שרייבעריי פארמעסט ווינטער תשפ"א - איינלייטונג
"פארמעסטן צווישן די אייוועלט שרייבער"
- אייוועלט פארמעסט
- שר העשר
- תגובות: 36
- זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 20, 2020 2:33 pm
[align=center][/align]
- פופציגער
- שר תשעת אלפים
- תגובות: 9977
- זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 10, 2020 4:07 pm
- לאקאציע:זונטאג - ניו יארק, אייוועלט.קאם
Re: שרייבעריי פארמעסט ווינטער תשפ"א - איינלייטונג
חברה! דער עולם איז גרייט???
כ'הער נישט!! וואאאאס??? נאך העכער...!!!
אט אזוי.
אצינד טייערע מיטרייזנדע, באפעסטיגן די סיט-בעלטס, זיך אנכאפן אינעם בענקל, אונזער שאטל גרייט זיך אט אט צו לאנדן אינעם אטמאספער פון די 'אידישע וועלט'.
מיר דירעקטירן אונזער שאטל גראד צו די טויערן פון די היימישע קרעטשמע וואו מען קען ווען אימער אריינפאלן פאר א גלעזעלע שנאפס און א גוט ווארט.
אה, אט דא זענען מיר, קומטס מיך נאך, לאמיר אבזערווירן אביסל דעם מצב דא.
געשפאנט. איבערגענומען. פארגאפט. באגייסטערט. אנגעדרייט.
די עקסטאז שפירט זיך אין די לופט, אונזער באשיידענע וועלטל איז ארומגענומען מיט א שטורמישע לעבהאפט.
א שטילע ווינטל וואס זאגט אן א מאכטפולער שטורעם בוזשעוועט און ברענגט מיט זיך א שניידנדער אויפגעהייטערטער אטמאספער, פון אלע פענסטערס זעען זיך דורך קעפ, מיט נעזער צוגעקלעפט צום גלאז פונעם פענסטער, שענקענדיג פאר די דורכגייער א קאמישע סצענע ווען אויף יעדן פענסטער זעט מען א פארהויכטן וואלקן און אין צענטער א פלאטשיגן נעזל.
יעדער ווארט אז דער שטורעם זאל אנקומען, די אויגן אין די מיילער זענען ברייט צועפנט בשעת ווען מען האלט קוים איין דעם אטעם, די נייעס אגענטורן האלטן געשפאנט מיט פרישע שפעקולאציעס און אנאליזן יעדע פאר מינוט, און אין די לופט שפירט זיך קלאר אז אין יעדע ליאדע מינוט איז אומשטאנד אויסצוברעכן דער שטורעם.
מיטאמאל הערט מען א רודעריי, קודם א שטילע, דערנאך ווערט עס העכער, און נאך העכער, ביז מען קען שוין קלאר אנדייטן אז דאס זענען קולות פון הילכיגע אפלאדירונגען, אפווארטנדיג דעם איבערראשונג וואס האט זיך ענדליך באוויזן.
בשם די עסקנים בעהט מען זייער אז יעדער זאל זיך האלטן צו די פארארדענונגען פון די אינסטאנצן און נישט גורם זיין קיין עגמת נפש!
בחורים ארויף אויף די פארענטשעס! אברכים אינדערמיט, עלטערע אידן אויף די בענק פון פארנט!!! יעדער פאטשט!!!
מוזיק! אנהייבן מיטן אינטרא!!!
טארא-טאראאאםםם...!!! ראטאראטאטאאאםם!!!
ת'הא ש'נת א'ייוועלט פ'ארמעסטן!!!!
דער אייוועלט שרייבעריי פארמעסט פון ווינטער תשפ"א איז דא!!!
אצינד געבן מיר איבער דאס ווארט פארן יושב ראש זז"ג וועלכער וועט עפענען דעם מעמד;
טייערע חברים און ידידים.
פותחין בכבוד האכסניה, ברוך השם אז מיר האבן די זכיה צו געהערן צו אזא הייליגע געמיינדע פון אידן וועלכע האבן אויסגעקליבן צו שעפן זייער חיות דא אינעם היימישן געוועלבל, און נישט ארויסגיין פאשען בשדות אחרים, זאל דער אויבערשטער טאקע באצאלן שכרם הטוב פאר די אלע וואס זענען עומד על המשמר צו האלטן געשמאק די לופט דא בגשמיות וברוחניות.
אקעי אקעי, שרייט נישט אזוי איך קום צום ווארט, פאוואליע פאוואליע….
