צו הערן טעראפיסטישע דיאגנאזיז ווי וויכטיג ברויכסט דיר גיין אונטערזיכן און דערלערנען צו "קאנטראלירן ווילדע טעמפער", ווי געפערליך דו "פארשעמסט די אינטעליזשענסי" פון אייוועלט חבירים, וכו' אא"וו. איז אשע"כ איז וויכטיג צו האבן א רוהיג ווינקל ווי מ'וועט קענען זיך צינויפשמועסן כמדבר איש אל רעהו, "זיך אויסגעבן" ווי מ'רופט דאס די אלע אנטי טראמפ געפילן וואס היימישע יודן וואס האבן קיינמאל משלים געווען מיטן מציאות פון א מניוול, א בולי, און א דל גאה אלס אונזער פרעזידענט זאלן עס קענען רוהיג ארויסברענגען כרצונם הטוב.
דא אין דעם ווינקל איז וועלקאם יעדע רעפארט וואס פארדעכטיגט פרישע רוסישע/זשוליאני עלעקשאן מעדלינג, יעדע רעפארט פון פארדעכטיגונג איבער וואלן פעלשונגען און אונטערדריקונגען מצד די אדמיניסטראציע און די בארר רעזשים, יעדע רעפארט וואס פארדעכטיגט מעילינג פאטשקערייען מצד די נייע טראמפיסטישע פירערשאפט, יעדע פארדאכט איבער עלעקשאן מעדלינג דורך פאלשע פרעס קאנפערענצן, אנדרייענישן מצד די טראמפקליף אינטעל סקעם דעפארטמענט וכו' וכו' און בכלל יעדע גוטע זאפטיגע נייעס, בילד, מיעם, דאטא פוינט אד"ג וואס באשטעטיגט אז דער פרעג-מיר-נישט-קיין-שווערע-קשיות-פרעזידענט איז אויפן וועג קיין פלארידע דעם נאוועמבער 3 אי"ה ובעזר אדון כל איז דא דער פלאץ דערפאר!
אקעי. לאמיר אנהייבן מיטן סטעיט-אוו-די-רעיס ווי מ'שטיימיר אצינד מאנטאג צופריה פרשת לך תשפ"א, 8 טעג צו עלעקשאן דעי.
די רעיס איז לע"ע גענצליך אין ביידענ'ס הענט, די פאולס זעצן אים באקוועם פאראויס מיט היסטארישע נומבערס, ערלי וואוטינג פאר אים איז אויף אנפרעצעדענטע לעוולס, קעש אן הענד צו ספענדן האט ער טאפלט ווי זיין קעגנער, די ענטוזיאזעם איז ביזן דאך, די עולם שטייט לאנגע שעות אין ליניעס צו וויילן, די שטיצער באגיסן אים מיט גרין'ס מיט צעדרייטע נומבערס וואס ברעכט היסטאריע חודש נאך חודש, און ממש יעדע איינציגע מעגליכע אינדיקעיטאר צייגט אויף א באקוועמע רוהיגע זיג.
דאך ווערן אנשי שלומינו דערשראקן פון יעדן עטוואס שלעכט שטיקל אינפאו, און זענען גאר סקעפטיש אויף עני גוטע נייעס, מיט רעכט, צוליבן פאולינג דורכפאל 4 יאר צוריק, מען ווערט ממש אויפגעטרייסעלט ווען דער טראמפ קאמפיין פראקלאמירט מיט פרייד אז "סווינג שטאטן פאולינג שטעלט ביידן אקוראט די זעלבע פאראויס ווי קלינטאן אין 16", איז לאמיר אנהייבן טאקע מיט די אנקעטעס פון דעמאלטס ווערסעס יעצט און צו יש דברים בגוי. שטייצעך ס'איז בכלל נישט אינטעליזשענט צו קאמפעירן א רויע עוורידזש פון דעמאלטסדיגע 6 אנקעטעס צו א יעצטיגע רויע עוורידזש פון 15 אנקעטעס, און נאך מיט אסאך שטארקערע פירמעס ווי דעמאלטס, צוליב וואס מ'פארשטייט שוין פיל מער די קאמפעטעטיוונעס פון די מיטל מערב שטאטן, הענס די פיל גרעסערע צאל אנקעטעס. איז אשע"כ וועלן מיר קאמפעירן אנקעטע ביי אנקעטע, דאן צו יעצט, 8 טאג צו עלעקשאן דעי.
לאמיר אנהויבן נאציאנאל:
"IBD" דאן קלינטאן +2, יעצט: ביידן +6
"יוגאוו" דאן קלינטאן +3, יעצט: ביידן +9
"רויטערס" דאן קלינטאן +5, יעצט: ביידן +9
"נבס/ווס"ז" דאן קלינטאן +5, יעצט: ביידן +11
"רויטערס" דאן קלינטאן +5, יעצט: ביידן +9
"ני"ט דאן קלינטאן +3, יעצט: ביידן +9
"עבס/פאוסט" דאן קלינטאן +1, יעצט: ביידן +12
און נישט פארגעסן אז דא און ווייטער האט זיך אנגעהויבן קלינטאן'ס נאך ווייטערדיגע דאונווערד טרענד (גארנישט מיט קאומי שטייצעך, נעע..), ווערסעס יעצט איז ביידען אויסטערליש סטאביל.
