למעלה משבעים האט געשריבן:
נודע היות מה שאמר בניגון נפלא (או הרב מבארדיטשוב בעצמו, ויש אומרים כי בנו הרה״ק רבי ישראל מפיקוב אמר כן), בסוף זכרונות במוסף דראש השנה, בפסוקי ״ועל ידי עבדיך הנביאים כתוב לאמר הלוך וקראת״ וכו', ובבואו אל פסוק ״ונאמר, וזכרתי אני את בריתי אותך בימי נעוריך והקימותי לך ברית עולם, ונאמר״, אמר בזה הלשון, בניגון יפה הנודע: דער טאטע זכרונו לברכה האט מיר דערציילט, אמאל איז צו אים געקומען א יודענע מיט א גרויס געוויין, האט ער זי געפרעגט: ״פארוואס וויינסטו״, האט זי אים געענטפערט: ״דער קאפ טוט מיר זייער וויי״. האט ער איר געזאגט: ״אז דו וועסט וויינען, וועט דאך דיר דער קאפ נאך ארגער וויי טוהן". האט זי אים געענטפערט: ״ווי אזוי זאל איך נישט וויינען, עס גיין אזעלכע פארכטיגע טעג, און איך האב איין איינציג קינד, האב איך מורא טאמער וועט ער נישט זוכה בדין זיין״. האט איר דער טאטע זכרונו לברכה געענטפערט: ״א טאטע האט רחמנות אויף זיין קינד, ובפרט אויף אזא טייער קינד, אזוי ווי אין פסוק שטייט: ׳הבן יקיר לי אפרים אם ילד שעשועים וכו׳ רחם ארחמנו נאום ה׳. עם ניגון ותנועה מיוחדת, מתוקה מדבש, מקובלת אצל החסידים. עשר אורות
יישר כחכם, וכפי הנראה אמרו באמצע מוסף, ואם כנים הדברים (כי הוא מהספר הנקרא די פאלשע צען), צ"ע עוד יותר, דרישא לאו סיפא, דהתחילה עם קאפ וויי, וסיימא עם אימת הדין, וכל מה שאינו נוגע לגופו של ענין בודאי הוא הפסק בתפלה,
ג. וואשינגטאן האט געשריבן:
איך זע אז די אשכול איז נישא געווען אזוי אקטיוו לאחרונה, מיט דעם אלעם וואס מ'איז געווען גאר שטארק ענטוזיאסטיש אויף די רעיון פון דעם. מיט דעם אלעם וועל איך דאך פראבירן מיין מזל.
איך זיך ארום די ווערטער פון צוויי ניגונים שוין א לענגערע צייט אן קיין שום רעזולטאטן .
1) ס'דא אן אלטער ניגון וועגן א כעלעם'ר אסיפה, "איז געבליבן מען זאל מאכן אן אסיפה" . כ'מיין אז מ'פלעגט עס זינגען אין סאטמאר אויפ'ן פורים טיש. כ'האב עס אסאך יארן צוריק געהערט פון איינעם וואס זיין זיידע פלעגט עס זינגען אין סאטמאר אויפ'ן טיש, יענער האט אליינס נישט געדענקט אלע שטיקלעך. אבער יעך האב נישט געהאט די קאפ אויפ'ן פלאץ עס צו פארשרייבן. הכלל, איינער ווייסט צו וועלכען ניגון איך באציר זיך?
2) די ווערטער פון "איין גערויש ביים מער".......
Whoever wants to have my ultimate and undying gratitude, is more than welcome to help. דאנקע שעהן.
אין קרן שמואל ישעי' איז דא צו געפינען דעם C.D.
געזינגען דארך ר' לייבעלע בערקאוויטש, הערליך שיין...
אין דעם cd, הערט מען אויך די מעשה פון שכם מיט יעקב'ן, און א ניגון וואס גייט לויט אל"ף בי"ת אין לאזט זיך אויס אופ'ן גראם מיט "לשנה הבאה בירושלים".
אז די שעפעלעך זענען נישט דא, אז די שעפעלעך זענען נישט דא זענען, זענען, זענען נישט דא ער נעמט זיך צו א פידעלע, און ער שפילט זיך צו א לידעלע דוליי, דוליי, דוליי דו
יאק יאק וכו' וכו' (מאדנע ווערטער אין א פרעמדע שפראך) אז די שעפעלעך זענען נישט דא
איז ער געגאנגען ווייטער, האט ער געטראפן א בארג מיט עפעלעך, האט ער געמיינט אז דאס איז פון די שעפעלעך די קעפעלעך...
געט ער א געשריי אוי אוי, באראניו באראניו אז די שעפעלעך זענען נישט דא, אז די שעפעלעך זענען נישט דא זענען, זענען, זענען נישט דא
ער נעמט זיך צו א פידעלע, און ער שפילט זיך צו א לידעלע דוליי, דוליי, דוליי דו
יאק יאק וכו' וכו' (מאדנע ווערטער אין א פרעמדע שפראך) אז די שעפעלעך זענען נישט דא
איז ער געגאנגען ווייטער, האט ער געטראפן א בארג מיט שטרוי, האט ער געזען אז די שעפעלעך זענען שוין דא
געט ער א געשריי אוי אוי, באראניו באראניו אז די שעפעלעך זענען שוין דא, אז די שעפעלעך זענען שוין דא זענען, זענען, זענען שוין דא ער נעמט זיך צו א פידעלע, און ער שפילט זיך צו א לידעלע דוליי, דוליי, דוליי דו
(אנדערע מאדנע ווערטער אין א פרעמדע שפראך)
אז די שעפעלעך זענען שוין דא!
