שטיפ מיר האט געשריבן:
די ווערטער זענען פארפאסט געווארן דורך מוהר"ר ישראל יוסף וועבער ני"ו מלמד תשב"ר בוויליאמסבורג.
עס גייט אויפ'ן באקאנטן וועלטס ניגון מעוז ציר.
די מעלה פון דעם ניגון איז, אז די ווערטער שטימען גאר גוט מיט'ן ניגון נישט דארפנדיג אריינקוועטשן איבעריגע ווערטער, אזוי אז די קינדערלעך קענען דאס נאכזינגען זייער לייכט. ווי אויך האט ער אריינגעלייגט גאר אסאך כחות נישט צו פארקריכן פון די פירוש המילות.
אני מאמין איך טו גלויבן אז דער באשעפער קוקט פון אויבן און ער אליין טוט עס אנפירן מיט אלעס וואס עס טוט פאסירן און אכטונג גיט אויף יעדן איינעם און פארזעט נישט קיינמאל קיינעם און מען דארף גלויבן שטארק אין דעם און זוך פארלאזן נאר אויף אים
צום הימל וואלט איך מיר געפלויגן ווען איך וואלט פליגלען נאר פארמאגט און -עפון שפיץ פון רעגנבויגן וואלט איך פאר דער וועלט געזאגט וואס עס טוט באמת גלויבן און אז ער דארף א הילף פון אויבן דארף ער גאנישט טאן צו דעם און דער באשעפער העלפט גלייך אים
וואו קען איך באקומען דעם ניגון שיין אראפגעזינגען? כ'וויל עס זייער פאר די קינדער צו זינגן ביים שבת טיש. ס'ה-ע-ר-ל-י-ך און טאוטשינג,שטיקער אמונה און נפלאות הבורא . יעצט געהערט אויף שירה 24 (געזונגען דורך לוי פאלקאוויטש) אבער מ'קען דארט נישט אראפנעמען. ווער ס'קען מיר עס געבן, למצוה גדולה יחשב
Know your profits per ASIN, your inventory forecasting, ppc, and more, for just $19.99 a month. Try it for two months FREE with this link: https://sellerboard.com/?partner=00529
איינער האט אפשר די ווערטער פון א אידישע ניגון פון ר' משה גאלדמאן ז"ל רבש"ע? נישט די וואס שטייט שוין אויף די ערשטע פעידזש אין דעם אשכול, ס'דא נאכיינס...
רבש"ע של עולם דו זעהסט דאך, וואס דיינע קינדערלעך גייען אדורך...
איך האב נישט די ווערטער צו די האנט, כ׳לייג דיר נאר דא צו:
אז די ניגון איז אויף די סידי מיטן נאמען ״קץ הפלאות״ און די סידי הייסט אויך אויף ארויף דען ניגון, און די ניגון הייבט זיך אן אין לשה״ק מיט די ווערטער: חשבון קץ ראשון
וויכטיג מאכער האט געשריבן:
איינער האט אפשר די ווערטער פון א אידישע ניגון פון ר' משה גאלדמאן ז"ל רבש"ע? נישט די וואס שטייט שוין אויף די ערשטע פעידזש אין דעם אשכול, ס'דא נאכיינס...
רבש"ע של עולם דו זעהסט דאך, וואס דיינע קינדערלעך גייען אדורך...
פארדריי שוין דיין פלאן, זיי מקרב דעם זמן...
דאנקע...