לאמיר גיין ווייטער צו די סטעיטס. לאמיר אנהייבן מיטן בעטלגראונד פון די בעטלגראונדס, ה"ה: פענסילוועניע.
"סי ען ען" דאן געהאט קלינטאן +5. יעצט: ביידן +10.
"קוויניפיעק" דאן געהאט קלינטאן +6, יעצט: ביידן +8.
"מארנינג קאול" דאן קלינטאן +5, יעצט: ביידן +7.
"מאנמאוט" דאן קלינטאן +4, יעצט: ביידן +11.
זעה מיר דא די סטעיט אוו פענסילוועניע שיינט צו זיין צו לע"ע סאלידלי אין זיין קארנער. מ'האט נאך טאקע נישט געזעהן אסאך אנקעטעס פאוסט דעבאטע ווי ער האט זיך פאררעדט איבער בעננען אויל אבער פון די ביסל אנקעטעס דערנאך זעהט זיך נישט אן קיינע מאוומענט, לאמיר האפן אויף ווייטער.
ווייטער: מישיגען, דארט האט האבן די גרויסע פירמעס ניטאמאל צוגערירט... טרעף איך בלויז עמערסאן צו האבן דאן און יעצט.
דאן קלינטאן +7, יעצט: ביידן +10.
נעקסט: אהייא.
"טראפאלגער" דאן טראמפ +5, יעצט: טראמפ +4
"קוויניפיעק" דאן טראמפ +5, יעצט: ביידן +1
אייאווע.
"דעס מאין רעזשיסטיר" דאן טראמפ +7, יעצט: טיי.
"עמערסאן" דאן טראמפ +3, יעצט: טראמפ +2
"קוויניפיעק" דאן טראמפ +1, יעצט: ביידן +5
מעין'ס צווייטע קאנגרעסניאלע דיסטריקט:
"קאלבי קאלעדזש" דאן טראמפ +10, יעצט: ביידן +3
גיימיר אריבער צו נארט קאראליינע. דא האבן מיר שוין יא די גרויסע חברה.
"ניו יארק טיימס/סיענע" דאן א טיי, יעצט: ביידן +4
"טראפאלגער" דאן טראמפ +5, יעצט: טראמפ +3
"מאנמאוט" דאן קלינטאן +1, יעצט: ביידן +4
"WARL TV" דאן טראמפ +7, יעצט: ביידן +7
"עמערסאן" דאן קלינטאן +3, יעצט: טיי
"סבס" דאן קלינטאן +3, יעצט: ביידן +4
"פפפ" דאן קלינטאן +3, יעצט: ביידן +4
יעצט לאמיר זעהן פלארידע.
"סבס" דאן א טיי, יעצט ביידן +2
"טראפאלגער" דאן טראמפ +4, יעצט: טראמפ +2
"סננ" דאן קלינטאן +1, יעצט: ביידן +4
"עמערסאן" דאן קלינטאן +1, יעצט: ביידן +3
"ניו יארק טיימס/סיענע דאן טראמפ +3, יעצט: ביידן +5
אריזאונע.
"סבס" דאן טראמפ +2, יעצט: ביידן +3
"מאנמאוט" דאן טראמפ +1, יעצט: ביידן +7
"פרעדיקטיוו אינסייט" דאן א טיי, יעצט: ביידן +3
און פיינעלי, זשארזשיע.
"עמערסאן" דאן טראמפ +9, יעצט: טראמפ +1
"סערוועי יו עס עי" דאן טראמפ +7, יעצט: ביידן +2
"קוויניפיעק" דאן א טיי, יעצט: ביידן +7
" עי זשעי סי" דאן טראמפ +2, יעצט: ביידן +1
באטטאם ליין פון די אנקעטעס פראנט זעה מיר אז ביידן איז אצינד אנדענייעבלי אויף פיל שטארקערע גראונדס ווי קלינטאן בימיה.
לאמיר יעצט כאפן א בליק אויף ערלי וואוטינג. יא, יעדער ווייסט אז רעפובליקאנער זענען געפאלן פארן טיפשות פון נישט וויילן ביי מעיל (און דאס קען זיי נאך קאסטן א פרייז ביי די ענד אוו די דעי) און דערפאר סקיוד די מעיל אין'ס דעמאקראט. אבער אין פערסאן ערלי איז יא א זאך וואס זיי האבן דאס יאר אריינגכלייגט כוחות, אלס א שטיקל אלטארנאטיוו, און ממילא אצינד עטליכע טעג אריין אין ערלי אין פערסאן קען מען שוין האבן א שטיקל בליק ביים צוזאמרעכענען די ביידע נומבערס.
איז לאמיר זעהן די ערלי אין פערסאן + מעיל אין דאן ווערסעס יעצט, די צייט.