תכלית גערעדט.
א פרישער גייסט שוועבט לעצטנס דא אין אונזער וועלטל, די בענקלעך אין קרעטשמע זענען אפגעשטויבט געווארן, טישן און בענקלעך וועלכע זענען געלעגן צאמגעלייגט אין די קרעטשמע קאמערן זענען צוריק ארויסגעברענגט געווארן פאר די נייע באזוכער און אקטיווע סארווירער, אלטע וויינען ווערן כסדר ארויסגעשלעפט פון די טיפע קעלערן, און איבער אלעם דער נייער אויסוואל פון משקאות וואס דא טוציך אפ…
דאס קען יעדער אייוועלט באזוכער זאגן מיט א פולן מויל, אז אין די לעצטע צייט ווערט אלץ ברייטער און ברייטער דער אויסוואל, און פון אלע זייטן יאווען זיך פרישע שעפערישע שרייבערס, תוכנ'דיגע און געשמאקע. א פלוס פון ידיעות, הומאר, טאלאנט, און נאך, פארפלייצט אונזער וועלטל, מיטשלעפנדיג אלע אירע איינוואוינערס מיטן שטראם, און אהערשטעלנדיג א מים שאין להם סוף אויפן געוועב על טהרת הקודש.
תלי"ת, דעם פארגאנגענעם זומער שנת תש"פ איז אפגעהאלטן געווארן א פארמעסט צווישן די אייוועלט שפאלטנס, אין וועלכע מערערע שרייבער האבן אנטייל גענומען, און אהערגעשטעלט סחורה פונעם העכסטן קאליבער. דער פארמעסט האט גאר גוט אויסגענומען ביים היימישן ציבור דא, און די פארלאנגען אויף א פרישער פארמעסט האבן נישט אויפגעהערט צו פליסן.
דעריבער טוען מיר דא אפיציעל באגריסן און אויפנעמען דעם נייעם פארמעסט וואס ווערט אט יעצט געלאזט אין גאנג, דער גרויסארטיגער שרייבעריי פארמעסט פון ווינטער תשפ"א וואס אנטשפרעכט איבערצושטייגן אלע פראיעקטן און פארמעסטן פון ביז אהער, און וועט האפנטליך פארזעצן דעם וועג ארויף אויף וועלכע מיר זענען אצינד געריכטעט.
אצינד טייערע אייוועלטער איינוואוינער!! נעמט אויף מיט עהרע אונזער נייעם פארמעסט!!!!
קלאטשט! קלאטשט!!! שטערקער!!! די הענט זאל זיך צו ברעכן די פוס זאל זיך צולאזן אבער געבט נישט אויף!
אה אה... דאס הייסט געקלאטשט… די הענט ווערן שוין פון רויט צו פורפל און מען גיבט נישט אויף!!!
[ס'צולאזט זיך אין א העפטיגע קלאטשעריי, שאלנדיג דערביי פילע פאטריאטישע לאוזנגען ווי 'קיפ אייוועלט גרעיט' און נאך.]
אצינד העמיר צוגיין צום סדר פונעם פארמעסט, און צו דעם וועלן מיר ארויפרופן דעם אינציאטאר פונעם פארמעסט, דער אויסגערופענער קלאצקאפ ירום הודו, ער זאל ארויפקומען אויפן סטעידזש און איבערגעבן די טעכנישע איינצלהייטן פונעם פארמעסט.
מען בעהט יעדער זאל בלייבן זיצן אויף די פלעצער די גאנצע צייט.
שאאא… שששאאאא….שטיל זאל זיין!!!!
נישט שושקען, עס מאכט נאר שווערער צו הערן!!!
קלאצקאפ! גאו אהעד!

.
- קלאָצקאָפּ
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 10326
- זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
- לאקאציע:ערגעץ אנדערש
טוק. טוק. וואן טו, וואן טו… פופצי, וואס גייט פאר מיט די מיי- אה! ס'ארבעט שוין..
עה עההעה… [שלונג]
איז אזוי, כ'בין נישט געוואוינט צו האלטן קיין דרשות, און איך וועל יעצט אויך נישט זאגן קיין דרשה, כ'האב נאר געוואלט איבערגעבן די טעכנישע פרטים פונעם פארמעסט, מ'בעט דער עולם זאל צולייגן קאפ צו יעדעס ווארט.
