פייער אינערהאלב קהילת פני מנחם - ר' שאול אלתר
...
אינערהאלב די קהילה פון הגאון ר' שאול אלתר, טוט זיך אפ א פייער, די גאנצע קהילה קאכט ווי א קעסל. אנגעהויבן האט זיך עס מיטן שיעור פון דער ראש-ישיבת פני מנחם, הגאון ר' מענדל שאפראן שליט"א, וואס האט ביי זיין וועכנטליכן שיעור כללי אין מסכת בבא-מציעא ארויסגעברענגט דער לומדי'שער סוגיא פון מיגו און כח הטענה, אראפלייגנדיג די יסודות הדברים כפי הבנתו.
עטליכע טעג שפעטער, האט הגאון ר' שאול אלתר שליט"א געזאגט א שיעור אין ישיבה, בשעת די בחורים האבן אים געבעטן אז ער זאל מקדיש זיין דעם שיעור אויף דער סוגיא פון מיגו, וואס מען לערנט יעצט אין ישיבה. דער ראש-ישיבה ר' שאול, האט שארף מחולק געווען מיט דעם גאנג פון הגאון ר' מענדל שאפראן, און האט געבויעט זיינע יסודות לויט ווי אזוי דער חזון-איש האט געענטפערט אויף די סוגיא פון מיגו. אנהויב פון זיין שיעור, האט דער ראש-ישיבה ארויפגעברענגט נאסטאלאגישע זכרונות פון זיינע יונגע יארן אין ישיבת חידושי הרי"ם, וואו דארט האט מען געלערנט דער סוגיא, און זיינע יסודות אין מיגו האט ער מקבל געווען פון דער ראש-ישיבה רבי יהודא סילמאן שליט"א.
פון דארט האט זיך דער נושא אנטוויקלט ווייטער, בשעת די בחורים האבן אראפגעשריבן הערות אויף די צוויי שיעורים, אויף וואס ביידע גאונים האבן געענטפערט בכתב, זה בכה וזה בכה, אויף וואס אנדערע תלמידי חכמים האבן מגיב געווען בכתב ובעל-פה, אזוי אז עס איז געווארן א נושא וואס די גאנצע קהילה, אינאיינעם מיט נאך תלמידי חכמים פון איבער די גאנצע וועלט, זענען מגיב און שליסן זיך אן במלחמתה של תורה.
פון די אלע געשרייבערייען איז ארויסגעקומען קונטרסים מיט די שיעורים און בריוו פון די גאונים, ותהי הקהילה כמרקחה. איך ברענג דא א לינק, וואו מ'קען זען צווישן אנדערע איבער די שיעורים בסוגיא דמיגו, אין וואס ס'קאכט זיך אין עולם הישיבות.
https://cloud.mesergo.co.il/umail/?page ... TMxkTO0IDN
...
נ.ב. עס איז באקאנט וואס הגאון רבי אברהם גנחובסקי זצ"ל פלעגט זאגן, אז ער זעט די קעפלעך פון די נייעס, און ער האלט אז אין דער עולם התורה וואלט געדארפט זיין אנדערע סארט קעפלעך, צום-ביישפיל, "געטראפן אן אייזערנעם תירוץ אויף א צע"ג פון רבי עקיבא אייגער", אדער "אויפדעקונג: "רש"י מיט ר"ת קריגן זיך נישט באמת איבער זמנים", אדער אזעלכע קעפלעך.
אין דעם ליכט האבן מיר געמאכט דעם אשכול, איך האב אנגעהויבן אויף אן אופן וואס זאל ציען דעם ליינער, כמובן, ודו"ק וכו' וכו' וכו'.