נאציאנאל: דאן דעמ. +5, יעצט דעמ. +9
פענסילוועניע: דאן רעפוב. +7, יעצט דעמ. +38
פלארידע: דאן דעמ. +2, יעצט דעמ. +4
מישיגען: דאן דעמ. +3, יעצט דעמ. +5
מיניסאוטע: דאן דעמ. +16, יעצט דעמ. +17
אריזאונע: דאן רעפוב. +5, יעצט דעמ. +4
זשארזשיע: דאן רעפוב. +11, יעצט רעפוב. +4
מעין 2: דאן דעמ. +13, יעצט דעמ. +24
ווי מ'זעהט דא קומען דעמאקראטן ארויס אין די מאסן, די ענטוזיאזם ברעכט אלע היסטארישע שטאפלען, בפרט אין פענסילוועניע און אריזאונע, די סאמע וויכטיגסטע בעטעלגראונדס היי יאר.
יעצט וועלמיר ברענגען עטליכע אינטערסאנטע דאטא פונקטן איבער ספעציפישע וויילער גרופעס און סטעיטס אינעם ערלי און מעיל אין וואוטינג, טו דעיט.
זשארזשיע אין 2016 האט טראמפ ארויסגעקוועטשט א 5 פונקטן זיג, אקוראט ווי די פאולינג האט פארגעזאגט. יעצט איז ער גלייך אויף גלייך לויטן רקפ עוורידזש. שווארצע אין זשארזשיע זענען א ריזיגע כח און האבן "אלמאוסט" דעליווערד די סטעיט פארן דעמאקראט אין 18', און יעצט לויט אנאליסטן איז עס גאר נאך נאענטער. אין 16' האבן שווארצע העכער 65 ארויסגעברענגט אין *טאטאל* 193,000 שטימען. יעצט, 8 טעג צו עלעקשאן דעי האלט די גרופע וויילער ביי 202,000!
ווען מ'קוקט אויף רעגעסטראציע איז וויכטיג צו נעמען אין באטראכט די נעכטיגע סבס אנקעטע, אין פלארידע גייען %8 רעפובליקאנער שטימען ביידען, בעת בלויז %4 דעמאקראטן פאר טראמפ, און צווישן די פריע שטימען איז ביידען +12 מיט רעפובליקאנער בעת טראמפ 1. אין נארט קאראליינע האבן %8 רעפובליקענס געשטימט ביידען און %0 דעמאקראטן פאר טראמפ, און אין זשארזשיע האבן %6 רעפובס. געשטימט ביידן קעגן %0 דעמס. פאר טראמפ.
וואס מאכט דאס אויס אין רויע שטימען? הערטס. אין פלארידע האט טראמפ איבערגעקומען א 200 טויזענט דעמאקראטישע עדווענטידזש אין 16' און יעצט זענען דעמאקראטן בלויז 300,000 פאראויס, אויבנאויף א שוואכע פאזיציע. אבער די %12 אין רויע נומבערס ברענגט ארויף די דעמאקראטן צו א מיליאן שטימען ליעד! שטייצעך היבש שווער פאר רעפובליקענס אפצומאכן אין די נעקסטע וואך.
אין טעקסעס טוט זיך א געשטימעכץ וואס שעטערט אלע רעקארדס פון דארט און פון איבעראל. די טורנאוט איז זייער שטארק אין רוב קאונטיס סאו סאיז שווער צו זעהן פונקטליך ווער ס'בענעפעטירט עכט, אבער אן אינטערסאנטע פונקט וואס מען זעהט דערווייל, 750,000 וויילער אונטער 30, א טונקל בלויע גרופע, האט שוין געשטימט היי יאר, %66 פון זיי האט נאך קיינמאל געוויילט!
לאמיר טאקע גיין צום מילעניעל גרופע, 18-29 יאריגע, ביידן טעריטארי.
אין מישיגען דורכאויס גאנץ ערלי וואוטינג האבן פון זיי געשטימט: 7,527. אין 2020, יעצט 8 טאג צו עלעקשאן: 145,000.
אין נארט קאראליינע דאן געשטימט 25,150, יעצט: 204,986.
אין פלארידע דאן געשטימט 44,107, יעצט: 257,720.
כ'האף שפעטער אין טאג, און איבער די וואך, צו ברענגען ווייטערדיגע גינסטיגע נייעס, און מ'בעט אלע ביידעניסטן צושטייער צוגעבן סחורה להחיות בהם נפש כל אנטיסטן. און מען בעט זייער ביטע ביטע נישט ברענגען דא קיין שום נעגעטיווע נייעס דא, דא אין ביידן קאנטרי זאל מען האלטן די לופט געשמאק און אפליפטעט מיט רויזיגע נייעס און בילדער. שווארצע נייעס היל"ת זאל בלויז געמאלדן ווערן אינעם אלגעמיינעם אשכול.
א בקשה מיוחדת צו די חשובע טראמפיסטן חברינו היקרים: מיר פרובירן שטארק נישט אריינצורעדן אין אייער אשכול ביטע ביטע ביטע האלטסט דעם שטיבל פריי פאר אונזערע נערוון אויסליפטערונג. מיט פיל דאנק און הערצה פון פאראויס אויף אייער סבלנות!