די ארטיקלען:
די פארגעסענע פרטים וועלן אי"ה נאכפאלגן…
אונזער שטאב שטייט גרייט פאר אייך אויסצוהערן אייערע שאלות און הערות, אין אישי און אין פובליק.
אסאך הצלחה!

- יעדע ארטיקל דארף אנטהאלטן צווישן 10,000 און 12,000 קערעקטערס (נישט אריינרעכענדיג ספעיסעס). ביטע זיך אנשטרענגען זיך צו האלטן דערצו.
- די ארטיקלען ברויכן עפעס ברענגען עפעס אינהאלט אדער זאכליכע אונטערהאלטונג פאר'ן ליינער, וואסער מאלערייען האבן גענוג פלאץ אין אונזער קרעטשמע...
- פארשטייט זיך אז די אינהאלט דארף שטימען מיט די אייוועלט סטאנדארטן.
- הומאר איז א שטארקע פלאס, אבער מאכט נישט דערפון אן עיקר. ביטע זיך האלטן צו א נארמאלע און קלאסישע שפראך.
- ס'ליגט אויפ'ן שרייבער'ס אחריות איבערצוקוקן דעם ארטיקל פון טעותים, מיר וועלן זיך בדרך כלל נישט באפאסן מיט'ן פארריכטן ספעלינגס וכדו'.
- שטארק גרייזיגע ארטיקלען קענען בכלל נישט ווערן אנגענומען.
- די ארטיקלען זאל געשיקט ווערן אין אישי צו איינע פון די שטאב מיטגלידער (איינס, פופציגער, אדער אני הקטן).
- ארטיקלען מיט בילדער זאל מען שיקן אין אימעיל צו [email protected] .
- ביטע נישטאריינלייגן די בילדער אין א ווארד פייל, נאר עס שיקן אלס אטעטשמענט צום אימעיל, און אנצייכענען אין די טעקסט מיט א מערקבארע סימן (נישט א פארמעטינג, נאר צולייגן א ווייניג באנוצטע סימבאל וכדו') וואו אינעם ארטיקל די בילדער באלאנגען.
- דער דעדליין אריינצושיקן ארטיקלען איז עש"ק פ' מקץ - זאת חנוכה הבעל"ט.
- די ארטיקלען וועלן פובליצירט ווערן אנאנים, כדי איר זאלט קענען זיין 100% אויפריכטיג מיט אייער שטימע.
- כדי ליתן רווח להתבונן, וועט מען עס ארויסלייגן די ארטיקלען צוטיילט אין עטליכע וואכן, די צאל וואכן, און ארטיקלען פער וואך, איז געוואנדן אין וויפיל ארטיקלען ס'וועלן אריינקומען.
- לתועלת הענין מוזן אלע ארטיקלען אָן אויסנאם זיך שוין געפינען ביי אונז איידער'ן דעדליין, אנדערש וועט עס נישט ווערן אנגענומען אפי' פאר די שפעטערדיגע וואכן.
- יעדע וואך וועט זיין א 'באנוס געווינער' צווישן די ארטיקלען פון יענע וואך, דאס איז נישט פארבינדן מיט די הויפט וואלן וואס וועלן פארקומען ביים ענדע פונעם פארמעסט.
- די איינצלהייטן פון די וואלן וועלן געמאלדן ווערן אין א שפעטערדיגע געלעגנהייט.
די פארגעסענע פרטים וועלן אי"ה נאכפאלגן…
אונזער שטאב שטייט גרייט פאר אייך אויסצוהערן אייערע שאלות און הערות, אין אישי און אין פובליק.
אסאך הצלחה!
- איינס
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 19689
- זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
- פארבינד זיך:
Re: שרייבעריי פארמעסט ווינטער תשפ"א - איינלייטונג
זענט עטס גרייט?
לאמיר שרייען........ אייוועלט!!!!!
לאמיר שרייען........ אייוועלט!!!!!
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
- כאניש וואס צו טון
- שר עשרים אלף
- תגובות: 22324
- זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
- לאקאציע:אפן וועג צום ארבייט
- פארבינד זיך:
Re: שרייבעריי פארמעסט ווינטער תשפ"א - איינלייטונג
Wow!
מעסיוו ארבייט!
מעסיוו ארבייט!
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
Re: שרייבעריי פארמעסט ווינטער תשפ"א - איינלייטונג
מאסיוו שבמאסיוו!
דאס איז נעקסט לעוועל!
דאס איז נעקסט לעוועל!
Re: שרייבעריי פארמעסט ווינטער תשפ"א - איינלייטונג
זייער א שטארקע אנהייב!
