Re: צענטראלע פרא-ביידן וואלן HQ
96 פראצענט פון די דאונעישנס זענען געווען פון 200 דאלער און ווייניגער.
מער ווי 1.6 מיליאן מענטשן האבן שוין געגעבן געלט פאר די ביידען קאמפיין די יאר, 500,000 פון די זענען נייע דאונערס וואס האבן נישט געגעבן אין 2020.
---
אביסל קאנטעקסט: יעדער קאמפיין האט אסאך ביליאנערן וואס געבן דורך אויס די קאמפיין סעזאן די מערסטע געלט ערלויבט לויט די געזעץ פאר די קאנדידאט וואס ער שטיצט. די טראמפ קאמפיין אויסן צו האבן גוטע פאנדרעיזינג העדליינס, נאכן פאלן שארט פון ביידען יעדער חודש, האט געמאכט א עווענט מיט 117 ביליאנערן ווי די חברה האבן טאקע געגעבן ריזיגע געלטער אבער דעס מיינט אז זיי האבן זיך אויסגעמעקסט און זיי גייען שוין נישט קענען געבן ביז די עלעקשאן קיין שום געלט דירעקט פאר די טראמפ קאמפיין משא"כ די ביידען עווענט וואס האט אריין געברענגט 26 מיליאן דאלער איז געקומען פון 165,000 מייסטענס קליינע דאונעשינס.