די אידישע ווערטער האב איך אפגעשריבן פון זכרון, איך האף אז ס'קעפל ארבעט נאך
חשבון קץ ראשון לאב המון נכתר זמן קץ שני לירמיה נפתר קץ השלישי לדניאל נעטר וקץ הרביעי מכל עין נסתר ישוטט כל דורש ויחסום כל תר ונעלם החזון ונעדרו המראות ה' עד מתי קץ הפלאות
רבונו של עולם דו זעהסט דאך וואס דיינע קינדערלעך גייען אדורך מען יאגט און מען פלאגט איין בראך נאך א בראך עד מתי ווי לאנג נאך
רבונו של עולם מיר האלטן מען נישט אויס נעם אונז פון ביטערן גלות ארויס באדריי שוין דיין פלאן זיי מקרב דעם זמן לאמיר שוין פרייליך זיין
השתא הכא יעצט זענען מיר נאך דא אבער מיר בעטן דיר אז לשנה הבאה זאלסטו אויפלייכטן דעם אור חדש בארץ זבת חלב ודבש
יעדער וועט ווייזן זה ה' קוינו לו צוזאמען משיח'ן אנקעגן גיין נגילה ונשמחה בישועתו ונאמר ונאמר אמן
מיכאל שניצלער – מאמע אין 1943, די טאטע שוין אוועק געפירט אין מונקאטאבער יעצט נעבעך איז געקומען די רייע אויף די קינדער און די ווייבער א דערשראקענע מאמע אויף די גאס אין קראקע שפּאצירט זי דעם קליינעם משה’לע, צום גרויסן בארטן פירט זי מיט די לעצטע שיף אפּצושיקן קיין ארץ ישראל זיין עולה רגל …אפּצוראטעווען איר קליינעם קינד, דעם לעצטן פארבליבענעם שעפעלע, פון די נאצישע נעגל
אויף דעם קליינעם שיפעלע דעם האלצערנעם גייט משה’לע ארויף מיט שרעק נאך איינמאל מיט ליבשאפט ארומגענומען וואלט זי’נ’אים פאר די שיף פארט אויף אייביג אוועק פון די דייטשן שנעל ער גייט שוין איר הארץ שיקט זי מיט טייער קינד, בלייב מיר געזונט געדענק דו ביסט א איד
אבער ווער וועט זיין מיין מאמע וויינט ער מיט דראמא אז דו לאזט מיך דא איבער אליין ביים בארטן אוי משה’לע, מיין שעפעלע, א נייע מאמע וועסטו האבן אין ארץ ישראל דארטן א מאמע, א מאמע וואס וועט זארגן און בעטן ביים כל יכול זוך איר ווען אנקומען דו גייסט פארגעס נישט ווי דיין נייע מאמע הייסט זי הייסט מאמע רחל
מיט זכרונות פון זיין יוגנט א גאנצע בינטעלע פארט משה’לע א פארקלערטער די שיף אויפ’ן ים ווי א קליינע שווארצע פּינטעלע אלס קלענער און ווייטער ווערט ער אוי די מאמע ביים הארץ רייסט זי מיט די האנט צו דעם שיפעלע ווייזט זי א שטילקייט, די כוואליעס מאכן א קליין גערויש’עלע די לעצטע מאל וואס די מאמע האט געזען איר משה’לע
די קליין שיפעלע פארט און פארט אָן פארהאנקערן נאך דריי א האלב וואכן טוט זי ביים בארטן פון ארץ ישראל אנקערן משה’לע טרעפט דעם ערשטן איד מיט א הדרת פּנים וזקן חתימת און פרעגט אים מיט תמימות “אפשר ווייסט איר וואו איז מיין מאמע רחל” יא מיין קינד” ענטפערט דער איד” דארט ווייט קוק צו” “אינמיטן וועג אין בית לחם, די מאמע רחל ליגט זי משה’לע מיט שנעלע טריט, מיט א צובראכן הארץ ווייעדיג גייט אריין אין קבר רחל, קיינער איז נישט דארט ס’איז שטיל, ס’איז ליידיג ער קוקט אהין ער קוקט אהער און מיט א טרער
ווי קען א מאמע צוקוקן דעם גרויסן צער פון אירע קינדערלעך אירע שאף קום ארויס פון דיין באהעלטעניש דערפאר שטיי אויף פון דיין לאנגן שלאף אוי מאמע, וויין מאמע דער באשעפער טוט דיין קול צוהערן מנעי קולך אין דעם זכות טאקע אזוי וועל איך מיינע קינדערלעך צוריקקערן