דאס מאכט מיר טראכטן צו מעגליך שרייבן אן ארטיקל.
דאס מאכט מיר טראכטן צו מעגליך שרייבן אן ארטיקל.
Re: שרייבעריי פארמעסט ווינטער תשפ"א - איינלייטונג
פיינע נייעס
שטארקע נייעס
גוטע נייעס
שטארקע נייעס
גוטע נייעס
- באטעמטקייטן
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3978
- זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 23, 2020 4:56 pm
- לאקאציע:עראונד דע קארנער
Re: שרייבעריי פארמעסט ווינטער תשפ"א - איינלייטונג
Wow wow
שכח שכח שכח
שכח שכח שכח
טעמו וראו כי...אוראייניקל האט געשריבן:יותר ממה שטעמטי רוצה לכתוב.. אורי רוצה למחוק...
- וואס טוט זיך
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7301
- זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
- לאקאציע:איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס
Re: שרייבעריי פארמעסט ווינטער תשפ"א - איינלייטונג
חוח!!
מאסיוו!!!!
#קענט וועיט!!
א יווזזזש טענקס פאר קלאצי, איינס און פופצי!!

אני מאמין באמונה שלימה, שהבורא יתברך שמו, הוא בורא ומנהיג לכל הברואים, והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים.
Re: שרייבעריי פארמעסט ווינטער תשפ"א - איינלייטונג
איינס איז דא מיט די גראפיק, wow!!
זייער א גוטע געדאנק צו צוטיילן אין עטליכע וואכן.

- אסדר לסעודתא
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 11191
- זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm
Re: שרייבעריי פארמעסט ווינטער תשפ"א - איינלייטונג
Wow!!!!
איך בין ערננסט שאקירט אז מיין פלאן פון די וועכנטליכע באנוס אנקעטע איז געווארן אנגענומען. לאמיר האפן אז כ'וועל כאטש מרוויח זיין דערפון...
איך בין ערננסט שאקירט אז מיין פלאן פון די וועכנטליכע באנוס אנקעטע איז געווארן אנגענומען. לאמיר האפן אז כ'וועל כאטש מרוויח זיין דערפון...
- איינס
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 19689
- זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
- פארבינד זיך:
Re: שרייבעריי פארמעסט ווינטער תשפ"א - איינלייטונג
אסדר לסעודתא האט געשריבן: Wow!!!!
איך בין ערננסט שאקירט אז מיין פלאן פון די וועכנטליכע באנוס אנקעטע איז געווארן אנגענומען. לאמיר האפן אז כ'וועל כאטש מרוויח זיין דערפון...
דו זאלסט מרוויח זיין?
יעצט לאמיר זעהן אז אייוועלט זאל מרוייח זיין
אבער נישט סתם נאר א זאפטיגן שמאלצעדיגן ארטיקל פון אסדר!
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
- ערעב איד
- שר האלף
- תגובות: 1329
- זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 03, 2020 11:47 pm
- לאקאציע:אלל אווער דעי פלעיס
Re: שרייבעריי פארמעסט ווינטער תשפ"א - איינלייטונג
איך ווארט מיט שפאנונג
- איינס
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 19689
- זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
- פארבינד זיך:
Re: שרייבעריי פארמעסט ווינטער תשפ"א - איינלייטונג
עולם הפוך האט געשריבן: זייער א שטארקע אנהייב!
דאס מאכט מיר טראכטן צו מעגליך שרייבן אן ארטיקל.
אט אזוי!
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
- מומחה יוחס
- סגן ראש הקהל
- תגובות: 27114
- זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
- לאקאציע:דא אינעווייניג
Re: שרייבעריי פארמעסט ווינטער תשפ"א - איינלייטונג
די עקסאס פין די עולם איז אין די פולע שפאנונג
זייטס אלע מצליח
יה"ר שלא יצא שום מכשול ושום רע
זייטס אלע מצליח
יה"ר שלא יצא שום מכשול ושום רע
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
- איינס
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 19689
- זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
- פארבינד זיך:
Re: שרייבעריי פארמעסט ווינטער תשפ"א - איינלייטונג
איינס האט געשריבן:אסדר לסעודתא האט געשריבן: Wow!!!!
איך בין ערננסט שאקירט אז מיין פלאן פון די וועכנטליכע באנוס אנקעטע איז געווארן אנגענומען. לאמיר האפן אז כ'וועל כאטש מרוויח זיין דערפון...