כבקרת רועה עדרו, מעביר צאנו תחת שבטו מעביר, צאנו, תחת שבטו!!
א-תהלך לפני ה בארצות החיים - לשנה הבא בירושלים ב- חנתו בעשר בל יעבור בראש מים - לשנה הבא וגו' ג-וננתו... בל יעבור... מים - לשנה הבא בירושלים ד-לה דלה לנו מעט מים - לשנה הבא בירושלים
א-תהלך לפני ה בארצות החיים - לשנה הבא בירושלים ב- חנתו בעשר בל יעבור בראש מים - לשנה הבא וגו' ג-וננתו... בל יעבור... מים - לשנה הבא בירושלים ד-לה דלה לנו מעט מים - לשנה הבא בירושלים
וכן על זה הדרך
אות תי"ו איז א ניגון פאר זיך.
ת-מחה את זכר עמלק מתחת השמים - לשנה הבאה בירושלים
* מן הסתם א 3/4 עולם קען עס שוין
ביז אות ע' קען איך, ער זינגט עס ביי הרה"ק בעל ברך משה זי"ע (אביסל אנדערשט ווי איר שרייבט עס, כוועל עס אי"ה שפעטער ארויפלייגן) פון פ' ביז ת' קען איך נישט, אפשר קענט איר מהנה זיין דעם עולם דערמיט
אז די שעפעלעך זענען נישט דא, אז די שעפעלעך זענען נישט דא זענען, זענען, זענען נישט דא ער נעמט זיך צו א פידעלע, און ער שפילט זיך צו א לידעלע דוליי, דוליי, דוליי דו
יאק יאק וכו' וכו' (מאדנע ווערטער אין א פרעמדע שפראך) אז די שעפעלעך זענען נישט דא
איז ער געגאנגען ווייטער, האט ער געטראפן א בארג מיט עפעלעך, האט ער געמיינט אז דאס איז פון די שעפעלעך די קעפעלעך...
געט ער א געשריי אוי אוי, באראניו באראניו אז די שעפעלעך זענען נישט דא, אז די שעפעלעך זענען נישט דא זענען, זענען, זענען נישט דא
ער נעמט זיך צו א פידעלע, און ער שפילט זיך צו א לידעלע דוליי, דוליי, דוליי דו
יאק יאק וכו' וכו' (מאדנע ווערטער אין א פרעמדע שפראך) אז די שעפעלעך זענען נישט דא
איז ער געגאנגען ווייטער, האט ער געטראפן א בארג מיט שטרוי, האט ער געזען אז די שעפעלעך זענען שוין דא
געט ער א געשריי אוי אוי, באראניו באראניו אז די שעפעלעך זענען שוין דא, אז די שעפעלעך זענען שוין דא זענען, זענען, זענען שוין דא ער נעמט זיך צו א פידעלע, און ער שפילט זיך צו א לידעלע דוליי, דוליי, דוליי דו
(אנדערע מאדנע ווערטער אין א פרעמדע שפראך)
אז די שעפעלעך זענען שוין דא!
כבקרת רועה עדרו, מעביר צאנו תחת שבטו מעביר, צאנו, תחת שבטו!!
פזמון: ווייל צדיקים האבן אנטפלעקט, ווי מ'האט דאס האלז אויסגעשטרעקט, אין פייער פארן בורא צו גיין. חשוב איז ביי אים דאס ארט, און דער באשעפער וויל אז דוקא דארט, זאל דער ביהמ"ק שטיין.
לויטן חשבון פון פריער, אז חשוב איז ביי דיר, די פלאץ ווי מען שטארבט פאר דיינע באפעלן, באשעפער די זעהסט, ווי צו בויען דיין נעסט, האסטו אזויפיל ווי זיך אויסצו-וועהלן.
אויף נאטא דאפעי, פאר הנה אלוקינו זה, חלילה די אמונה נישט טויפן, צו וועסטו בויען דיין אכסניא, דארט אין שפאניע, אויפן זעלבן פלאץ פונעם שייטער הויפן.
אין רוסלאנד אין גריכטן געשחטן אין פארניכטעט, געגאנגען אין פייער פאר דיר, צו וועסטו טאטע קרוין, בויען דיין וואוין, אויף די קאלטע ערד פון דעם פראסטיגן סיביר.
אין אייראפע ווי דו קוקסט נאר אלץ, דעם טויט מעסער אויפן האלדז, מיליאנען אויסשחטן און אויסהונגערן, אויף וועלכע לאגער אדער מאסן גרוב וועסטו בויען דיין שטוב, ליטא, גאליציע, פוילן, אדער אין אונגארן.
אין אידיע מאמבעי, פארן זיין א חלק אלוקי, געקוילעט ווערן פון דעם דזשיהאד, דער הויז פון בלוט און טרערן, צו קען עס נאך איין טאג ווערן, א בית המקדש אנשטאט א בית חב"ד.
פזמון: ווייל צדיקים האבן אנטפלעקט, ווי מ'האט דאס האלז אויסגעשטרעקט, אין פייער פארן בורא צו גיין. חשוב איז ביי אים דאס ארט, און דער באשעפער וויל אז דוקא דארט, זאל דער ביהמ"ק שטיין.
אויב ווילסטו דווקא ארץ ישראל, אויף יעדן בארג און טאל, איז פארצייכענט מיט אידישע עקידת, אוי אויף וועלכע גאס, אויף וועלעכע אויפרייס, ווילסטו בויען דיינע געביידעס.