דו זאלסט מרוויח זיין?
יעצט לאמיר זעהן אז אייוועלט זאל מרוייח זיין
אבער נישט סתם נאר א זאפטיגן שמאלצעדיגן ארטיקל פון אסדר!
זעה איך אז דו ביסט שוין א געליטענער...
שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #25 - איך האב חרטה... - סאדי
זאלסטו נישט זאגן מ׳האט דיר נישט געווארנט!
נעם שוין דיין פעדער אין האנט אריין שלא תמות כדרך שמת פלוני....
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
- הודו להשם
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4764
- זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 17, 2017 3:44 pm
- לאקאציע:אפדעיט: נארוואס צוריקגעקומען!
Re:
קלאָצקאָפּ האט געשריבן: דער דעדליין אריינצושיקן ארטיקלען איז עש"ק פ' וישב - זאת חנוכה הבעל"ט.
קוקט אויס א טעות. זאת חנוכה איז עש"ק מקץ.
אִיר קָאנְט שׁוֹין אוֹיךְ פַארְשְׁטֵיין לִיבֶּע קִינְדֶּערְלִיךְ אַז סֶע אִיז מֶער קַיין תַּכְלִית נִיט נָאר דַאוִונֶין אוּן לֶערְנֶין אוּן מַעֲשִׂים טוֹבִים
- אלופי אדום
- שר האלף
- תגובות: 1697
- זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 22, 2019 12:59 pm
- לאקאציע:אויפן טיש
Re: שרייבעריי פארמעסט ווינטער תשפ"א - איינלייטונג
פופציגער איז ווארשיינליך די הויפ געווינער פאר זיין שפראך,
פופצי האסט מיר אריינגעברענגט אין עפעס אנאנדערע אטמאספער.

מיין לופי'לע........
- מיין שטעלונג
- שר האלף
- תגובות: 1563
- זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 04, 2015 5:58 pm
- לאקאציע:אין מוח
Re: שרייבעריי פארמעסט ווינטער תשפ"א - איינלייטונג
זייער שיין די גאנצע וויזהוייסטעס דא. יישר כוח פאר אלע אנפירער.
---
אפשר קען איינער אהערשטעלן א שטיקל ליסטע פון נושאים וואס קען מעגליך זיין אינטערעסאנט צו מאכן ארטיקלען איבער זיי?
א שטייגער - אין ערנסטערן פארמאט - ווי דאס.
viewtopic.php?p=2471827#p2471827
---
אפשר קען איינער אהערשטעלן א שטיקל ליסטע פון נושאים וואס קען מעגליך זיין אינטערעסאנט צו מאכן ארטיקלען איבער זיי?
א שטייגער - אין ערנסטערן פארמאט - ווי דאס.
viewtopic.php?p=2471827#p2471827
- איינס
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 19689
- זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
- פארבינד זיך:
Re: שרייבעריי פארמעסט ווינטער תשפ"א - איינלייטונג
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
- קלאָצקאָפּ
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 10326
- זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
- לאקאציע:ערגעץ אנדערש
Re: Re:
הודו להשם האט געשריבן:קלאָצקאָפּ האט געשריבן: דער דעדליין אריינצושיקן ארטיקלען איז עש"ק פ' וישב - זאת חנוכה הבעל"ט.
קוקט אויס א טעות. זאת חנוכה איז עש"ק מקץ.
גערעכט.
א דאנק לכאורה פאר'ן פארריכטן.
- קלאָצקאָפּ
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 10326
- זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
- לאקאציע:ערגעץ אנדערש
Re: שרייבעריי פארמעסט ווינטער תשפ"א - איינלייטונג
פלאנט איר צו ביישטייערן אן ארטיקל פאר'ן פארמעסט?
מעלדט דאס איין פאר די עסקנים, כדי מיר זאל וויסן מי ומי ההולכים.
מעלדט דאס אין פובליק, כדי אריינצושלעפן אנדערע אינעם שוואונג.

- אחת ואחת
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3705
- זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 09, 2018 12:01 pm
- לאקאציע:אין קרעטשמע
Re: שרייבעריי פארמעסט ווינטער תשפ"א - איינלייטונג
זע איך דא אז די הנהלה האט מנדב געווען אפאר באטלעך בלויע
טינט, פאר אלע פארמעסט שטאב פופצי, קלאצי און איינסי.
פרוטה ופרוטה מצטרפת לחשבון גדול